הבדלה, דיין מדמה זיין מילתא למילתא איז א ריכטיגער קלאסישער זאלי סטיל. מ'דארף טרינקען מים חיים סאדע ווייל משה רבינו מיט'ן רבי'ן זי"ע האבן געהאט אינאיינעם עליית נשמה.
דאס גיין מפרסם זיין אז ערליכע אידן זענען נישט קיין ציונים האט נישט דאס מינדסטע שייכות מיט גיין אפענטפערן פאר'ן גוי - וועלכער קוקט במילא קרום אויף אונז - די טענות פון אונזערע אוועקגעפאלענע פארדארבענע פירות, ל"ע.
אבער
מיט'ן עצם יסוד ביזטו גערעכט אז ס'איז נישטא קיין שום פעלער אין גיין אפווארפן די געמיינע רכילות וואס די פארדארבענע שיקסע גייט ארומטראגן קעגן אונז. און אין פרינציפ האט משה דוד לענ"ד נישט געטון קיין פעלער מיט'ן רעדן צו די פרעסע אפצוענטפערן אירע שקרים און השמצות.
וואס יא, כדרכו בקודש האט ער גערעדט ווי א וואנזיניגער שוטה, און כ'בין שטארק מסופק צי ער האט נישט געהאלפן פאר די שיקסע אונז באשמוצן פאר די גויים [טראץ וואס דער פילם-מאכער האט העכסט ווארשיינליך ארויסגענומען פון זיינע ווערטער נאר דאס וואס ער/זי האט געוואלט, דארף מען נאך אלץ האבן שכל אין וואס מ'זאגט פאר'ן גוי].
מיט דעם גייט ער זיך אויפטון אז עמיצער וואס פארלאזט אידישקייט פארלירט זיין 'סעיפטי-נעט'?! ס'איז טאקע אמת אז אין די גרויסע פרעמדע גאס איז יעדער מענטש נישט מער ווי א נומבער, און די אלע וועלכע האבן איבערגעלאזט דעם דרך ה' צו גיין זיך באדן אין הבלי עוה"ז אנערקענען, אפילו אויב זיי וועלן עס נישט אלעמאל אפן מודה זיין, אז דארט לאזט מען דיר אויפ'ן וואסער, און אויב דו האסט נישט קיין געלט אדער אנדערע זאכן ביזטו כעפרא דארעא.
אבער פאר'ן גוי איז דאס די ערגסטע זאך. ס'איז א קלאסישער טאקטיק פון אלע דיקטאטורן צו מאכן זייערע אונטערטאנען שפירן כאילו אן זיי האבן די אונטערדרוקטע נישט קיינעם אויף דער וועלט. מערערע רעליגיעזע סעקטעס - להבדיל אלף אלפי הבדלות - נוצן אקוראט דעם דאזיגן מיטל פון אויפבויען א פאלשע 'סעיפטי-נעט' וואס זאל איינרעדן די פארכאפטע אין די סעקטע אז אויב זיי אנטלויפן וועלן זיי בלייבן אויסגעשפיגן פון די גאנצע וועלט אן קיין קרוב און קיין גואל!
פאקטיש איז דאס געווען אקוראט וואס די אפגעפארענע שיקסע טענה'ט פאר די פילם-מאכער אז ווער עס פארלאזט די געמיינדע פארלירט דעם 'סעיפטי-נעט' - זי נוצט דאס אלס תירוץ אויף די קשיא וואס גויים האבן געהאט אין אלע צייטן, וויאזוי קען זיין אז "עם ישראל חי" נאך אזויפיל ביטערע גלות יארן. און זי איז נישט אליין, דער אלגעמיינער תירוץ פון אלע אידן פיינט מבית ומבחוץ אויף די וואונדערליכע ערשיינונג איז אפט געווען אז מיר האבן מורא צו פארלירן דעם 'סעיפטי-נעט'.
דער נארישער גוי מעג געבוירן ווערן הונדערט מאל וועט ער נישט פארשטיין דאס ווארעם הארץ פון איין איד צום צווייטן, און די אומגלויבליכע צדקה וחסד וואס שפרודלט ביי כלל ישראל. ער וועט עס ענדערש אויסטייטשן אלס דיקטאטורישער מיטל צו האלטן אן אייזערנע פויסט אויף די געמיינדע.
כ'זאג נישט אז מ'טאר נישט שילדערן פאר'ן גוי די אויסטערלישע מעשי צדקה וחסד פון ערליכע אידן, אבער לכל זמן ולכל עת, יעדע זאך האט זיך זיין קאנטעקסט. און לדאבוני האט משה דוד דא אנגעמאכט מער שאדן ווי נוצן מיט זיין רעדן צו די פרעסע.