היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הייליגע ווייץ, בהשגחת יאנקעל בארעך !

הייליגע ווייץ, בהשגחת יאנקעל בארעך !

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2902888

רבי_יונה » 7/7/2011 02:14

אזוי ווי די ווייץ אין לאנג-איילאנד ווייסט דאך יעדער אז עס איז דורכגעווייקט נאס פון אזויפיל רעגן.

האבן די חברה אמעראצים מצומצים פרעסער געשיקט זייער שליחא דתורא יאנקעל בארעך קיין וואודבורן אינדיאנא, דארט שניידן, און קיינער וועט נישט וויסן וואו און ווען.

למעשה ווען מ'קקוקט דעם וועטער אין וואודבורן אינדיאנא, וואו די אמעראצים האבן געשנידטן נעכטן, דינסטאג בלק, זעט מען אז פאריגע וואך האט דארט גערעגנט מערערע מאל, און דעם שבת קודש האט דארט אויך גערעגנט.

דער שגיון לדוד זאגט אז די בעקיטשע טעסט צייגט אז די רעגן איז נישט עכט רעגן וואסער.
[בילד – נישט אפגעהיט]


קליפ » 7/7/2011 05:09

* width="700" height="428"><*

קליפ » 7/7/2011 05:09

FiveBoro » 7/7/2011 05:15

לפי זכרוני איז עס דאס ערשטע מאל וואס מען לאזט רופן גויאישע רעפארטער צום שניט. ולא לחנם.

=====

די זאלונים שרייבן גאר פרייליך, אז עס איז "געלונגען" צו שניידן "טרוקענע" ווייץ.

לידיעתם, א שטיקל ברויט וואס איז חמץ, איז דאס נישט ווייל דער ברויט איז נאס... נאר ווייל דאס איז 'אמאל געווען' נאס.

לפי הנפסק בשו"ע, איז די זעלבע דין אויך ביי "געצייטיגטע ווייץ" וועלכע ווערן בארענגט, אדער אפילו נאר א טראפעלע באשפרוצט מיט וואסער.


אבער, איך וויל דא פארט בארואיגן די זאלונים, וועלכע זעעהן אויס צו זיין היבש באליידיגט און זעלבס-באשולדיגט אויפן היי יעריגן דורכגעפאלענעם שניט. זייט וויסן:

נישט לויט אלע פוסקים גייט איר עסן חמץ אום פסח תשע"ב.

פאמאגראנט » 7/7/2011 14:45

שבת האט דארט גערעגנט אין אינדיאנע אזוי קוקט אויס רח"ל ווען די טירנויער'ס הייסן רבנים

יענקל ברוך פארט אראפ מיט אפאר גרויסע רויטע בחורים מיט טינקעלע זין ברילן אין ריפן זיך רבנים אין טיען מה שלבם חפץ אין קיין שום אויף זיכט

ווי איז זישא כ"ץ ווי איז אברמעלע לויפער דער דארגער רב ווי איז דער בעל שגיון לדוד

אין מען פארלויזט טאקע אז איינע פין יאנקל ברוך'ס שרצים זענען בודק ווייץ דעס מאכט עס שמירה משעת קצירה

איך הייב שוין אן פארשטיין ווען זרילע האט געשריגן כ"ו אב ביי די לווי' אז ס'איז אויס וועלט
אז אזאנע עם הארצים געבן די השגחה איז טאקע אויס וועלט


תוקן על ידי פאמאגראנט ב- 07/07/2011 14:50:29

יקרבו » 7/7/2011 22:46

איך הער אז די סקאנדליזע ווייץ איז נישט פאר די זאלי'ס מצות נאר פאר די רעבציענס קאקאש קעיק

דעס מאכט שוין סענס

סטעלט » 8/7/2011 00:19

דער חכומאי דיהודאי וואדעסלאווער רב ז"ל פלעגט זאגן אז אויב איז דער חב"ד'סקער דער משיח אויף וועם אינז ווארט שוין באלד 2000 יאר זאל  ער בעסער נישט קומען

לענינו אז אויב איז דאס די ווייץ אויף וואס די זאלי'ס ציילן שוין שבעה נקוים איז מען איז מרעיש עולומות
אויף דעם האט דוד ראזנבערס מיט מעכיל אינדיג אין שמואל גראס געשריבן גאנצע תשובות

קען זיי רואיג עסן חמץ גמור

שיקט מען אראפ יאנקל ברוך טירנויער צי שניידן ווייץ פאר פסח אן קיין אויף זיכט ?
ער איז דאך נישט מער ווי א סוחר וואס מאכט געלט אויף דעם געשפעט
ווי קען מען אים געטרויען

אמאל פלעגט אראפ פארן שאפראנער רב ז"ל פריימאנער רב ז"ל מען האט נישט געטראסט ר' אלי' דוד אפילו ער איז געווען א וואילער יוד

וואס טוט זיך זיך מיט מסורה ממילא אריזאנא צי לאנג איילאנג האט דאך די רבי ז"ל געהייסן שניידן
אבער אינדיאנא ווער האט געגעבן די היתר ?

נאך מער זיין טאטע הרב החסיד ר' אלי' דוד שרייבט אז די רבי ז"ל האט אים געהייסן שניידן ווען ס'איז נאך גרינ'ליך די ווייץ וואס יאנקל ברוך שנייד איז ווען ס'איז שוין אויס געוואקסן די ווייץ

נאר וואס דען

אז מען האט א רבי'ן א שטריק אן עם הארץ וואס זיצט מיט די פוס אין הויך אין דאס גאנצע חסידות איז באזירט אויף שנאה מיט האס אויסער דעם אינטערסירט זיי גארנישט
קען יאנקל ברןך אראפ פארן אין טיען מה שלבם חפץ





תוקן על ידי סטעלט ב- 08/07/2011 00:23:11

apnews » 8/7/2011 03:54

?Is this in NY

היראים » 8/7/2011 20:33

קיין דיינים קען מען נישט ברענגן צו שניידן די ווייץ
אבער די פרעסע האט יא מען זיכער געמאכט צו ברענגן אין אפי' מיטגעברענגט א באקס מצה זיי צו ווייזן
אזא פנים האבען זייערע מצות
נישט קיין חידוש צו זעהן די 3 ''ראבייס'' ווי זיי געבן א השגחה אויף די זאלי מצות

עס איז כדי צו באמערקן לויט ווי זיי זאגען יעצט וועט מען אויף פסח תשע''ב ע''פ רוב ניצן די מסורה'דיגע אינידיאנע ווייץ אין בראדוועי בעקערי

פאפיטעס » 13/7/2011 09:19

און די גרעסטע קשיא ווי איז דער בעל מכשיר ר' ישראל חיים מנשה?

געלעכטער » 13/7/2011 18:21

דער רבי ז"ל איז אויך געווען בעל מכשיר אין די מצה בעקעריי און איז נישט געפארן צום שניט.