גירא בעינא דשיטנא: וואוקס פון קהלה ומוסדות סאטמאר וומס"ב די לעצטע 10 יאר!
ווי פאסיג איז דער אויסדריק: "גירא בעינא דשיטנא" אויף די פרשה וואס איז אצינד עומד על הפרק, וואס דער עולם דאהי אויף הייד פארק האלט מיט די לעצטע פאר טעג, ווי זיי געבן ארויס זייער ווייטאג וואס דרוקט זיי שוין אין די מוחות די לעצטע 10 - 12 יאר, זינט זיי האבען זיך פארמאסטען נגד ה' ותורתו הק' מיט חילול שם שמים און הליכה לערכאות של עכו"ם רח"ל,.
זיי זענען לעצטענס פארנומען דא אין אידישע געדאנק אזוי אויך אין כל העולם כולו פארום מיט א ענין וואס זיי רופען
פרשת 'קינגס טערעס', כאילו דארט איז פארגעקומען א שמיני עצרת פאגראם אדער גאר א שטייגער ווי א שבת חנוכה אין ראדני,
דאס קומט נעבעך פון גרויס ווייטאג וואס שפראצט פון זיי די לעצטע 12 יאר און דריקט זיי אין די מוחות, נישט קענענדיג דורך טראגען און אראפשלינגען דעם שטוינענדע פאקט און מציאות אז קהל יטב לב דסאטמאר אין וויליאמסבורג און ישיבה גדולה, ישיבה קטנה, תלמוד תורה ובית רחל תו"י דרב"י דסאטמאר אין וויליאמסבורג זענען כהיום דער גרעסטע אידישע קהלה און מוסדות אויפן כדור הארץ!
לאמיר זיך דא אפשטעלען איין מינוט! ס"ה וואס גייט דא פאר? לאמיר עס מאכען זייער אין קורצען: סיי די קהלה און סיי די מוסדות שרייען געוואלד! "צר לי המקום!"
סיי די קהלה זאגט זיי זענען אויסגעוואקסען דאס פלאץ, זיי קענען נישט נאכקומען אין די ביז יעצטיגע פלאץ וואס איז ענג פאר די פילע הונדערטער לומדים, זיי האבען נישט גענוג פלאץ פאר די הונדערטער מתפללים וואס איז מוסיפים והולכים בליע"ה - אזוי ווי אין אלע סאטמארער בתי מדרשים אין שטאט וואס ווי גרויס מ'וועט עס צובויען וועט מען עס אייביג אויסוואקסען!,
און אזוי אויך די חשובע הנהלת הישיבה וועלעכע מוטשען זיך צו דעקן דעם יערליכען 35 מליאן דאלערדיגע בודזשעט זאגט אז מיר דארפען דאס פלאץ היות מיר האבען אנשטאט די ביז יעצטיגע ישיבה קטנה בנין אין ביהמ"ד תהלות יואל וועלעכע פלעגט אנהאלטען 12 כתות האבען זיי שוין כהיום צוגעבויעט דאפעלט כתות - מחמת ריבוי התלמידים בליע"ה - מיט די 2 נייע ישיבה קטנה ברענטשעס וואס זענען געעפענט געווארען אין די לעצטע 7 יאר,
איינס האט מען געעפענט בשנת תשס"ד און איז איינקוואטירט געווארען אין די גיגאנטישע וועיווערלי בנינים וואס מ'האט דעמאלטס איבערגעפרישט איין העלפט בנין וואס האט ביז דעמאלטס געדינט אלס סטארידזשעס פאר די ישיבה,
די צווייטע ישיבה קטנה ברענטש - וואס איז שוין די פערטע ישיבה קטנה ברענטש! -האט מען היי יאר ווינטער זמן געעפענט בשטומ"צ און איז איינקוואטירט געווארען אויף צייטווייליג אין א געדינגענע לאקאל אויסער די שטאט, היות די גיגאנטישע וואשינגטאן וועיווערלי בנינים איז שוין אויך אויסגעוואקסען בליע"ה!
היות די געוועזענע ישיבה קטנה בנין אויף ראטלידזש איז זייער נישט פאסיג פאר די בחורים זייענדיג אינמיטען שטאט, האט די הנהלת הישיבה געזוכט א אינקאם צו דעקן א חלק פון די קאסטען פון די פרישע הרחבת גבולי הקדושה, האבען זיי עס פארדינגען פאר די נייטרא ת"ת, און אגב האט דער ליעס פון נייטרא שוין געדארפט אפלויפען ראש חודש אלול תשע"א צוליב וואס די הנהלת הישיבה האט פאראויס שוין געזעהן א זיי וועלען עס דארפען פאר די באנוץ פאר א פרישע ברענטש פון די קלענערע כתות,
עכ"פ היוצא לנו מזה פארשטייט יעדער איינע על מה יצא הקצף! וואס שטעכט זיי?? וואס דריקט זיי אין די מוחות?? און איין ווארט: זיי האבען אייביג געשטרעבט צו זיין די גרעסטע און מעכטיגסטע אצינד דערזעהען זיי זיך אלס דער קלענסטע!
שטייענדיג 5 יאר נאכדעם פון זייערע התחדשות המוסדות שטייגען די ארגינעלע סאטמארער מוסדות טאג טעגליך בכמות ובאיכות אז די נומבערס פון די צוויי מוסדות זענען כרחוק מזרח ממערב,
די ארגינעלע מוסדות בליעהן און וואקסען קע"ה מיט באמבאסטישע בנינים אדירים בכל פנות העיר, די בנינים מערען זיך כסדר ופרצת ימה וקדמה!, אפגעקויפט פון די שטאט די מאיעסטאטישע ברכה סימא בנין אין די ווערט פון שווערע מליאנען, קוים געענדיגט מיט א 20 מליאן דאלערדיגע ישיבה גדולה בנין - וואס איז שוין כמעט ענג! - שוין הייבט מען אהן מיט א פרישע בית רחל בנין פון 18 מיליאן דאלער און אט מוז מען זיך שוין נעמען צו די בוי ארבעט פאר א תלמוד תורה געביידע!
די 4 גרעסטע קעמפס אויף די קעטסקעל בערג "מחנות רב טוב" + די בנות סאטמאר ב"פ קעמפ זענען שוין אויסגעוואקסען האט מען שוין געדינגען א נייעם קעמפ פאר די ישיבה קטנה בחורים!
די זעלבע זאך איז אין די קהלה, ארויפגעריקט פרעכטיגע בתי מדרשים אין אלע עקן פון שטאט אין די ווערט פון צענליגער מליאנען דאלארען, א מוירטעל שול מיטן פולען פראכט וואס מ'האט שוין עטליכע מאל פארגרעסערט און ווערט יעצט געפלאנט ערענסטע הרחבת גבולי הקדושה און עס פארגרעסערען אויף כמעט דאפעלט אין סייז! א ליע גארדענס שול וואס איז שוין פון די ערשטע טאג ענג בליע"ה, א סאוט 8 ביהמ"ד וואס שטייט שוין על תלה בנויה, העפטיגע צוגרייטונגען צום אויפבוי פונעם ביהמ"ד אין די טרופ געגענט, פריש רענאווירט און איבער געמאכט אין די עלטערע בתי מדרשים בתכלית היופי, ביהמ"ד הגדול, ביהמ"ד קליימער, ביהמ"ד תהלות יואל, ועל כולם די אפקויף פון שטח החדש פונעם בית החיים דקהלתינו אין קרית יואל אין די ווערט פון מליאנען דאלארען.
נו איז זייער פארשטענדליך און איז בלויז נארמאל פארוואס זיי שרייען די וויי געשריי בכל עת ובכל זמן, נישט אומזיסט שעלטען זיי די ערגסטע קללות אויפן מנהיג העדה כבוד קדושת מרן רבינו עט"ר שליט"א ובית דינו הצדק בראשות הראב"ד שליט"א,
"גירא בעינא דשיטנא" במלוא מובן המילא!