היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » פארן איידעלן עולם דא אויפן פארום

פארן איידעלן עולם דא אויפן פארום

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2902819

רשכבהגולם » 6/7/2011 21:00

בפשטות זעהט מיר אויס אז דער מנהל איז נישט דאהי לעצטענס,
עס טוט זיך אן הפקירות ווי קינדער שרייבן דא מנוולות (איין נפקא מינה אויב עס איז אמת אדער נישט) אזוי ווי איך וויל נישט מגיב זיין און יענע אשכול ווייל דאס איז גורם און עס העלפט אז די אשכול זאהל בלייבן אויבן, האב איך דא געפענט א עקסטערע אשכול ווי לאנג דער מנהל קומט צירוק, און ער וועט שוין קער נעמען פון ביידע אשכולות,

מען בעט דעם איידעלן עולם דא אויפן פארום, וואס האבן חשק מגיב צי זיין אויף יענעם אשכול פון וואס מיר רעדן, און זיי ןןילן ארויס ברענגען דברי מחאה, זאלען ביטע עס דא מגיב זיין כדי נישט ארויף ציברענגען, יענעם אשכול,

פישער_גאבע » 6/7/2011 21:04

פון וועלכע אשכול איז דער רעדע?

בארא » 6/7/2011 21:10

סאיז א שוואכקייט פון סערטען מענטשען וואס זעען אז ביי די יענע עפענט מען אייביג אשכולות צו באשמירען פרייוועט מענטשען, טוען זיי עס דא אויכעט נאך, צוויי ראנג מאכט נישט איינס גיט!!

רשכבהגולם » 6/7/2011 21:11

 דא האב איך אריבער געברענגט אלע מחאות און בקשות אז מען זאהל אויפהערן מיט יענען אשכול, און מיר בעטן ביטע אז איינער וויל עפעס נעגעטיו אנמערקן וועגן יענעם אשכול קומט אריבער דא א דאנק, עס איז צום האפן אז ווען דער מנהל וועט זיין דא וועט ער ביידע אשכולות קענען אוועק נעמן

וויכטיג

איך האלט נישט פון דעם אשכול, טראץ וואס איך פארשטיי אז דאס איז אין רעאקציע צו א אנדערע נארישע אשכול אין א אנדערע פארום ווי מ,נעמט זיך צו איינעמס ביינער, דאך האלט איך אז דער פארום וואס איז אויף א פיל העכערע ניווא ווי יענעם דארף עס זיין מער ציוויליזירט און נישט דערלאזן אזוינע אשכולות.. כנלע"ד.

 

מאטעלע

לדעתי גרעניצט זיך דער גאנצער אשכול מיט גאר הארבע איסורים און דאס דארף אינפארסירט ווערן!

 

 קנאקעדיק

ר' ברוך מרדכי לעבעוויטש שטייט אין וויינט אין זיין בריוו צום ברודער ר' נפתלי לעבאווישט נאך חנוכה "זיי מפרסם אין מיין נאמען פאר יעדער וואס רעדט פון די פרשה אז עס איז שקר וכזב, אלעס וואס איך ליידט פיל איך אז עס קומט צוליב דעם, בעט מען זאל דערפון פארגעסן...... 

אידן האטס רחמנות אויף ר' ברוך מרדכי! ער איז נאך נישט אינגאנצען פריי. און טוטס זיין בקשה, נישט איבערצוקייען די שקר וואס ער אליין איז זיך מודה אלס אויפטרעפער און פאנטעזירער פון די מעשה קנאקעדיק....

מען בעט דעם מנהל ביטע אויסמעקן דעם גאנצן אשכול בני_אדם,

שחמט

איך בעיט אויך אין נאמען פין די משפחה פין במ''ל מען זאל דאס אוסמעקן, סיז גורם אסאך אגמת נפש פאר די משפחה.,

וויכטיג

דער אשכול איז א גועל נפש!

 

שחמט

סאיז א רשעות שאין כמוהו, איך האב גירעד צי איינעם פין די משפחה פין במ''ל, אין דאס שטעכט זיי אריין אין הארץ, במ''ל שרייט כסדר אז דער עונש וואס ער האט באקומען איז נאר וועגן דעם הוצאת שם רע, אין האט שוין גישיקט שליחים צי מענדעלען ער זאל עם מוחל זיין אין ער האט עם נישט גיוואלט ביזדערווייל מוחל זיין אין ווי מער מערעד פין דעם אלץ מער איז דאס גורם אז מענדעלע וועט עם נישט מוחל זיין, מען טיט אפ נאר פאר במ''ל, איך בעט נאכאמאל בשם די משפחה מען זאל רחמנות האבן אויף במ''ל אין אראפ נעמען דעם אשכול

 

 

 

 גביר_אדיר

פעך פעך פעך פעך

א עקל און א גרויל, איך האב געמיינט דא דרייען זיך נארמאלע מענטשן

איך האב זיך טועה געווען

,

 

 



תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 06/07/2011 21:15:09

מנהל_ניק » 6/7/2011 21:14

גענוג געווען!

אונזער פארום איז נישט דאס פלאץ צו דעבאטירן די זאכן. ביטע אויפהערן מיט די סארט אשכולות.

דער אשכול איז פארמאכט.

ההנהלה