היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » עדה וועט 'משנה זיין': שניידן ווייץ ווי ס'רעגנט נישט

עדה וועט 'משנה זיין': שניידן ווייץ ווי ס'רעגנט נישט

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2902782

ויואמ_אמת » 6/7/2011 18:40

אין ירושלים שניידט מען שוין לאנגע יארען די ווייץ מיט די זעלבע מעלות ווי אין אריזאנע ווייל דארט רעגנט נישט נאך פסח אין די גאנצע צייט פין קצירת חיטים, היי יאר איז אבער געווען א אויסנאם ווען עס האט יא גערעגנט נאך פסח בשעת די ווייץ שניט, אין ציליב דעם וועט די עדה היי יאר שניידן אויף א צווייטע פלאץ ווי עס רעגנט נישט, דאס קומט נאכדעם וואס די וועד הכשרות פין די עדה האט אנגעפרעגט ביים סאטמארען רבין וועלכע איז שטארק אריינגעטוהן אויך אין דעם ענין, וואס מען זאל טוהן אין אויף וואסערע קולות מען קען זיך פארלאזען צו נעמען פין די ביז יעצטיגע פעלדער אין סאטמארע רבי האט זיי געראטען צו טוישן די פלאץ פין שניידן די ווייץ צו א פלאץ ווי עס רעגנט נישט.


תוקן על ידי ויואמ_אמת ב- 06/07/2011 18:42:04




תוקן על ידי ויואמ_אמת ב- 06/07/2011 18:44:36

ויואמ_אמת » 6/7/2011 18:49

אין די עמי אויסגאבע פין חודש תמוז איז דא לענגערע באשרייבנוג איבער די שניט אין אריזאנע אינאיינעם מיט סאטמארע רבי אין די אנדערע רבנים, ווי דארט ברענגן זיי אראפ אויך די באזוך פינעם גאב''ד ירושלים ביי סאטמאר רבי אין וויליאמסבורג ווי ער באשטעטיגט פאר סאטמאר רבי אז מען האט געטוישט פעלד ווי מען שנייד די ווייץ, קליקט דא פאר די גאנצע ארטיקל
http://www.bhol.co.il/forums//topic.asp?cat_id=4&topic_id=2902143&forum_id=16386


תוקן על ידי ויואמ_אמת ב- 06/07/2011 18:49:04

פשווארסק » 6/7/2011 21:06

היראים » 8/7/2011 20:30

ווער ווייסט וויפיל ירושלימער יודן וועלן עס געזאלצענע מצות
(געזאלצען פין דוד ראזענבערג'ס טרערן וועגן די געשניטענע פראדאקשען)

מען דארף מרעיש עולמות זיין חדש אסור מן התורה

אפשר וועט חיים הערש מאכען אייגענע מצמחות מצות אין גיין קעגן די עדה אזווי ער האט געטוהן שמיטה
לאמיר האפען אז דוד רז''ב מיט זיין סטעף לויפר אין אינדיג וועלן שוין געבן סחורה