היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » נייטרא ת"ת איינקוואטירט אין סאטמארא ת"ת בילדינג אויף טרופ

נייטרא ת"ת איינקוואטירט אין סאטמארא ת"ת בילדינג אויף טרופ

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2902377

הדלקה » 4/7/2011 21:13

כאטש די הנהלת מוסדות סאטמאר האט שוין עטליכע מאל געבעטן די נייטרא הנהלה צירוקציגעבן די קינגס טערעס געביידע צוליב די מאנגל אין פלאץ פון די סאטמארע קינדערלעך וואס וואקסן אומגעהויער שנעל, האט אבער די נייטרא מוסד נישט געקענט ארויסגיין ציליב עטליכע עיכובים וואס האלטן צוריק פון פארענדיגן די געבוי פון די נייע הערליכע נייטרא בילדינג, און האבן ארומגעשלעפט און נישט געפלאנט פארלאזן די געביידע אויף די קימענדע זמן החורף.
האט די הנהלה גענומען די נויטיגע שריט און היינט צופרי האבן זיי אריבערגעצויגן די נייטרא ת"ת צו די גרויסע בילדינג אויף טרופ ווי זיי וועלן אי"ה וויילן אויפן גאנצן זוממער, און האבן אנגעהויבן צו רענאווירן די קינגס טערעס געביידע, און מאכן גרייט דאס ארט.
די הנהלת נייטרא איז דאנקבאר אז זיי האבן נישט ציטון מיט קיין נערונישע הערשאפט וואס דאן וואלטן זיי זיך געטראפן גענצליך אן א דאך איבערן קאפ, ווי די עקספיריענס מיט די חיות האבן געוויזן אין די פארגאנגענהייט.

עםהארץל » 4/7/2011 21:32


בילד ווי מען פאנגט אן רענאווירן די קינגס טערעס חדר

[בילד – נישט אפגעהיט]

לאנצוט » 5/7/2011 00:13

געוויסע עלעמענטן שיקן ארויס אימעיל פון "נייטרא ת"ת אימעיל" מיט בילדער פון די רענאוואציע.

מ'דארף נישט זיין צו קלוג צו כאפן אז דאס איז ווארשיינליך אן אינטריגע.

ספרינטער » 5/7/2011 03:44

א נחת צו זעהן ווי סטעלט וויינט, מען שטייט שוין 12 יאר נאך וואס דער כלב אהרן איז געפלויגן אין געלאנדעט ביים בארטן פון ים וואס פירט צו בארא פארק, ער פרובירט איינצורעדן אז די זאליס האבן געוואלט צופיקסן נייטרא, וואס ער געדענקט אבער נישט ווי נייטרא איז געווען פון די ערשטע זיך אויסצולאכן פון די ארונישע תקנה אז מען זאל נישט אדווערטייזן אין דער איד, אזוי אויך ווייסט ער נישט אדער וויל ער נישט וויסן אז די די הנהלת המוסדות האט פלאצירט די נייטרא תלמוד תורה אין דעם גיגאנטישע ת"ת געביידע אויף טרופ עוו.
 
מיר הייסן נישט דוד עקשטיין וואס איז גרייט מפקיר צו זיין און צוברעכן סיי וואס פאר אייגענע אינטערעסע.

הדלקה » 5/7/2011 04:12

כאטש וואס די הנהלה איז גערעכט מיטן אריבערמופן די נייטרא ת"ת, איז דאך די אקציע דורעכעפירט געווארן אביסל צי ווילד, די רבי זז"ג האט היינט באפוילן אפצושפארן קינגס טערעס אויף מארגן צוליב די הנהלה'ס נעמען שנעלע און נישט באשטעטיגטע אקטן

הדלקה » 5/7/2011 04:14

חחח, קוקטס די בילד אין כל ארונים כולו ווי דער האט אראפגעלייגט א חומש אויף א הויפן פלייוואוד

כלב_אהרן » 5/7/2011 06:04

ווען וויען האט איינגעווארפן תפארת ישראל האט אויך געשטערט פאר די חסידי כלב אהרן? ווען דער כלב אהרן האט געהייסן זיינע חיות איבערדרייען די דאן קליינע בני יואל ישיבה האט עס געשטערט די ארונים? ווען דער כלב אהרן האט שמיני עצרת געפלאנט צו אינוואדירן ראדני האט אים געשטערט ווען זיינע ציושעטע חיות האבן איבערגעדרייט א ארון קודש מיט א ספר תורה רח"ל? ווען משה יוסל ווערטהיימער האט געווארפן ספרי קודש אין ראדני האט מען געהערט א פיפס פון די כלב אהרן'ניקעס? אדרבה זאל נאר איינער ברענגען די קליפ ווי מען זעהט שלמה יוסל ווארפן ספרים. דא ביי דעם פאל האט מען נישט געמאכט קיין שום חילול קודש און אויב יא איז עס זיכער געווען א פערצופאל און איז אוודאי א עוולה, אבער גיין שרייען אז מיר זענען גאר די וואס מאכן קריסטאל נעכט דאס הייסט הא לן והא להו!!!!!!!

בחצרסטאמאר » 5/7/2011 06:24


אונז זענען דאך חיות טרוריסטן, אבער ביי די נועם המידות זאל דאס פאסירן?

מנהל איך פארשטיי דיין וויטאג, אז די קענסט נישט ענפערן נארמאל, נעמסטו אראפ די תגובות, אבער דא איז א נאטראלע פארום.

שיףרבי » 5/7/2011 18:40

ווייסט איינער די פלענער פאר'ן נייעם הערליכען בית המדרש תהילות יואל אויף ראטלעזש
איינער זאגט מיר אז מען גייט דאס מאכן כאטש אזוי שיין ווי די קליימער בית המדרש מיט א גאלעריע א היכל הספרים וכו'

וויכטיג » 5/7/2011 19:05

ס'איז טאקע דא א פלאן ארויפצובויען העכער די ביהמ"ד און מאכן א שיינע גאלעריע מיט א הוכיע הערליכע דאך פאר'ן ביהמ"ד, אבער דאס האט נישט קיין שייכות מיט די יעצטיגע קאנסטראקשען, די בוי ארבעט אצינד איז צוצושטעלן נאך חדרים און כיתות אויף נאכ'ן זומער פאר די שנעל וואקסענדע און בליענדע ת"ת קע"ה.. 

עםהארץל » 5/7/2011 22:06

מען האט צובראכן א וואנט און עס איז ווייטער שטיל

לאנצוט » 5/7/2011 22:58

די מסירות האבן זיך אנגעהויבן אויף א גרויסן פארנעם.
זיכער נייטרא מסר'ט, ווער דען?

ספרינטער » 5/7/2011 23:20

ניין נייטרא מסר'ט נישט, אויב מסר'ט איינער איז דאס זיכער די ארונים וואס האבן א לאנגע היסטאריע פון מסירות, און איינוועגס האפן די ארונים צו קענען אנדרייען א מחלוקה צווישען נייטרא און די זאליס.

עםהארץל » 6/7/2011 20:46

אזוי ווי דער דזשיגאן האט זיי געלערענט, די מסירות שפעטיגן נישט צו קומען

http://a810-bisweb.nyc.gov/bisweb/PropertyProfileOverviewServlet?boro=3&houseno=128&street=Rutledge+st.&requestid=0&s=A03C41B885B461E4F46BD08866A7430E

רשכבהגולם » 6/7/2011 21:19

ווי איז יעצט מאטעלע,
וואס האט אינז נישט אזוי לאנג צירוק מבשר געווען די בשורה טובה, וואס האט אינז ממש אריין געבלאזן א חיות, אז די ארונים האבן זיך שוין אוועק געדרייט פון די אינז, און פון יעצט און ווייטער גייען זיי בויען נאר די אייגענע פארטיי נישט מער זיין פארנימען מיט יענעם