אינזערע קינדער וועלן דאס נישט פארשטיין פינקט ווי מיר פארשטיין נישט די ווען אינזערע זיידעס פארציילן זייערע ביטערע זכרונות פין לאגער (ניין, נישט ממש די זעלבע...)
די ווארימקייט אין נעפאנעק ביי די ראזענבערגס איז שווער צו באשרייבן
עס דארף צו הייסן אז היינט איז עפעס בעסער, מען האט אראפגענומען אלע רשעות פין רבין'ס נאמען
די רבי לאזט שוין די קינדער שפילן מען מעג שוין האלטן די קינדער פארנומען........
זייט עס איז דא קאמפעטישאן מיט ליידיגע באנגס זענען אסאך זאכען מותר געווארען סיי ביי די יונגעלעך אין סיי ביי די מיידליך
איך וועל אבער יא ברענגן א בילד וואס איך האב געזעהן איינעם פאוסטן וויאזוי עס קוקט שוין אויס ''היינט צו טאגס'' ווען טראגט שוין אפ די פעקלעך אין די באנגס אז די קינדער זאלען עס נישט דארפן טרעפן צירוסען נאסערהייט אויף די מעראסט אין אזא רעגן טאג
[בילד – נישט אפגעהיט]
די קליגע קינדער האבען געהאט שכל צו לייגן זייערע פעקלעך אין א גארבישט בעג
------------
פין א זאלי
מען פלעגט אויפשטיין 5 פארטאגס נאכדעם וואס מען איז אויפגעווען א גאנצע נאכט אין ציגענדיגט נייען לעבעלס אין איינפאקען די שבת'דיגע שיך. געווען נערוועז די בויך האט זיך געדרייט ווי א וואש מעשין. ביז מען האט ענדליך אויפגעשטיגן אויף די אלטע ווילסאן באסעס וואס ווען דאס האט זיך אנגעצינדן האט גאס געמאכט די זעלבע גרידער ווי די שינעס פון די באן וואס האט אוועקגעפירט אונזערע זיידעס קיין אוישוויץ ר"ל.
אזוי זענען מיר ארויפגעפארן אןיף בערג און טאלן ביז מיר זענען אנגעקומען אויפן ביטערען ארט אריין און נעפענעק
מען האט שוין געטראפן די פעקלעך מען איז אריין אין באנק אראפגעלייגט די מאראסטיגען פעקל אויפן געלעגער.
און דאס אלעס איז נאך פארשטענדליך אבער וויאזוי האבן די רוצחים געמענעדזשט ביי 2 נאכמיטאג אונז צי האבן אויף די פלעצער אין די חדרים און געריסן שטיקער און אונז אז. "וירא בלק אין בלק האט געזען"