היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מארגן מיטאג אסיפת הסברה אין קר"י בענינים העומדים על הפרק אין...

מארגן מיטאג אסיפת הסברה אין קר"י בענינים העומדים על הפרק אין...

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2902195

קארופציע » 4/7/2011 03:43

מארגן מיטאג אסיפת הסברה אין קר"י בענינים העומדים על הפרק אין מוסדות ייט"ל
מארגן מיטאג ווערן ערווארטעט הונדערטער בעלע בתים און אינגעלייט אנטייל צונעמען אינעם וויכטיגן אסיפת הסברה אין קרית יואל, וואס וועט פארגעשטעלט ווערן דורך הנהלת מוסדות ייטב לב בארה"ק אין בעפארגרייטונג צום מאסיוון געלט קאמפעין.

די אסיפה וועט פארקומען 2:00 אזייגער פונקטליך אינעם ערשטן שטאק פונעם בנין 'מבצר הכללים'.

עס וועט אויפטרעטן הרב יקותיאל יצחק בראך שליט"א מנהל רוחני אין ייטב לב בני ברק איבער דעם מצב פון די הייליגע מוסדות אין די איצטיגע טעג ווי מען וועט הערן האר - אויפשטעלנדע דעטאלן איבער וואס עס שפילט זיך אפ אין די לעצטע צייטן ...


מאטעלע » 4/7/2011 04:33

וועט מען דאס קענען מיטהאלטן בשעת מעשה?

ווייסט איינער צו עס גייט יעצט עפעס ספעציעל פאר?

קארופציע » 4/7/2011 19:22

מערכת "קול סאטמאר" האט היינט אינדערפרי ארויסגעשטעלט א מודעה אז זיי שטעלן צו א "לייןן הוקאפ" פונעם עצרת.