אין די זאלונישער פארום איז דער ניק "געלעכטער" ממש אויפגעהייטערט פרייליך, ווען נאכדעם וואס ער האט נישט געקענט ענטפערן אויף קיין איינס פון די פראגעס וואס איך האב אים פארגעשטעלט איבער די ליגנערישע און הפקירות'דיגע טעראר קאמפאני "אתרא קדישא", איז זיין הארץ יעצט אנגעפולט מיט נחמה, מיט א ארטיקל וואס די פרייע "ידיעות אחרונות" שטעלט פאר, איבער זייער בליק אויף די סטאטוס פון אתרא קדישא.
געלעכטער שרייבט אז טראץ וואס די ערליכע אידן - דהיינו די זאלונים - האבן אלעמאל געוויסט אין "אין כאלוקינו" גייט אינאיינעם מיט "אין כאתרא קדישא", אבער די ארונים וועלכע האבן נעבעך געוואלט אויפדעקן עפעס פארדעקטע עוולות, פאר זיי איז יעצט געקומען די צייט... און יעצט איינמאל פאר אלעמאל וועלן זיי זעהן אז דאס וואס די ערליכע זאלונים שרייען און וויינען אז מען טאר נישט מהרהר זיין אחר אתרא קדישא, דאס איז א פאקט! ווארום: די ידיעות אחרונות אנערקענט זיי.
באמת איז דער אויסדרוקט אויף אזא פאל: נישטא ווער זאל לאכן. דאס איז דיין טרייסט אויף די אומפארענטפערטע קארופציע? אז די פרייע פרעסע שרייבט אז יעדער האט מורא פון אתרא קדישא? דאס פארענטפערט דיר אלעס? דערמיט ווילסטו באאיינפלוסן אלעמען אז אתרא קדישא איז יא הייליג? באמת א 'געלעכטער'.., איך וויל באמת פארשטיין וואס דאס איז אונז בכלל נוגע, און וואס דאס דארף - אפשר - אפענטפערן די גאנצע קארופציע.
נאר וואס יא, ווער עס האט באשטעלט דעם ארטיקל ווייס איך נישט, אבער במציאות איז דאס בכלל נישט געשריבן לויטן היינטיגן מציאות, די פאקטן וואס ווערן דארט אראפגעברענט זענען פון אריבער א יאר צוריק.
וואלט איך געוואלט דא פרעגן ברבים הרב געלעכטער, צו ער האט טראסט אין דעם ארטיקל, צו דער מציאות דערפון איז ריכטיג היינט צוטאג, ווייל אויב יא וויל איך פארשטעלן געוויסע פראגעס.