ווי עס האבן שוין מאנכע געוויס באמערקט, האבן די אהרונים גענומען א נייעם גאנג אין זייער פי-אר אפעראציע. מ'האט אנגעהויבן רופן דעם דזשיגאן עם הארץ "לב אהרן".
פאר אונז דארף מען דאך נישט פארציילן וואספארא זעלטן הארץ דער ר' אהרן פארמאגט. כ'מיין אז אין די היסטאריע איז נאך ביי כלל ישראל אזא הארץ נישט געווען פארהאן. א הארץ וואס האט אזויפיל בלוט פארגאסן, געפייניגט הונדערטער אידן, און מבזה געווען רבנים וצדיקים קדושי ארץ נ"ע והחיים אתנו עד מאה ועשרים שנה. א הארץ וואס האט אריינגעשלעפט די גרעסטע קהלה קדושה בישראל אין דאס נידריגסטע שמוץ ווי גיין אין ערכאות של עכו"ם, און דערמיט אונטערגעברענט דעם פעסטן חומה וואס אידן האבן אלץ געהאט קעגן דעם. א הארץ וואס האט נאר געבלוטיגט ווען ער האט נישט געקענט צוקוקן וויאזוי מ'לאזט נישט זיין טאטן קומען צו זיינע קינדער'ס שמחות, אבער האט אין די זעלבע צייט יא געקענט צוקוקן וויאזוי מ'סערווירט קאורט פאפירן פאר דעם זעלבן טאטן לעיני השמש אין זיינע עלטערע יארן. און אזוי ווייטער און ווייטער וואס דער זעלטן הארץ האט אלץ צוגעשטעלט פאר כלל ישראל.
אבער די אהרונים, זיי גייען דאך ניסלעך פאר זיין הארץ, האבן זיי באשלאסן אז אט דאס איז דער פאסיגער נאמען אנצורופן זייער רבי'ן, "לב אהרן". פיין.
לאמיר אייך נאר געבן א קורצע דיסקריפציע וואס שטעקט אונטער די פרישע מיסיע, און פארשטיין וואס פשט דערפון איז. ווי באקאנט האבן די זאלי'ס קיין שום פראבלעם אין די וועלט מיט דעם פאקט אז עס זענען דא צוויי סאטמאר'ס, זיי אנערקענען דאס ווען אימער ס'פעלט אויס, און פרובירן קיינמאל נישט דאס צו פארלייקענען.
ווידעראום דער הארץ פון אהרן קען דאס נישט צוקוקען און פעיסן רעאלעטי. פרובירט מען דארט אראפצומאלן א בילד כאילו עס איז נאר דא איין סאטמאר, איי דער פאקט איז דאך אז ס'דא א צווייטע? נישט געזארגט, מ'האנדלט דאך מיט אקסן, און אז מ'וועט זיי פראגרעמען אין קאפ אז ס'נאר דא איין סאטמאר, וועט נאר זיין איין סאטמאר. דאס איז גוט כלפי די אהרונים.
איז אבער דא א פראבלעם, אז די וועלט האלט נישט ביים מיטפארן מיט דעם הארץ פון אהרן גאנג, אז ס'פאקטיש דא צוויי סאטמאר'ס, ממילא קומט אויס אז אין די וועלט ווערן די צוויי אינדענטיפיצירט אלס מהר"א מסאטמאר און מהרי"י מסאטמאר. דאס האט די אהרונים געפערליך געבאדערט, און געהאלטן אז דאס איז א הירוס לדורות. איז מען אויפגעקומען מיט א באמבע, מ'גייט מאכן א מעמד קריאת שם ווי פאר א חולה שיש בו סכנה, און צוגעבן פאר דעם דזשיגאן עם הארץ א נאמען "לב אהרן", אזוי ארום אז ווען איינער וועט רעדן פון ר' אהרן וועט ער מער נישט זאגן מהר"א, נאר ער וועט אים רופן "לב אהרן", און ס'וועט פארגעסן ווערן אויף אייביג אז ס'דא צוויי סאטמאר'ס. טיפיקעל בת היענה.
מיר וועלן לאזן די אהרונים זיך אונטערהאלטן מיט זייער מעכטיגן חידוש, און שטיין פון די זייט צוקוקען ווי מ'שטעקט דארט קאפ אין זאמד אזוי טיעף אז ס'וועט שוין באלד נישט זיין קיין וועג ארויס.