תושבי קרית יואל זענען לעצטנס איבעראשט געווארן פון א פרישן קאמפיין אין די לאגער פון די מהרסים, ווארום מען גרייט זיך צו בויען א בילדינג פאר די סקול פון די תינוקות שנישבו.
די בשורה האט באטראפן די מערהייט פון שטאט ווי א מאכטפולע אטאם באמבע, אן אומגעראכטענע און גאר פרייליכע בשורה.
קוים זיך אויפגעוועקט פונעם אומגלויבליכן מציאות אז די ווערעם באקראכענע לאנגיעריגע קרעטשמע איז גענצליך אפגעשפארט געווארן, אין א בחינה פון מלאכתינו נעשית ע"י אחרים דורך די שמוציגע קלאגע וואס זיי האבן אריינגעגעבן געגן ק"ק קרית יואל און איר גרויסן בית המדרש.
שטיי מיר היינט אויף צו א נייע שטוינענדע מציאות ,וואס ווערט גאר געמאלדן פון זייער לאגער, נישט ווייניגער נישט מער, נאר מען רופט אויס בפומבי
מיר פוצן ארויס פון שטאט ניין! מיר מוזן פעיסן די פעקט אז א קליקע מחוצפים באלאנגן נישט און קענען זיך נישט געפונען אין צענטער פון שטאט! וואס קענען מיר טוהן אז עס שאדט פאר די חינוך פון די קינדער...... פון היינט און ווייטער וועלן מיר אריינפרעגלען אין די קינדער אז דער הייליגער זלמניו האט אויפגעשטעלט די שטאט לארקין און אפגעקויפט א גרויסע ''שטח'' נאנט צו קרית יואל..................
בלייבט נאר איבער צו ווינטשן לכו בכוחם זה, גייטס אן מיט ענקער נייע מהלך, און טראגס ארויס די נבילה סרוחה פון שטאט!
די דאזיגע מוסד ווט זיין א רינגעלע אינעם קייט פון עטליכע מוסדות וואס געפינען זיך שוין היינט אין די גלילות פון די שטאט קרית יואל ,ווי זיי וואקסן און בליען לשם ולתפארת.
און פון איצט וועט אונזער הייליגע שטאט וועלכער דער הייליגער רבי דער דברי יואל האט געבויט בדם לבבו, און פאר וועלכער דער הייליגער ברך משה האט זיך מוסר נפש געווען און אויסגעברייטערט לארכה ולרחבה , און ווערט געפירט שוין דרייסיג יאר ביד רמה אינטער די פולשטענדיגע דעת תורה פון איר גרויסער מרא דאתרא שליט"א, בלייבן ריין פון מוסדות'ער וואס זענען געצילט צי מהרס זיין דעם רוחניות'דיגן כח און הנהגה פונעם שטאט.
מי מלל ומי פלל ........ אשרינו שהגענו לזה.......