כ'קען מיך נישט איינהאלטן און איך מוז מיטטיילן פארן עולם א זאך וואס איך האב געזעהן און מורא'דיג הנאה געהאט, אדרבה! זאלן אנדערע אידן אויך הנאה האבן...
איר האט אוודאי געזעהן דעם קעפל: "נעבעך... נעבעך... וואס פון נארמאלע מענטשן קען ווערן!!". אקוראט אזוי.
פון צייט צו צייט כאפ איך א בליק אויפן גליון "חומת הדת" (אדער גאר 'הפרת הדת') וואס קומט ארויס דורך די נפרדות'דיגע קהלה(ות) אין קרית יואל.
ווי יעדער פארשטייט אליינס איז נישט די ציהל פון דעם בלעטל-פאשקעוויל-גליון מעתיק צו זיין דב"ת פאר די ליינער, וויבאלד דאס קען מען דאך זעהן אינעווייניג אין די ספרי קודש, דאס איז אזוי ווי א מאנטל און א צודעק פארן אמת'ן ציהל פונעם גליון. וואס איז די ציהל?... די אהרונים, נאכאמאל די אהרונים, און נאכאמאל די אהרונים. עס איז דא א מאמר דארט יעדע וואך פון איינעם פליישמאן (כ'ווייס נישט צו ס'איז אן אמת'ע נאמען אדער נישט) און ער טרעפט יעדע וואך אין די סדרה א פאסיגן רמז אקעגן כ"ק מהר"א שליט"א, אדער אקעגן דעם מוסד "שערי חמלה" וכדו', ליכא מידי דלא רמיזי...
פון צייט צו צייט ערשיינט אבער אויך דארט מער העסליכע ארטיקלען, ווי ניטאמאל זיכט מען אריינצולערנען פשט אין פסוק וכדו', נאר סתם מען העצט און מען שעלט, אזש... א ברכה צו מאכן...
די פארגאנגענע וואך פ' קרח איז אויך געווען אזא סארט מאמר. וואס זאל איך אייך זאגן???... כ'האב נישט וואס צו זאגן! ממש דבר אין בפי ובלשוני מלה... כ'בין געשטאנען געפלעפט, און מיך געריבן די אויגן... דאס זענען נארמאלע מענטשן?! זיי האלטן זיך בכלל פאר נארמאלע מענטשן?!???...
דער שרייבער דארט (כדרכם) מאכט א פשעטל און מישט אויס הודו מיט כוש, פרס או מדי, ממש דנשקי רקיעא וארעא אהדדי... פארשטייט זיך ערגעץ וואו קומט אויך אריין וויזניץ און ליובאוויטש, און ער פארמירט אויס א קרעפל פשעטל, ממש זיך צו באלעקן די פינגער... דאס ווארט 'שטוסים און הבלים' איז א לויב-ווארט אויף דעם צודרייטן מאמר! ועתה ידעתי והכרתי אז נישט נאר זיי זענען משוגע נאר ניטאמאל שעמען זיי זיך נישט דערמיט!!
כ'בין מכבד יעדן איינעם דא ער זאל שנעל אריינלויפן אינעם זאלי'שן פארום און דאונלאודן דעם גליון, און פיהרט'ס אליין אויס פאר וועם דען מען האט אויפגעשטעלט דעם שערי חמלה...
נעבעך... נעבעך... וואס פון נארמאלע מענטשן קען ווערן!