היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » מסיבות "להקים" לטובת בנין החדש בית רחל בקרית יואל

מסיבות "להקים" לטובת בנין החדש בית רחל בקרית יואל

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2900938

SatmarNews » 27/6/2011 04:03

ווי שוין באוואוסט און באריכטעט אין "דער איד" די לעצטע פאר וואכן איז אריין אין קראפט די קאמפיין "להקים" פאר די נייע בנין בית רחל אין קרית יואל

אין די קומענדיגע פאר וואכן וועט אפגעהאלטן ווערן קלענערע מסיבות אין הייזער פון אנשי שלומינו ווי אנ"ש וועלן האבן די געלעגענהייט זיך משתתף צו זיין לטובת די קרן הבנין

די ערשטע מסיבה וועט פארקומען היינט נאכט אין שטוב פון ר' חיים צבי גאלדבערגער הי"ו, רבינו שליט"א וועט זיך אי"ה משתתף זיין און איבערגעבן ברכת קדשו פאר די באטייליגטע

_________________

HTML clipboardSatmarNews


SatmarNews » 27/6/2011 04:06

[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarNews » 27/6/2011 04:11

צו באקומען אלע אפדעיטס פונעם קאמפיין שרייבט אייך איין אויף טוויטער

http://twitter.com/#!/LEHUKIM


_________________

HTML clipboardSatmarNews


עםהארץל » 27/6/2011 04:21

WOW

שוין דורך צוויי און צוואנציג יאר?

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=2745306&whichpage=1&forum_id=21016#R_1

מיטטעלמאן » 27/6/2011 05:03

[בילד – נישט אפגעהיט]

קארופציע » 27/6/2011 18:51

דער עולם שיינט צו זיין דארט זייער ווארעם, איינער ווייסט וויפל עס איז ראט אריינגעקומען?

קארופציע » 28/6/2011 05:12

דאס האב איך געשריבן אין אן אנדערן פארום און צילוב איר אקטועל'קייט ברענג איך עס אויך דא


תושבי וחברי ק"ק קרית יואל זענען זיך מתחנן צום כת הזלה:

גייטס ארויס אין די מאסן! צו די גרויסארטיגע שיינע מסיבות וועלכע ווערן פראקלאמירט אין די איצטיגע טעג, איש בל יעדר! קיינער זאל נישט פארפעלן צוצולייגן א האנט און א פלייצע, דער מיט געלט, דער מיט עסקנות, צו פארשנעלערן און פארווירקליכן ווי פריער דעם רוט 17 בילדינג.

און מאכטס ריין דעם הייליגן שטאט פון די "מוסדות המתולעים והמנוגעים"


כלהנערים » 28/6/2011 06:33

ביסט מסכים אינטערצושרייבן אז דאס איז אינדרויסן פון די לעדערהעט 'קרית יואל והגלילות'  ....?

וויכטיג » 28/6/2011 17:01

קארופציע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דאס האב איך געשריבן אין אן אנדערן פארום און צילוב איר אקטועל'קייט ברענג איך עס אויך דא


תושבי וחברי ק"ק קרית יואל זענען זיך מתחנן צום כת הזלה:

גייטס ארויס אין די מאסן! צו די גרויסארטיגע שיינע מסיבות וועלכע ווערן פראקלאמירט אין די איצטיגע טעג, איש בל יעדר! קיינער זאל נישט פארפעלן צוצולייגן א האנט און א פלייצע, דער מיט געלט, דער מיט עסקנות, צו פארשנעלערן און פארווירקליכן ווי פריער דעם רוט 17 בילדינג.

און מאכטס ריין דעם הייליגן שטאט פון די "מוסדות המתולעים והמנוגעים"



וועמענס תלמיד ביסטו, דו שמוציג מויל? מ'זעט ווי ווייט ענקער פארפוילטער חינוך און שנאת ישראל פירט ענק! האסט א גוטן רבי'ן פלאנצט גוט איין אין זיינע פארפוילטע פירות נבלה און ניוול פה..

מאטעלע » 29/6/2011 18:44

וויכטיג:

מיין מיינונג איז אויך, אז עס איז נישט אידישלעך אזוי זיך אויסצודריקן, אויף א מוסד ווי עס לערנען אידישע קינדער, שלא טעמו טעם חטא.

אבער דאס וואס דו שרייבסט נבלה / ניול פה [ר"ל] איז ווייט נישט אמת, ער האט סך הכל גענוצט א לשון, א שטייגער ווי דו האסט געזאגט "פארפוילט חינוך"...."פארפוילטע פירות"............

עס  איז סתם אזוי נישט געזונט זיך אריינצולאזן אין אזעלכע דיבורים..... מען וועט נאך זאגן באלד "כל הפוסל פסול".

                                                                                                                  בכבוד רב: מאטעלע