היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » כלל ישראל'ס מגי"ש ביים לב אהרן מסאטמאר שליט"א

כלל ישראל'ס מגי"ש ביים לב אהרן מסאטמאר שליט"א

85 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2900743
בלאט: 1 2

ארגינעלער » 26/6/2011 08:40

פארגאנגענע וואך האט אפגעשטאט אין קרית יואל ביים רבי'ן שליט"א הרב הגאון המפורסם ר' מעכיל זיבלער שליט"א פין ארץ ישראל.
זיינע שיעורים אויף ש"ס איז ציכאפט אין די גאנצע וועלט א יוד וואס קען כל התורה כולו.

דער גאון איז געזעצן ביים רבי'ן דער בעל לב אהרן אריבער אנדערן האלבן שעה ווי מען האט צאם געווארפן אסאך סגיות הש"ס
יודען וואס זענען דארט געווען זאגן אז די שמחת התורה אויף די צווי גאונים איז געווען אין לשער ואין לתאר.

היינט מוצאי שבת איז די רבי שליט"א צוריק געגאנגען א ביקור גומלים.

געלעכטער » 26/6/2011 08:52

א פרישער נאמען? לב אהרן?

תימענער » 26/6/2011 12:35

ווי איז לב זלמן ? צו ווייל ער האט בכלל נישט קיין לב ?

סקאטמאלען » 26/6/2011 17:29

כפי הנראה, האט מען קיינמאל גערופן א מענטש על שם חיבורו, בחייו,

יקרבו » 26/6/2011 21:57

זילבער שמילמבער ער קען נישט צי לקרסיליו פין ר' זלמן לייב פילעף
ער גייט נישט אין די שיטה אין ווישט זיך נישט אריין די נאז אין די ארבעל

סאו הא קעריס איז ער געגאנגען צי רבי'ן

געלעכטער » 26/6/2011 22:34

קיינער קערט נישט, ווייל ער האט פונקט אזוי באזוכט אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר. (אה יע, יעצט גייט זיך אנהייבן די קללות אויף דעם זילבער..)

איזראלי » 26/6/2011 22:44

ער האט באזוכט ביי הגז''ל און וואס האט ער געטון דארט ער האט מקיים געווען דעם פס' ישב בדד וידום אינאיינעם מיט הגז''ל ווייל מיט אים ווערט פשוט לאנגוייליג צושמועסן און א וודאי און א וודאי נישט שמועסן און לערנען וואס אין דעם פארשטייט ער אזוי ווי דער האן אין בני אדם .

געלעכטער » 26/6/2011 22:48

דאס לאז איך פאר דיינע פאנטאזיע'ס אויפצובויען וואס עס האט זיך אפגעשפילט בקודש פנימה. ‎​
 
* ‎​
 
א פראגע נאר, וויאזוי קען זיין אז "כלל ישראל'ס מגיד שיעור" (אויב ער טראגט נאך דעם טיטול נאכן באזוכן ר' זלמן לייב) האט נישט בעסער וואס צו טון ווי גיין באזוכן ר' זלמן לייב'ן - און אנשטאט זיך זיצן און פרייען אנדערטהאלבן שעה הערענדיג ווי דער דזשיגאן עם הארץ ווארפט צוזאם לומדות - זיצן דארט דום?

kleinekup » 26/6/2011 23:00

בימינו אלה גייט יעדער רב אדער ת"ח צו ביידע פון אלע רבי'ס

די חילוק איז נאר ווי אזוי די וויזיט קוקט אויס, נישט די בילדער!

די תוכן, די פריש געטראפענע רעספעקט!
די אינהאלטסרייכע תורה'דיגע שיחה'ס

די פרישע קשרים מיט וועלטס גאונים און מנהיגים!

ב"ה ביי אונז שעמט מען זיך נישט! כבוד סאטמאר ! כבוד רבינו זי"ע ! וואקסט!
און ווערט דערהויבן נאך יעדע ביקור!

וחליפיהם.........

א דאנק פאר זייערע פי אר. וואס פרעשערן יעדן רב וואס קומט צי מרן שליט"א אז ממוז אהין אויך גיין,
ווערט מלאכתינו נעשה על ידיהם...... זיי זעהן דעם בולט'ן חילוק!

געלעכטער » 26/6/2011 23:07

kleinekup כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
בימינו אלה גייט יעדער רב אדער ת"ח צו ביידע פון אלע רבי'ס

די חילוק איז נאר ווי אזוי די וויזיט קוקט אויס, נישט די בילדער, ביים דזשיגאן עם הארץ איז נאר די בילדער דער עיקר

די תוכן, די פריש געטראפענע רעספעקט!
די אינהאלטסרייכע תורה'דיגע שיחה'ס

די פרישע קשרים מיט וועלטס גאונים און מנהיגים!

ב"ה ביי אונז שעמט מען זיך נישט! כבוד סאטמאר ! כבוד רבינו זי"ע ! וואקסט!
און ווערט דערהויבן נאך יעדע ביקור!

וחליפיהם.........

א דאנק פאר זייערע פי אר. וואס פרעשערן יעדן רב וואס קומט צי מרן שליט"א אז ממוז אהין אויך גיין,
ווערט מלאכתינו נעשה על ידיהם...... זיי זעהן דעם בולט'ן חילוק, זיי זאלן זיך אליין איבערצייגן אויס אויסהערן די זאפטיגע שטותים וואס קומט ארויס פון דעם קרית יואלער עם הארץ.

kleinekup » 26/6/2011 23:11

did you say something? or you just framed my words

יקרבו » 26/6/2011 23:39

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
קיינער קערט נישט, ווייל ער האט פונקט אזוי באזוכט אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר. (אה יע, יעצט גייט זיך אנהייבן די קללות אויף דעם זילבער..)


הלוואי הלוואי איז ער געגאנגען קיינער שעלט אים נישטא ישועה מן השמים אז ער איז געגאנגען 
די זאלי'ס  טאקע האבן געשאלטן ווען האדמו"ר מפעשווארסק איז געווען ביים רבי'ן ביי א באזוך אין מיט רעכט האט עטץ געשאלטן

איך האב געהערט אז זרילע גליק האט געטראפן ח.י.פאר 2 חדשים צוריק  אין זרילע הייבט אים אן אראפ צי מאלן וואספארע שטותים די משלחן מלכים איז אין וואספארע בושות עס ברענגט פארן רבי'ן אין ער האט געבעטן  ח.י.ער זאל זעהן צי פועל'ן ביים רבי'נס שטוב מענטשן אז מען זאל אויף הערן ארויס צי געבן דעם משלחן מלכים

האט  אים ח.י. גענפערט געזאגט אז ער ווייסט אויך דערפון אין ער האט פורבירט צי טיען דערוועגן אבער זיי לאזן זיך נישט אין זיי זענען פאר עקש'נט עס ווייטער ארויס צי געבן
איין עצה האט איך זאגט ער פאר זרילע גליק אז ער זרילע זאל  זעהן אז מען זאל ארויס געבן ר' זלמן לייב'ס שמועסן פין די באזיכן וועלן  די אהרונים זעהן ווי אזוי א ריכטיגע שמועס דארף אויס קוקן אויטאמטיש וועלן זיי זיך שעמהן מיט זייערע רבי'נס שמועסן אין זיי וועלן עס אויף הערן ארויס צי געבן

זריל האט זיך געגעבן א דריי אויס אין געמאכט מיט די האנט כדרכו אין הייזריגע שריי געטאן נאאאאאאאאאאאא ( מיט א פתח)

וואלןסח » 27/6/2011 00:55

געלעכטער, אפשר זאגסטו מיר פונקטליך ווען ער האט באזוכט? (איך זאג נישט אז נישט, איך דארף נאר פראף, ווייל נישט אלעס וואס דו זאגסט מוז איך גלייבן)
וויפיל איך האב געהערט פון א אנוועזנדער איז ר' מיכל געקומען צום רבין, נאכדעם וואס ער האט לעצטענס באקומען דעם ספר לב אהרן אויף פרקי אבות, ר' וואלף גליק דער יו"ר פון די ועד להוצאות ספרי רבינו האט זייענדיג אין ארץ ישראל עס ארומגעטראגן פאר אסאך רבנים וראשי ישיבות
ווען ר' מיכל איז אריינגעקומען צום רבין איז די ערשטע זאך געווען א יישר כח פארן ספר, זאגנדיג בלשונו, "איך האב שוין גענאשט דערפון".

געלעכטער » 27/6/2011 00:59

מיין רבי לאזט נישט כאפן קיין בילדער, דעריבער האב איך נישט קיין פרוף. סארי.

יקרבו » 27/6/2011 01:25

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מיין רבי לאזט נישט כאפן קיין בילדער, דעריבער האב איך נישט קיין פרוף. סארי.


געלעכטער מאך מיך נישט שוויצן פאר געלעכטער

ברענג דעם היימישען שבת גוי וואס מען האט געניצט שבועות ביים הכנסת תורה אין פטור אנייסעק

א חוץ אויב די מיינסט דיין אנדערן רבי'ן וואס שטייציך אלע אעלכע לאכערס ווי דיר האבן

תוקן על ידי יקרבו ב- 27/06/2011 01:27:54

געלעכטער » 27/6/2011 01:30

וואס הייסט א היימישער שבת גוי?

היראים » 27/6/2011 02:00

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וואס הייסט א היימישער שבת גוי?


פארוועם מ'האט געברענגט די גרויסע עירוב אויף ראדני.....ע''ה

היראים » 27/6/2011 02:02

מפי השמועה
יעצט געהערט אז דערווייל האט הג''ר ר' מיכל זילבער דערווייל נישט באזיכט כמעט ביי קיין רבנים אין האט נישט אין פלאן
בלויז ביי סאטמאר רבי אין וויזניץ מאנסי

קען עס איינער קאנפירמען?

געלעכטער » 27/6/2011 02:04

און וואס האבן זיי מיט די בילדער?

געלעכטער » 27/6/2011 02:04

דייו שמועה איז נישט ארדענונג, אדער ווילסטו עס פשוט נישט הערן. ר' מיכל זילבער האט באזוכט האדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א.

יקרבו » 27/6/2011 02:13

דער עיקר איז אז מען וויל האבן בילדער האט עטץ בילדער סאו זיי מוחל ברענג בילדער פין דיין גאון

היראים » 27/6/2011 02:14

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דייו שמועה איז נישט ארדענונג, אדער ווילסטו עס פשוט נישט הערן. ר' מיכל זילבער האט באזוכט האדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א.


אויב מ'וועט קלאר מברר זיין אז ער איז נישט געווען וועט
דאס וועט נישט זיין דיין ערשטע ליגענט היינט אליינס
אפי' ענקער מיליאן טוויטער גרופס וואס פרייען זיך צו באריכטן ווען איינער טרעט שוין איבער די שוועל
האט אויך נישט געוויסט צו ברעכן די פרייליכע נייעס (גיי שנעל שרייב עס אויף דיין גרופ...)

היראים » 27/6/2011 02:20

ביים ביקור גומלין

Owly Images

געלעכטער » 27/6/2011 02:21

בלויז למען הקלאר-קייט: יעדער רב, ראש ישיבה אדער אדמו"ר וואס טרעט אריבער דיין רבי'נס שוועל, גייט פונקט אזוי צום אחיו הקטן. יעצט גיי רעד ווייטער איין פאר דיינע קעלבער אז דער גאון קומט "נאר" צו רבינו, דער אדמו"ר האט זיך געטשאטקעט מיט רבינו וכו'. (חוץ צום קלויזענבורגער און צום בעלזער)

היראים » 27/6/2011 02:24

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
בלויז למען הקלאר-קייט: יעדער רב, ראש ישיבה אדער אדמו"ר וואס טרעט אריבער דיין רבי'נס שוועל, גייט פונקט אזוי צום אחיו הקטן. יעצט גיי רעד ווייטער איין פאר דיינע קעלבער אז דער גאון קומט "נאר" צו רבינו, דער אדמו"ר האט זיך געטשאטקעט מיט רבינו וכו'. (חוץ צום קלויזענבורגער און צום בעלזער)


קיינער האט דאס נישט געזאגט
''רוב'' גייען צו ביידע אבער נישט יעדער
די גרויסע נ''מ וואס כאפט נאר איז וויאזוי די באזוך קוקט אויס

געלעכטער » 27/6/2011 02:31

גערעכט, הגאון הגדול רשכבה"ג אברהם הערש וואזנער קומט טאקע נישט צו אונז.

kleinekup » 27/6/2011 02:32

איך שטוין ווי דער תינוק שנשבה פרובירט צי מאכן פון דעם אשכול און פינעם תורה'דיגן באזוך, א שמיעס פון בילדער!

בילדער בילדער בילדער
הימל און ערד און בילדער!

דער ערשטער איז ער געווען צו רעדן דא פון בילדער!
כלל ישראלס פראבלעים פונעם דור!!!

נישט לאנג צוריק ביי לאנטש האט מען אין בוידעם געזוכט א מערכה!
לשיטתם איז צי זיין עכט סאטמאר געוואנדן און מערכות!
סאו אלע קינדער פון די קלאס הרבן געקענט ברענגען איידיעס צו די הויפט,
און די איידיע אז מ'גייט זיך מאכן שרעקליך פארווייטאגט פון בילדער,
און צוגאב שיסט מען 2 האזלעך מיט איין קויל!
 מ'קען זיך שפארן דאגות האמת אויך .....

און כלל ישראל וועט פארגעטערן דעם פאלטשן אפגאט אלס א ממשיך דרכו וואס מ'קען שווער א בילד טרעפן פון'עם.......

זייער זיס, אבער עס באלאנגט נישטא,

דא רעדט מען פון די געהויבענע ביקור פון הרה"ג המפורסם הרב זילבער שליט"א, ביי מרן שליט"א

און ווי אויך ברענגט מען דא ארויס, די בולט'ע חילוקים פון די אזויגעריפענע אנדערע סאטמארע רבי'ס באזוכן מיט רבנים וויאזוי עס קוקט נעבעך אויס!




געלעכטער » 27/6/2011 02:34

יא! ווייל! דאס! איז! דער! חילוק! צווישן! די! צוויי! באזוכן! איינער! טוט! דאס! נאר! פאר! בילדער! און! דער! אנדערער! טוט! דאס! נאר! ווייל! אזוי! איז! דער! רבנישער! שטייגער!

kleinekup » 27/6/2011 02:43

הרב וואזנער פון מאנסי, האט אפשר נישט, די שטארק אויסגעטרעטענע שיכלעך וואס ענדלען צים רבינ'ס אלטע שטעק שיך פון ארשיווע, אדער דעם אראפגעריקטן היט ביזן נאז, אבער דער קאפ איז אים שטארק לייטיש!

 כלל ישראל שמעקט פיין ווער עס איז א פאליטיקאנט און ווער א שוישפילער.
און ווער א גאון בתורה בלי שום פנוי', בלויז ווייל ער האט ליב דעם אייבערשטען!
נישט זעך אדער דעם עטרה אויפן ריקן,

גיי נעם דיר ארויס דעם בת היענה קאפ פונעם אייגענעם טינוף און קלאר דעם אויס דעם נעזל ,
שנייץ אים אביסל,
און זיך אפילו א ברעקעלע אמת און ענקער לאגער!

סרח'ט פון שקר נעבעך

איין שקר געבויט אויפן צווייטן

תימענער » 27/6/2011 12:55

יעדער ראש ישיבה און אדמו''ר וואס גייט צו רבינו שליט''א גייט אויך צו אחיו הקטן זיך איבער צייגן אז אחיו איז טאקע ''הקטן'' אין אלע הינזיכטן קטן בחכמת התורה קטן ביראה .

געלעכטער » 27/6/2011 13:30

שיין פשעטיל.

רבי_יונה » 27/6/2011 17:33

איך פארשטיי נישט פארוואס די דעפרעסטע זאליס דארפן באקן א מעשה אז ר' מיכל זילבער איז געווען ביי זאלי'ן.
זיי קענען דאך פשוט זאגן אז דער מעכל זילבער איז א זשיגאן עם הארץ און פטור אנייסיק.

אויך קענען זיי זאגן אז ר' מעכל זילבער איז געווען ביי זאלי'ן אין חלום, און אויף יענע וועלט וועט מען געוואויר ווערן אז עכט האט נישט געוואלט גיין צו אדמו"ר מהר"א נאר צום עכטן רעבעזעכערויענע לעבראווכע רבי ר' זאלי, וועלכער קען עכט יא לערנען, נאר האט נישט אזוי פראבירט.

דער מציאות לכל מאן דבעי למידע:

ר' מיכל זילבער האט זיך נישט גענומען די מיה צו פארן 2 בלאק צו זאלי'ן. און האט אים קאמפליטלי איגנארירט ! (צום ברודער קיין קרית יואל איז ער געפארן 60 מייל.)

דעם תירוץ פארוואס זאלט איר זאגן !

טאטלע » 27/6/2011 18:10

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מיין רבי לאזט נישט כאפן קיין בילדער, דעריבער האב איך נישט קיין פרוף. סארי.



זייער חשוב ,אבער אפשר די תוכן פינעם שמיעס בקיצור נימרץ קענסטו אפשר פארשאפן ?

יישר כח למפרע 

רבי_יונה » 27/6/2011 18:44

געלעכטער:

מ'קען דאך נוצן די וועלכע האבן געכאפט פיקטשערס אום שבועות תשע"א אין ראדני ביי די צאנזער קרעפל תורה !

געלעכטער » 27/6/2011 19:55

זאגסט דאך אז ער איז נישט געווען

רבי_יונה » 27/6/2011 21:18

געלעכטער
דו זאגסט דאך אז ער איז יא געווען, נאר מ'טאר נישט כאפן קיין בילדער... !

האב איך דיר געענטפערט אז מ'קען נוצן דעם זעלבן וואס האט געכאפט די בילדער אום סאמע יום א' דשבועות אין ראדני !


לסיום הדברים:

הגאון רבי מיכל זילבער איז נישט געווען ביים שטריק !

עס טוט דיר וויי, איך פארשטיי דיין ווייטאג ! און איך בין זיך משתתף אין דיין צער.

געגאנגען » 28/6/2011 00:37

למיטב ידיעתי איז ער נישט געווען באזוכן ביי מהרז"ל. ער איז נישט קיין פאליטישאן, נאר א 'פלעינער' תלמיד חכם מובהק. ביי די אידן גייט מען נישט באזוכן לויט פאליטיק.

[טראץ וואס זיין בעל אכסניא הרב ה. האט געלייגט ערנסטע דרוק אויף אים ער זאל גיין צו ביידע].

געלעכטער » 28/6/2011 01:37

געגאנגען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
למיטב ידיעתי איז ער נישט געווען באזוכן ביי מהרז"ל. ער איז נישט קיין פאליטישאן, נאר א 'פלעינער' תלמיד חכם מובהק. ביי די אידן גייט מען נישט באזוכן לויט פאליטיק.

[טראץ וואס זיין בעל אכסניא הרב ה. האט געלייגט ערנסטע דרוק אויף אים ער זאל גיין צו ביידע].
‎​
 
איך ווייס נישט פון וואו דיין ידיעה קומט. אוודאי איז הרה"ג ר' מיכל נישט קיין פאליטישאן, נאר א תלמיד חכם מובהק. ביי די אידן גייט מען נישט באזוכן לויט פאליטיק. פארצייל איך דיר אז פארגאנגענעם דאנערשטאג איז ער געקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א. גארנישט מיט פאליטיק.

וואלןסח » 28/6/2011 02:49

וויפיל אזייגער דאנערשטאג בערך איז ער דארט געווען?

געלעכטער » 28/6/2011 03:52

הג"ר מיכל זילבער שליט"א האט באזוכט ביי רבינו שליט"א דאנערשטאג אווענט דריי מינוט מיט פינעף חלקים נאך זעקס. ‎​
 
און קוקט נאר צוריק אין דעם אשכול ווי פיר פראמינענטע ניקס, וואלןסח, געגאנגען, יראים און יונה שווערן זיך ביי עמרם כהן'ס בארד למחצה לשליש ולרביע אז ר' מיכל איז נישט געווען. ‎​
 
אזא פנים צי אביסל ערגער טראגן אלע זייערע מעשיות.

תוקן על ידי געלעכטער ב- 28/06/2011 03:55:07

קארופציע » 28/6/2011 04:28

געלעכטער טייערער

עס וועט יעדער ליינער דא אויפן פארק מודה זיין אז מען דיך פולקאם טראסטן אז דו פארשטייסט דעם סוד פון פאבריצירן א פאלנער ליגנד............אפילו במלתא דעבידי לגלויי!
ממילא איז פארשטענדליך וואס דו ענדזשויסט אזוי שטארק די עטענטשן וואס דו באקומסט פון די 'פראמינענטע' שרייבערס דא אויפן פארום!

תימענער » 28/6/2011 12:12

און אז ער איז יוא געווען הערשט דעמאלסט צייגט מען זיך איבער ''מה בין בני'' לבן הקטן קטן מיט אלע פיטשעווקעס.

רבי_יונה » 28/6/2011 17:26

ר' מעכל זילבער איז געווען ביי זאלי'ן פינקט ווי דער טשעבינ'ער ראש ישיבה, הגאון ר' אברהם גנאחובסקי שליט"א.

עס דערקענט זיך אז די זאליס ווייסן אויך אז פון די לישקע פעיראלל דיינים האבן זיי גארנישט קיין כבוד, פראבירן זיי צו באקן אז וועלט-בארימטע גאונים קומען צו זאלי'ן.

די קעלבלעך פארשטייען נישט אז צום גאון ר' מעכל זילבער קען מען נישט רעדן פון די וועטער אדער פון די צאנזער קרעפל תורה, אז ער האט עס באקומען פון ברוך טעם און די טרערן גיסן זיך דערפון.

די שטותים קען מען פארקויפן פאר'ן בראדער גאון !

טאטלע » 28/6/2011 17:49

[quote]הג"ר מיכל זילבער שליט"א האט באזוכט ביי רבינו שליט"א דאנערשטאג אווענט דריי מינוט מיט פינעף חלקים נאך זעקס. ‎​
 

אפשר ווערסטו געוואר פין וועלכע סובזדשעקט מהאט דארט גערעדט
כמיין תורה היא ולילמוד אני צריך

געלעכטער » 28/6/2011 18:13

רבי_יונה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ר' מעכל זילבער איז געווען ביי זאלי'ן פינקט ווי דער טשעבינ'ער ראש ישיבה, הגאון ר' אברהם גנאחובסקי שליט"א.

עס דערקענט זיך אז די זאליס ווייסן אויך אז פון די לישקע פעיראלל דיינים האבן זיי גארנישט קיין כבוד, פראבירן זיי צו באקן אז וועלט-בארימטע גאונים קומען צו זאלי'ן.

די קעלבלעך פארשטייען נישט אז צום גאון ר' מעכל זילבער קען מען נישט רעדן פון די וועטער אדער פון די צאנזער קרעפל תורה, אז ער האט עס באקומען פון ברוך טעם און די טרערן גיסן זיך דערפון.

די שטותים קען מען פארקויפן פאר'ן בראדער גאון !
‎​
 
אט אזוי! דו געב נישט אויף, לייקען ווייטער שמש בצהרים, ווייל אולי וועט זיך איין אהרונישער קאלב איינרעדן אז ר' מיכל איז יא געווען ביים רבי'ן, און דעמאלטס צופאלט דאך דער גאנצער פרייד אז "כלל ישראל'ס מגיד שיעור" האט באזוכט ביי "כלל ישראל'ס פיקח", און טאקע נאר ביי אים. ‎​

kleinekup » 28/6/2011 20:03

געלעכטער

איר מאכט א געלעכטער פון אייך און פון יעדן

צו הרה"ג ר' מיכל איז געגאנגען צו רז"ל איז נישט דער עיקר. פונקט ווי בילדער איז א טפל איז דאס אויך.

דער שפיץ פינעם דיסקוסיע איז אז אזא גאון האט ווי אלע אנדערע פאר אים אין בעז"ה נאך אים, קאנען געלערנט אונזער רבי'ן שליט"א מתוך פלפול התורה ו חדוותא עילאה בשעשועי אורייתא!

קוק צירוק די ביזט געקומען שרייבן אז מ'גייט אים מאכן אויס גאון ווייל ער איז געווען ביי רז"ל אויך.

האבן מיר אלע געזאגט = צדיקין זוכין שמלאכתם נעשית ע"י אחרים

דער חילופיהם ב....רייסט אין פנים אריין
איז אויב איז ער יא געווען, דאן בין איך נאך מער ציפרידן

איבער די הארטע פאקטן צי יא צי נישט , איז נישט מעלה ומוריד! פאר אונז!
אבער עס איז פיין מוריד פאר ענק! 

האנדא » 28/6/2011 20:38

איך ווייס נישט וואס די גאנצע מאכרייקע דא איז,

הגאון רבי מיכל שליט''א איז געקימען באזיכן
ביים כתר התורה בדורינו ( עיין ערך שבט הלוי)
המאור הגדול לממשלת התורה( רבינו הקוה''ט זי''ע)
דער גרעסטע מרביץ תורה בדורינו ( עיין ערך מלכיאל קאטלער)
דער כל רז לא אנוס ליה ( עיין ערך הרה''ג רבי יעקב בלוי שליט''א)
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, אפצוגעבן כבוד התורה, ולומדיה, און די צוויי תורה ריזען האבן זיך אריין געלאזט און שפאציר אונעם ים התלמוד, וואס קיינער פון די אנוועזענע האבן נישט געקאנט מיט האלטען, און זענען געשטאנען פארגאפט, פונען טיפזיניגען תורה שמיעס,

דער נאך איז דא וואס זאגן אז ער איז געגאנגען באזיכען ביים שרעקוועדיגען מן הארץ רבי זאלצמאן, אדער יא, אדער ניין, ( מען האט נישט גאסערט בילדער וועגן הייליקייט, יעדער ווייסט פיקליך וואופול יר''ש אונזער שטריק רבי זאלצמן האט) לאמיר זאגן אז יא,

יעדער ווייסט אז עס איז דא אן הלכה, אז ווען מען גייט מבקר חולה זיין א יוד, און דערנעבן ליגט א גוי, דארף מען אריין גיין צום גוי אויך וועגן דרכי שלום,

הגאון רבי מיכל האט מבטל תורה געווען א פאר מינוט און געגאנגען באזוכן דעם שרעקווערדיגען מן הארץ רבי זאלצמן, מפני דרכי שלום, ער איז אים זיכער נישט געגאנגען צו רבי זאלצמן צוהערן שקל שלום תורות, אדער זען וואו ער זיכט דער פסוק המגיד מראשית אחרית און א חימוש, אדער וואו ער זיכט הלכות אבילות און משנה ברירה, אדער  זען וואו דער ילד ציקעצקעצט זיך ביי יעדן פסוק, ער איז בלויז געגאנגען וועגן דרכי שלום, נא איז וואס? אויב ער איז געגאנגען גיי גלייב א זאליבאן!

 

געלעכטער » 28/6/2011 21:16

הכלל, דער ר' מיכל איז יא געווען באזוכן ר' זלמן לייב צי נישט?
דאס אז ר' אהרן איז א מאור הגדול איז נישט דער נושא פונעם אשכול, מ'האט דא גערעדט אז 4 ניקס האבן געלייקענט שמש בצהרים אז ר' מיכל זאל האבן געווען ביי רבינו שליט"א וזהו.

האנדא » 28/6/2011 21:22

טייערערע געלעכטער עס איז נישטטא קיין בילדער, סא קען איך נישט וויסן אויף קלאר,
איך האב נאר געשריבען אפי' אויב יא, איז ער אים גאגאנגען באזיכען צילוב דרכי שלום, אזוי מען איז מבקר חולה א קראנקע גוי וואס ליגט לעבן א יוד,
האסט נאך עפעס צו פרעגען?

געלעכטער » 28/6/2011 22:16



געגאנגען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
למיטב ידיעתי איז ער נישט געווען באזוכן ביי מהרז"ל. ער איז נישט קיין פאליטישאן, נאר א 'פלעינער' תלמיד חכם מובהק. ביי די אידן גייט מען נישט באזוכן לויט פאליטיק.

[טראץ וואס זיין בעל אכסניא הרב ה. האט געלייגט ערנסטע דרוק אויף אים ער זאל גיין צו ביידע].


האנדא, דאס האט א חבר דיינער געשריבן דא פריער.
בלאט: 1 2