היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » זיסע פאקט: "רוב" שונאים לויפן אוועק פון בני יואל'ע זאל!

זיסע פאקט: "רוב" שונאים לויפן אוועק פון בני יואל'ע זאל!

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2900672

FiveBoro » 24/6/2011 23:23

אין די לעצטע וואכן זעהט זיך דא זייער שטארק אן ווי עס קענען קומען אפאר זאלונישע ניקס, צומאל אפענע און צומאל באהאלטענע, און נעמען זיך זינגען א ניגון, און דער עולם דא, זייענדיג נישט באקאנט מיט די פאקטן, ווייסן נישט ווי מען מאכט דאס גענאר פון זיי. 

די זאליס זענען פארנומען מיט יעדע חתונה וואס קומט פאר אין די בנ"י זאל, און טראמפייטערן דערמיט מיט זייערע בעבישע קינדישע פרייד אויף אזוי ווייט, אז עס קען זיך באלד דוכטן אז אלע אדער אפילו רוב שונאים מאכן דארט חתונה נגד ההלכה. 

אפילו ווען עס זאל ווען אזוי זיין וואלטן מיר נישט געווען סורפרייזט, ווייל רוב שונאים זענען פון די סארט מענטשן וואס ביי זיי עקזיסטירט נישט קיין תורה און קיין באשעפער און נישט קיין שום מציאות עקזיסטירט נישט, ווען עס קומט צו א געלעגנהייט פון פרובירן חרוב צו מאכן סאטמאר.

לדוגמה, וואס כהאב שוין געשריבן די וואך אין א אנדערע אשכול, יוסל וואלדמאן האט אריינגעגעבן א מסירה אין פעדעראלן קארט קעגן די קרית יואל'ע ווילידש. די זלאיס טאנצן, און אלעס איז פארנומען צו ער האט יא שאנסן צו געווינען עפעס צו נישט. איז אפשר נישט בייגעפאלן פאר איין זאלוני צו פרעגן: איז דא א היתר בי"ד? וואו איז דאס דערהערט געווארן? מען גיט אריין א מסירה, א זאך וואס איז פון די ערגסטע זאכן, א חילול שם שמים שאין דוגמתו, נאכדערצו ווען עס קומט באגלייט מיט א פרעסע קאנפערענס, מען פארשוועכט די נאמען פון כלל ישראל באופן נורא, און עס פאלט נישט ביי פאר קיין זאלי צו טראכטן א מינוט אז מען איז פארפארן!

אט דאס איז דער באווייז אז ביי זיי עקזיסטירט נישט גארנישט ווען מען רעדט פון מהרס זיין.

נעבעך נעבעך. 

אבער, עם כל זה, פארט איז דער מציאות ביים ענין פון סידור קידושין אנדערש! מען קען אריינגיין אין די סיבות פארוואס מען האט אזוי מצליח געווען מיט דעם ענין, אז רוב רובם פון זייער ציבור אנטלויפן דערפון, אבער לאמיר בלויז באטראכטן דעם פאקט, אן צו רעדן פון די סיבות.

 

איך האב א ידיד וואס האלט א חשבון אויף אלע חתונות פון קרית יואלע משפחות, און דא וועל איך איבערגעבן זיין ליסטע פון אלע שונאים וועלכע האבן חתונה געמאכט טעכטער, און אוועקגעטראגן די חתונה, און נישט געמאכט אינעם נייעם זאל:

(צוליב א פארשטענדליכע סיבה וועל איך נישט שרייבן די פולע נעמען, נאר די משפחה נאמען, ווער עס וויל קען אלעס גרינג נאכגיין)

 

======================================================

 

האלפערט (וויליאמסבורג) - וועבער (קרית יואל)
אדר תש"ע
ויואל משה וויליאמסבורג

 

ווינער וויליאמסבורג ראטענבערג קרית יואל
אדר תש"ע
עטרת חי' שרה מאנסי

 

שטערנפעלד (בארא פארק) - ערנטאהל (קרית יואל)
סיון תש"ע
וויזניץ מאנסי

 

פרידריך (קרית יואל) - אייזענבערג (קרית יואל)
סיון תש"ע
ויזניץ מאנסי

 

מאשקאוויטש (קרית יואל) - ראטענבערג (קרית יואל)
סיון תש"ע
וויזניץ מאנסי

 

לייפער (מאנסי) - מאיער (קרית יואל)
סיון תש"ע
אטריום מאנסי (שוין געווען באשטעלט אין בנ"י)

 

ראזענבערגער (וויליאמסבורג) - פריעדמאן (קרית יואל)
תמוז תש"ע
וויזניץ מאנסי

 

שווארץ (וויליאמסבורג) - פעדער (קרית יואל)
חשון תשע"א
בית רחל וויליאמסבורג (שוין געווען באשטעלט בני יואל)

 

גאלדבערגער (קרית יואל) - פריינד (קרית יואל)
חשון תשע"א
אטריום מאנסי

 

גפן (לאנדאן) - גראס (קרית יואל)
חשון תשע"א
עטרת חי' שרה מאנסי

 

ברייער (וויליאמסבורג) - ברוין (קרית יואל)
חשון תשע"א
עטרת חי' שרה מאנסי

 

קאהן (וויליאמסבורג) - שטערן (קרית יואל)
חשון תשע"א
בית רחל וויליאמסבורג (שוין געווען באשטעלט בני יואל)

 

גאלד (וויליאמסבורג) - פישער (קרית יואל)
כסלו תשע"א
בית רחל וויליאמסבורג

 

שטיינמעץ (וויליאמסבורג) - וואלדמאן (קרית יואל)
כסלו תשע"א
ויואל משה וויליאמסבורג

 

כ"ץ (וויליאמסבורג) - פערלשטיין (קרית יואל)
כסלו תשע"א
קאנטנענטאל וויליאמסבורג

 

וויינבערגער (ירושלים) - גאלדשטיין (קרית יואל)
כסלו תשע"א
פרדס פיגא וויליאמסבורג

 

פערלמוטער (וויליאמסבורג) - פריעדמאן (קרית יואל)
תמוז תש"ע
וויזניץ מאנסי

 

גרובער (מאנסי) - מייזעלס (קרית יואל)
תמוז תש"ע
בית רחל וויליאמסבורג

 

יאזעף (בארא פארק) - פעקעטע (קרית יואל)
תמוז תש"ע
עטרת חי' שרה מאנסי

 

טעסלער (קרית יואל) - מאנן (קרית יואל)
אלול תש"ע
וויזניץ מאנסי

 

לעפקאוויטש (בארא פארק) - בירנבוים (קרית יואל)
אלול תש"ע
קאנטינענטאל וויליאמסבורג

 

זופניק (וויליאמסבורג) - קרויס (קרית יואל)
אלול תש"ע
עטרת אברהם וויליאמסבורג

 
פערלמוטער (אנטווערפן) - לאנדא (קרית יואל)
כסלו תשע"א
וויזניץ מאנסי

 

פילאפף (וויליאמסבורג) - ראבינאוויטש (קרית יואל)
כסלו תשע"א
פרדס פיגא וויליאמסבורג

 

לעפקאוויטש (מאנסי) - פישער (קרית יואל)
כסלו תשע"א
אטריום מאנסי

 

היימליך (וויליאמסבורג) - פאלאטשעק (קרית יואל)
כסלו תשע"א
עטרת חי' שרה מאנסי

 

זיכערמאן (וויליאמסבורג) - בערקאוויטש (קרית יואל)
טבת תשע"א
אטריום מאנסי

 

בינער (קרית יואל) - שווארץ (קרית יואל)
טבת תשע"א
עטרת חי' שרה מאנסי

 

מאשקאוויטש (קרית יואל) - שפילמאן (קרית יואל)
שבט תשע"א
עטרת חי' שרה מאנסי

 

שווארץ (מאנסי) - ווייס (קרית יואל)
אדר א' תשע"א
עטרת חי' שרה מאנסי

 

בלום (קאשוי) - כהן (קרית יואל)
אדר א' תשע"א
וויזניץ מאנסי

 

הערמאן (קרית יואל) - יאקאבאוויטש (קרית יואל)
תמוז תש"ע
ויואל משה וויליאמסבורג

 

עסטרייכער (וויליאמסבורג) - פאלאטשעק (קרית יואל)
אדר א' תשע"א
אימפעריאל וויליאמסבורג

 

ליימזידער (וויליאמסבורג) - שטיינפעלד (קרית יואל)
אדר א' תשע"א
אטריום מאנסי

 

חיימאוויטש (וויליאמסבורג) - קרויס (קרית יואל)
אדר ב' תשע"א
ויואל משה וויליאמסבורג

 

לאנדא (וויליאמסבורג) - פריעדמאן (קרית יואל)
סיון תשע"א
קאנטינענטאל וויליאמסבורג

 

שטערן (קרית יואל) - פריעדמאן (קרית יואל)
סיון תשע"א
עטרת חי' שרה מאנסי

 

האלצער (וויליאמסבורג) - ווייס (קרית יואל)
סיון תשע"א
וויזניץ מאנסי

 

מייזעלס (וויליאמסבורג) - מאנדעל (קרית יואל)
סיון תשע"א
וויזניץ מאנסי

 

בינער (קרית יואל) - קאהן (קרית יואל)
סיון תשע"א
וויזניץ מאנסי

 

ברייער (וויליאמסבורג) - וויטריאל (קרית יואל)
סיון תשע"א
אטריום מאנסי

 
======================================================

דא האלטן מיר אצינד, סוף חודש סיון תשע"א, איינס און א האלב יאר נאכן עפענונג פון דעם גע'אסרט'טן זאל.

עס שטעלט זיך ארויס אז מיר האבן ניטאמאל קיין השגה וואספארא דורכפאל דער זאל איז פאר אירע פירער, ווען מיר שטייען שוין אנדערטהאלבן יאר נאכן עפענען דעם זאל, און אלע טעראר-תירוצים זענען שוין אויך נישטא, און.. דער עולם אנטלויפט אין די מאסן!

וואלןסח » 24/6/2011 23:27

WOW
ס'איז נישט צום גלייבן
די זאליס טרומפייטערן מיט 30 חתונות, און דא איז 41 חתונות פון זייער לאגער וואס זענען אנטלאפן צו מחמת יראה צו מחמת משפחה וכו' וכו' וכו'

ווארט נאר
יעצט גייען זיי דא יעדעם פס'לנען אז זיי זענען באמת ארונים

FiveBoro » 24/6/2011 23:38

עס זענען געווען בלויז 25 פסולע חתונות במשך די אנדערטהאלבן יאר, קעגן די 41 וואס האבן אוועקגעטראגן די חתונה.

(און נאך 3 אין בני יואל וועלכע האבן געהאט פאר סידו"ק א שליח פונעם מרא דאתרא כדת וכדין.)

====

זייער זאל איז לפי ידיעתי יעצט ליידיג אויף ביז נאך תשעה באב.

FiveBoro » 24/6/2011 23:45

עס איז כדאי צוצולייגן אז דאס איז אין די צייט וואס זיי האבן כלשונם שוין "געסטאפט די טעראר"..., און מאידך גיסא האט יעדער שונא אדורכצוגיין א שרעקליכע פרעשור, א דרוק וואס זיי לייגן אויף יעדן באזונדער אז מען זאל דארט חתונה מאכן.

זיי קומען ארויף צו יעדן מחותן מיט הנחות און מיט בקשות, מען זאגט צו געלט, מען גיט דעם זאל פאר האלב פרייז, מען וויינט אז דער עתיד פון די פרייהייט קרית יואל איז תלוי אין דעם חתונה.., און, דער סוף איז דאס וואס מיר זעהן דא.

ווי גייט דאס ווארט: פאר אלע שונאי ישראל אזאנע געווינסן.

kleinekup » 25/6/2011 00:11

וואלן ס"ח

איך מוז דיך קריטיקירן

אנטשולדיג מיר!

עס פאלט דיר נישט איין אז זיי האבן עס נישט געטון מחמת ערליכקייט?

וויל איך דיר זאגן

די בנ"י מחותנים וואס מאכן דירעקט נישט חתונה דארט

 זאגן נאר פאר די בני יואל אייגענע קאפאו'ס וואס טעראריזירן זייערע אייגענע מענטשן!!
אז זיי זענען אוועק מחמת טערער! פון אונזער צד! דער אמת איז פונקט פארקערט!

מ'לאזט זיי נישט זיין ערליך! זייערע אייגענע רבנים לאזן זיי נישט זיך פירן פרום!
אויב זענט איר א מחותן און איר ווילט זיין אינגאנצן אויסגעהאלטן לכל הדעות , ספעציעל נאך א פסק פונעם גרויסן דיין וואס מ'האט קיינמאל פון אים דורכאויס די שטורמישע קורות הזמנים בקהלתנו! דער איינציגער דיין אין גאנץ סאטמאר וואס איז נישט געווען קאנטראלעבעל! אפילו ווען מיר הייסע חסידים,דורכאויס די יארן , האבן מיר אלטס געהאפט אז ער זאל זיך מער ארויסשטעלן! האט ער קיינמאל פארגעסן זיין עכטע פליכט פון זיין דער דיין! א תורה'דיגע דיין
נישט געפירט אדער בייאיינפלוסט פון שלעכטע , אימפארגינערישע ,קריגערישע גבירים אדער מלשינים!

טאמער פילט דער ערליכער בני יואל מחותן, אז ס'עגבערט אים!
סטראשעט מען אים מיט טערער!
אויב די בעטסט רשות וועט מען דיר ארויסווארפן,און די חתונה צישטערן וכו' וכו'
דערנאך שרייט דער מסור אז מ'טעראריזירט!

באמת איז עס ערליכקייט, זיי זענען נישט גרייט אויף הלכה שאלות, און זיי ווילן זיין ערליך!
יא זיי האבן  נישט ליב דעם רב, אבער באמת זעען זיי שוין איין, אז זיי קענען גאנץ פיין אליין זיין אימגערעכט מיט זייערע אידעאלאגיע,

50% בני יואל וויסן היינט קלאר אז די רב איז גארנישט אזוי שלעכט, אז די ווילידזש איז זייער גוט און ארגאניזירט,
זיי האבן פון אלעם גוטן פונקט ווי אלע איינוואוינער אין שטעטל,

וואלטן זיי געהאט רעספאנסיבל פירערס
ערליכע מנהיגים
וואלט דאס אלעס שוין לאנג געווען א פארגאנגענהייט

און די גאנצע שטעטל אלע פראקציעס וואלטן גאר שטארק הנאה גיהאט,
און מ' וואלט אסאך רואיגער און שענער גילעבט!

די מיינאריטי וואלט גיהאט בעסערע באנעמונג מיט די מעדזאריטי! און ס' וואלט עיווען א שטאט איינס און דער וועלט!

האבן זיי ליידער נישט די פירערס!!!

גם לי גם לך לא יהי'!! תמות נפשי עם...... אויף וועמענס חשבון?
גאנץ כלל ישראל, אויף די תורה הק' חשבון, אויף אלע ארטאדאקסישע יודן'ס חשבון!

בואו ונחשוב חשבונו של עולם!
אין בעסטן פאל פאר די רז"ל -וואלדמאן קליקע, קענען זיי קיינמאל דעם שטעטל נישט פירן קיינמאל!!!!
זיי וויסן דאס !און דאך ווי א פאלנער בריוני פון אלטערטימליכע מעשה ביכלעך! א משומד!
א מסור! א שונא ישראל!
גייט ער מיט די שטיצע פון די אזויגעריפענע איינצעלנע געבליבענע ערליכע אידן פון דור!
מיט א לשם יחוד! מיטן הייליגן דברי חיים'ס ספר תורה מיטן פארקנייטשטן שטערן!
מחלל שם שמים זיין באופן נורא ומבהיל!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!


די שאלה בלייבט נאר צו דער רבי פלעגט זיך אנטין א שטריימעל ביי אזא פאל!?.....
[זיי האבן  IN HOUSE דעם לעצטן לייב , און דער איינס פאר די לעצטע עלעפאנט...צווישן די צוויי וועט שוין עפעס גאר קראנט ,געזאגט און געשריבן ווערן.....]

געלעכטער » 26/6/2011 05:31

מי מילל ומי פילל אז ס'וועט קומען א צייט אנשטאט די אהרונים זאלן ציילן ספירה ברבים יעדע וואך אין בלאט ווער ס'האט ליידער יא חתונה געמאכט אין עטרת מאיר צבי, זאלן זיי זיך דארפן מחזק זיין מיט די אידן וואס האבן נישט דארט חתונה געמאכט. ווי זאגט יוסל וואלדמאן?! אנבעליוועבל!

הבדלה_מנין » 26/6/2011 07:39

פייו בארא, א גרויסע דאנק פארן צוזאמשטעלען אזא העליכע ליסטע וואס ווייזט אז קנאפּע צוואנציג יאר נאך וואס א מוסד האט זיך געפענט מיט אכט יונגלעך און ניין מיידלעך (און עס זענען דא וואס זאגן ניין ינגלעך און אכט מיידלעך, כלשונו פונעם פה מפיק מרגליות, דער געוועזענער ק"י רב) מאכט עס שוין היינט חתונה איבער זיבעציג פארפאלק אין בערך א יאר!

וכאשר יענו אֹתוֹ כן ירבה וכן יפרץ

תימענער » 26/6/2011 12:38

די אלע ניין יונגלעך זענען תלמידים פון שערי חמלה ?

משהלע » 26/6/2011 18:45

זייער זיס, איך האב נישט געזען קיין שום אשכול ווי די אהרונים טראמפייטערן מיט א נצחון, זיי ענטפערן נאר אויף די בני המן'ס אשכול'ס און תגובות, ווי זיי קלעימען וויקטארי און שרייען ווי שטארק זיי האבן געווינען, זאגט מען זיי, אז אויב פון 70 בני יואל חתונות, זענען 45 נישט אין דעם האל, הייסט א נצחון, ווייס איך נישט וואס א פארלוסט מיינט,  שרייען זיי צוריק, אה! די ציילסט וויפיל חתונות מיר האבן!, דארט האלט איר!, ווי גלייך דאס מאכט אונז פארלירער, עס דערמאנט מיך ווען יענער האט געפענט א בית המדרש אין א געגענט און מען האט עם געווארנט אז ער גייט נישט מצליח זיין, אבער ער האט אנגעפיפן, (מסתמה איז ער געווען א זאלי...) און האט יא געפענט, נו, קיין מנין האט ער נעבעך נישט געקענט צוזאם קראצן, אבער ער האט אלץ געקלעימט וויקטארי, ער האט געשריגן אז ער האט יא 4 מענטשן אין זיין בית המדרש, און ווען מען האט עם גענטפערט אז די איבעריגע 6 וואס פעלט צו מנין האט ער דאך נישט, שרייט ער צוריק, דו לאזער, איך האב געווינען ווייל... דו ביסט ביזי מיט מיין בית המדרש, און דו ציילסט וויפיל איך האב...

געלעכטער » 26/6/2011 21:00

טאקע ממש די זעלבע ווי דער משל מיטן שוהל. איין קליינער חילוק, אויב וואלט ווען דער בלאט מפרסם געווען, און א טעראר אפאראט וואלט פונקציאנירט קעגן די מתפללים אין יענער שוהל, איז זעקס אויך א געווינס. אל אחת כמה וכמה, אז מ'האלט שוין ביי דרייסיג חתונות (רעכנט אראפ אפאר וועלכע איז געווען מיט'ן רשות פון אהרן...), איז דאס גאר א שטארקער געווינס.

FiveBoro » 26/6/2011 21:07

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מי מילל ומי פילל אז ס'וועט קומען א צייט אנשטאט די אהרונים זאלן ציילן ספירה ברבים יעדע וואך אין בלאט ווער ס'האט ליידער יא חתונה געמאכט אין עטרת מאיר צבי, זאלן זיי זיך דארפן מחזק זיין מיט די אידן וואס האבן נישט דארט חתונה געמאכט. ווי זאגט יוסל וואלדמאן?! אנבעליוועבל!


דער חלק וואס ענק ציילן, ווייסט שוין די גאס, איר טוט שוין דעם דשאב פאר אונז.

דער חלק וואס איר האלט בסוד, איר וואלט פאר קיין געלט  נישט געוואלט מיר זאלן דאס וויסן, טאקע דאס ציילן מיר.

אויב פילט איר זיך באמת באטראפן, קענט איר פרובירן איין וועג: מסביר זיין אז ענק צילן נישט אויף צו האבן קיין חתונות, ענק צילן נאר צו גיבן א געלעגנהייט פאר די מחוצפים וואס ווילן דוקא חתונה מאכן נגד ההלכה.

אויב איז דאס דער קעיס, דאן קענט איר פארמאכן 99% פון די אשכולות אין ענקער פארום.

משהלע » 26/6/2011 21:16

וויפיל פון די 30 אדער 25 וואלטן גענומען רבי אהרן פאר סידור קידושין? אדער וויפיל פון די 30 אדער 25 זענען געווען וואוילע פאלגענדיגע קינדער און באשלאסן אנצופייפן רבי אהרן? אין גם אחד, קיין איינציגער נישט, און אפילו ווען אלע בני המן'ס וואלטן דארט יא חתונה געמאכט איז דאס אבסעלוט נישט קיין דורכפאל פאר די אהרונים, ווייל פון ציונים, אגודיסטן און מזרחי'סטן עקפעקט מען אנצופייפן דעם ויואל משה, און פון בני המן'ס און זאליס עקספעקט מען אנצופייפן דעם איסור פון רבי געציל, וואס איז יא אינטרעסאנט, אז ביזדערווייל, איז נאך דא רוב פון די בני המן'ס וואס טראץ וואס זיי זענען די זעלבע מחוצפים, די זעלבע צוברעכערס, די זעלבע מחרחרי ריב, עם כל זה האבן זיי נישט געוואלט דארט חתונה מאכן, איך שרייב ביזדערווייל, ווייל לדעתי וועט זיך דאס טוישן, ווייל  א בני המן בלייבט א בני המן, און א ווערעמיגס בלייבט א ווערעמיגס, אבער לעת עתה דארף דאס זיין א געזינטער פראסק פאר די בני המן בכלל און פאר דעם שארמאשער צדיק בפרט, והדברים פשוטים מאוד,

געלעכטער » 26/6/2011 21:39

ס'גארנישט אזוי פשוט ווי דו מאכסט עס, אויב האבן די אידן וואס האבן דארט חתונה געמאכט סייווי נישט געפלאנט צו נעמען ר' אהרן פאר מסדר קידושין, וואס האט מען אזוי טערארעזירט, מוחה געווען אין בלאט וכו'? און מאי שנא די לעצטע פאר חתונות וואס ס'הערשט א שווייגעניש?

משהלע » 26/6/2011 22:06

ס'איז פשוט מאוד, איר קענט נישט טאנצן אויף ביידע זייטן, ווען ס'איז יא דא דארט א חתונה, מאכט מען אויף 20 אשכולות, און מען טאנצט פאר שמחה אז מען האט ענדליך צובראכן דעם טעראר, און ווען עס טרעפט זיך בני יואל וואס ווילן דארט נישט חתונה מאכן מאיזה סיבה שיהי', איז דאס בלויז ווייל מען טעראריזירט זיי, זאג מיר, איז יא דא טעראר צו נישט? האט מען יא צובראכן דעם טעראר צו נישט?, מאכטס אפ איין מאל פאר אלעמאל, יא חתונה מאכן צו נישט חתונה מאכן אין דעם גע'אסר'טן האל האט בכלל נישט צוטון מיט קיין טעראר, ווייל ווען די היינטיגע הויפט זאליס זענען געווען אין די ממשלה, און טעראר איז געווען דער טאג טעגליכער מהלך, האבן זיך די בני יואל גיט אויסגעלאכט פון זיי און זיך געבויט גאנץ א שיינע מלוכה'לע, ביי זיי ארבייט נישט קיין טעראר, אשר על כן איז די לעצטע 12 יאר זייט מען האט געמאכט דעם באקאנטן שד אומשעדליך, האט זיך טעראר גענצליך אויפגעהערט, און אויב רופסטו אן א מודעה אין בלאט און אפאר פאשקעווילן טעראר, ווייסטו נישט וואס טעראר מיינט, טעראר איז א פארגאנגענהייט, קיינער האלט זיך נישט צוריק פון דארט חתונה מאכן צוליב טעראר, אדרבה, עטליכע וואס האבן דארט נישט געוואלט חתונה מאכן האבן חוזר געווען אויסדריקלעך צוליב טעראר אדער בעסער געזאגט אפ נורמאלע פרעשער און לחץ פון די ווערעמיגע בני המן, דער שארמאשער האט דאס גענומען פאר זיין פערזענדליכע מערכה, ער קאלט ארום, שרייבט בריעוון, מבטיח גן עדן, זאגט צו קינדער, אלעס טיט ער אבי מען זאל דארט חתונה מאכן, און אז עם כל זה איז זיין הצלחה "לעת עתה" ווייניגער ווי האלב, איז דאס א מעכטיגער פראסק פאר די בני המן בכלל און פאר דעם שארמאשער בפרט, והדברים פשוטים מאוד למי שיש מח בקדקדו.
 

געלעכטער » 26/6/2011 22:40

דער גלאז איז האלב פול אדער האלב ליידיג? אקוראט דאס איז דער דעבאטע דא. די שונאים פון ר' אהרן זעען דערין א געווינס, ב"ה מ'האלט שוין דא, פון א חיידער אין א יפוי ביהמ"ד בעיסמענט אין קרית יואל מיט זעקס תלמידים, צו א מעכטיגע אימפעריע פון א קהלה מיט אלע אירע באדערפענישן. די איינציגסטע זאך וואס האט זיי נאך געפעלט איז געווען א חתונה זאל. יעצט האבן זיי שוין דאס אויך, איז דער געווינס ביי זיי גאר גרויס. ‎​
 
ווידעראום די אהרונים האבן אנגעהויבן די מערכה מיט א פעסטע איינרעדעניש אז דעם זאל גייט מען קענען פארמאכן איבערנאכט. ווען ס'האט זיך אבער ארויסגעשטלט דאס מציאות אז דארט גייען פארקומען חתונות, און נאך ווי, האט מען אנגעהויבן זיך פרייען אז ס'קומען נישט דארט אזויפיל וויפיל ס'וואלט געדארפט זיין, נאר אביסל ווייניגער, און דאס איז זייער געווינס. ‎​
 
יעצט זאגט מיר, ווער האט געווינען?

משהלע » 26/6/2011 23:13

הייסט די בני המן זענען שוין צופרידן מיט האלב ליידיג, אדער מער פונקטליכער, 2/3 ליידיג, כא ... כא... כא... איך הייב שוין אן צו קלערן אז מיר האבן יא געווינען!!!

געלעכטער » 26/6/2011 23:16

די בני יואל זענען צופרידן אפילו מיט איינס, כש"כ מיט דרייסיג. די אהרונים זענען קראנק אויף איינס אל אחת כמה וכמה אויף דרייסיג.

kleinekup » 26/6/2011 23:26

פליז  שרייב נאר פון דיין צד!

די קענסט קוים דאס

משהלע » 27/6/2011 00:45

געלעכטער, איר עקט נישט ווי צופרידענע! קיקט נישט אויס איר זאלט זיין צופרידן, און פון יעדן איינעם בני יואל וואס מאכט נישט דארט חתונה באקומט דער שארמאשער דאס קדחת!!! ומכל שכן פון איבער 40, שיין דערלעבט.

געלעכטער » 27/6/2011 00:47

און פאר יעדע חתונה וואס דארט קומט יא פאר באקומט ר' אהרן דאס קדחת. מאי שנא?

היראים » 27/6/2011 02:05

טאקע א זיסער פאקט.....
רוב זאליס אין בני יואל זענען נישט חושש צו די ביטול תורה פונעם שארמאשער

קען איינער ברענגן זיין בריוו צו ר' הערשל שרייבער איבער די הייליגע מצוה פין מאכען די חתונה אן רשות?

געלעכטער » 27/6/2011 02:12

און אז מ'ברענגט שוין, זאל מען שוין אויך ברענגן די צאל-לאזע פאשקעווילן וואס די אהרונים האבן געווארפן און פארשפרייט על חומר האיסור פון חתונה מאכן אין עטרת מאיר צבי.

kleinekup » 27/6/2011 02:51

איסור בלייבט איסור!
גיין אקעגן א רב איז בכלל נישט פשוט,

אפילו די גאוני הגאונים {די לעצטע וועלף} פארשטייען אז מ'דארף ביום החופה שפילן זייער געמיינע פאליטיק אויפן חשבון פון דורות העתידים!
דאך רוב בני יואל ציבור, די ערליכע פון זיי, האלטן אין אזא פאל איז שב אל תעשה עדיף!!

דא וועט זיך ארויסשטעלן וואו דער ערליכער 100% אויסגעהאלטענער ציבור שטעלט זיך!

און לויט די ליסטע וואס היראים האט געברענגט ווייזט אונז אז עס איז דא גאנץ א לייטישער ערליכער ציבור אפילו ביי די בני יואל,

{זיי זענען נאך אלטס נישט מקבל מרות פון רב אבער קיין וואזשנע פרעכע פויערן זענען זיי נאכנישט]
על אפם ועל חמתם פון זייערע פאלטשע מנהיגים!!!

 
 

געלעכטער » 27/6/2011 09:05

פון א קאלעגע שרייבער ברךמשהחסיד
עס איז זייער אינטרעסאנט צו קוקן אינעם פורום פון די שונאים, וויאזוי זיי רעכענען אויס א לאנגע ליסטע פון חסידים וואס האבן נישט חתונה געמאכט אין עטרת מאיר צבי.

מען האלט בלויז איין יאר, וואס זיי האבן געטאן אלעס אין די וועלט קעגן דעם זאל, און זיך געשוואוירן אז דאס וועט נישט פאסירן, און היינט האלט עס שוין ביי א מצב אז דער דעת הקהל האט זיך אזוי שטארק געטוישט, אז די שונאים אליין וואונדערן זיך פארוואס נישט אלע חסידים מאכן דארט חתונה ???

עס געדענקט זיך ווען דער רבי זי"ע (ברך משה) האט געעפנט די ישיבה גדולה אין קווינס, און נאר 125 חסידים האבן געשיקט די קינדער, זענען די מאנרויער שונאים געשפרינגען מיט שמחה, אז זיי האבן 4 מאל אזויפיל בחורים, עס האט נישט לאנג געדויערט און דער מצב האט זיך איבערגעדרייט.

פארשטייט זיך עס וועט נאך דויערן א שטיקל צייט ווילאנג קהל יטב לב, וועט עפענען נייע חתונה זאלן, און זיין געהעריג צוגעשטעלט צו קעיטערן אונזער ציבור, אבער עס איז נאר א שאלה פון צייט ווילאנג די קשיא פון די שונאים וועט פארענטפערט ווערן...

אויך איז אינטרעסאנט פארוואס זיי האבן נאר ארויסגערעכנט די אלע חתונות פון חסידים, וואס זענען נישט געווען אין קרית יואל, און ארויסגעלאזט א גרויסן סכום חתונות, פון הייסע חסידים וואס זענען דערווייל געווען אין קרית יואל, מיט די געצווינגענע סידור קידושין'ס.
‎​
 
www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2900227&whichpage=2&forum_id=21016#R_8

תוקן על ידי געלעכטער ב- 27/06/2011 09:08:31

משהלע » 27/6/2011 17:06

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
און פאר יעדע חתונה וואס דארט קומט יא פאר באקומט ר' אהרן דאס קדחת. מאי שנא?

אמת, רבי אהרן וואלט באקומען דאס קדחת, ווען א אהרוני וואלט חתונה געמאכט אין דעם גע'אסר'טן האל, א מענטש איז פארט נאר א מענטש, און עס וואלט עם געוויס שטארק געארט, אבער ב''ה לעת עתה האלט מען ביי זערא (0) קדחת'לעך, ווידער דער שארמאשער באקומט דאס קדחת יעדעס מאל וואס א ווערעמיגס מאכט דארט נישט חתונה, לעת עתה האלט מען ביי 41 קדחת, דאס איז דער מאי שנא.