היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ווען די בלוט הונגערט נאך רשעות אין שנאה

ווען די בלוט הונגערט נאך רשעות אין שנאה

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2900118

עםהארץל » 22/6/2011 03:50

די ארונים וואס זייער גאנצער מהות איז א פינסטערע לעבן, זיי זענען פארנומען א גאנצען טאג צו זעהן ווי מ'קען אפטוהן אין טוהן רשעות אין רציחה פאר יענעם בראש פין זייער געטרייער מיסד און מנהיג הרב אהרן טייטלבוים וועלכער פארמאגט שוין צענדליגע יארען עקספיריענס פון רשעות אין השחתה ר"ל האבען יעצט געטראפען א פרישע ציל אין רשעות

ווי באקאנט איז דא א סטאר Simi's of London א קליידער געשעפט
דער בעה''ב איז א אינגערמאן מחיסידי סאטמאר קרית יואל
אין די בלוט דארשטיגע האבען אפגעמאכט אים צו נעמען אויפן צימבל ווייל ער האט גערופן די ווילידזש אין קאורט מיט א היתר בית דין
עס ווערט אויסגערופן א בויקאט קעגן אים, פאר'ן גרויסען חטא פון אויספאלגן וואס די תורה הייסט
אין מ'לייגט נאך אריין די גאנצע רשעות אין די תורה הק' ר''ל

עס ענדיגט זיך נישט דארט, מען שיקט ארום די טעלעפאן נאמבער פאר אלע מתמידים אין מאנרא ישיבה אז יעדער זאל קאלען מיט אימשילדיגע רשעות'דיגע תמימות פרעגן פארוואס ער איז געגאנגען אין קאורט אין מ'זאל גלייך אראפהאקען ווי זייי האבען שוין געטוהן ביי עטליכע געשעפטן (מיט קיין ערפאלג ב''ה)

עס וואלט געווען ראטזאם אז איינער זאל ארויפלייגען ווי די לאקאלן פון זיינע געשעפטן זענען אז דער עולם זאל וויסן צו שטיצן דווקא די בויקאטירטע פין די בלוט זויגערס (לויט דעם וועט יעדער וועלן א בויקאט פין זיי..)

מיר מוזען סופארטען די אלע וואס ליידען פין זייערע רשעות אין השחתה אין אויב וועט זיך דאס נישט אויפהערן וועלן מיר מוזען זיך אויסלערנען זייער שפראך,
אויב וועט זיך אויספעלן וועט מען דארפן בויקאטירן יעדן ארוני געשעפט

די רשעות מוז נעמען א ענדע.

ספרינטער » 22/6/2011 03:54

לעטס גאו! באיאקאטיר די עסן אין אוהל שרה סקול.

ביידען » 22/6/2011 03:55

איך פארלאז מיך אויף ר' יוסל אז ער וועט שוין וויסן וויזוי קעיר צו נעמען פון די מתמידים וואס מאכן פאני קאלס
אזוי אויך זאל מען אים שטיצן ביתר שאת 

סעלפאן » 22/6/2011 04:10

ר, יוסל דערשרעק זיך נישט פון קיינעם מיר זענען מיט אייך: אז זיי האבן אייך נישט געקענט אונטערברענגען 20 יאר צוריק קענען יעצט בדרך הטבע זיכער נישט- ר' אהרן'ס טעראר איז שוין פאראלאזירט בחסדי השם

united1 » 22/6/2011 06:08

ביידען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך פארלאז מיך אויף ר' יוסל אז ער וועט שוין וויסן וויזוי קעיר צו נעמען פון די מתמידים וואס מאכן פאני קאלס
אזוי אויך זאל מען אים שטיצן ביתר שאת 


"כבר היה לעולמים" האט דער מהרא"ט געזאגט,
 
די פאני קאללס חברה האט שוין ר' יוסל'ס 4 יעריגע אייניקל לאנג מסדר געווען! 

   http://youtu.be/j74ddpkouyw 



 

פאר JNET
http://www.mahnishmah.com/system/s/modules/admin/pages/show_page.cgi?p=12820





תוקן על ידי united1 ב- 22/06/2011 06:43:17

מאטעלע » 22/6/2011 20:19

איינער קען ברענגן עפעס דאקומענטן איבער דעם בויקאט?

איז ארויסגעקומען מטעם קהלת מהר"א עפעס א פארארדענונג לגבי דעם געשעפט?

oאטמארער » 22/6/2011 22:40

ביזדערווייל זעה איך נישט קיין איין חסיד פון ר' אהרן זאל מוחה זיין