היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » האט די "מהודרת דאסטער" מערכה אפגעפייגערט?

האט די "מהודרת דאסטער" מערכה אפגעפייגערט?

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2900032

שמואליונה » 21/6/2011 18:06

פארלאפענעם חול המועד פסח האט דער דזשיגאן עם הארץ געמאלדן בקול רעש גדול אז ער גייט זיך נעמען צו די דאסטער'ס וואס די אידישע מאמע'ס גייען. ‎​
 
די אהרונים זענען געווארן אויפגעהייטערט, א פרישע מערכה אויף די אגענדע, מ'וועט מאכן די זאלי'ס פאר גויטע'ס ווייל זיי גייען נישט מיט דאסטער'ס וואס דעם דזשיגאן עם הארץ שמעקט. מ'וועט פראטעסטירן און בויקאטירן געשעפטן וועלכע וועלן נישט פארקויפן דאסטער'ס וואס דער דזשיגאן עם הארץ גלייכט. הקיצור, א פולע "דאסטער עפאכע". ‎​
 
מאנכע האבן שוין אפילו געוויסט צו זאגן אז מענדעלע שומר הנשים בבית המלך האט אראפגערופן געשעפט אייגענטומער און פארהאנדלט מיט זיי דער גענויער שניט און סטייל וויאזוי די נייע דזשיגאנע דאסטער'ס וועלן אויסקוקן. בנציון לאוב האט שוין פארארדענט די בחורים און שלעגער אז ווען מ'זעט א דאסטער נישט לויטן שניט פון דזשיגאן, איז א מצוה דאס אראפצורייסן פון די פרוי ברבים. ‎​
 
א גרויסע שריפה, באלד אזוי גרויס ווי דזשיגאן האט געמאכט ביי די שייטלעך פרשה און ווי ער מאכט יעדן ל"ג בעומר אנגעטון מיטן גארטל, איז געווארן אויספלאנירט, וואו דארט וועלן אלע אהרונים אריינווארפן זייערע אלטע דאסטער'ס. אפילו די שפיי'ער רעבעצין איז געווארן איינגעשפאנט, מיט א הבטחה אז זי וועט שפייען אויף יעדע פרוי וואס וועט נישט גיין מיט דעם מהודרת דאסטער. ‎​
 
אבער מ'האלט שוין באלד 3 חדשים שפעטער, און דער מערכה שלאפט און שנארכעצט. דער ערשטער שפאלט האט זיך אנגעהויבן ווען דער בלאט וועלכער איז דער פאן טרעגער פון די אלע פאני מערכות האט זיך אפגעשאקלט נאך איין וואך מעלדן די נייעס, און געשיקט די דאסטער עסקנים צו די עקסטרעמע "אוצרות" אויסגאבע. זאלן זיי זיך ספראווען מיט די משוגעים. ‎​
 
א גרויסע מיטונג וועלכער דזשיגאן האט פאררופן, און דאסמאל אן די געוועזענע דיינים פון סאטמאר, האט זיך אנגעהויבן און געענדיגט מיט א באריכט אויף בחדרי חרדים אז די זאליס זענען ל"ע "נישט" געקומען צו די אסיפה, און דאס צייגט קלאר אז זיי זענען פאלנע גוים וואס ווילן זייערע פרויען זאלן זיין גויטע'ס. ‎​
 
קען איינער ביטע אפדעיטן וואו די מערכה האלט, צי האט עס שוין אפשר געפייגערט ווייל דער דזשיגאן איז צוריק געווארן ביזי מיט אריזאנע ווייץ, דעריבער האט ער נישט קיין צייט מער פאר די דאסטער'ס?

חמץ_גמור » 21/6/2011 18:48

זאלסט נישט זיין סורפרייזד ווען נאך אביסל וועט מען מפרסם זיין בילדער ווי דער ״מהדר במצוות״ צינד אליין אהן די ניי מאשינען פאר די בגדים המהודרות .....

ווארט מיט געדולד ......

מאטעלע » 21/6/2011 18:49

חלילה אזוי צו רעדן!! עס מאכט דיר ביליג!!

איך האלט מיר ב"ה גוט אינפארמירט איבער די פארשריט פון די הייליגע פעולות.
און איך האב די זכי' איבערצוגעבן פארן ברייטן ציבור די שמועות משמחות, וואס דערפרייט דאס הארץ פון יעדן ערליכן איד, אפגעזעהן צי ער איז א סאטמארער / וויזניצער / ספינקער / בעלזער / סקוויראער / באבוב'ער / און אפילו יעדע נארמאלע מעהטש פון סאטמאר צד המרז"ל.

ב"ה ווי עוסקים במלאכת הקודש גיבן יעצט איבער, איז שוין דא גרויס האפענונוג אז אויפן קומענדיגן סעזאן וועט אי"ה שוין זיין צו באקומען די אויסגעהאלטענע און צניעות'דיגע דאסטערס

שישו ושמחו בשמחת היהדות החרדית

דאסטערס » 21/6/2011 18:55

Aron will call up all ladies with the kosher dusters to dance on the table pirim.... Don't be surprised if this will happen

שמואליונה » 21/6/2011 18:57

עס פריידט מיר ס'הארץ צו הערן די גוטע נייעס. זאג נאר, וואס הייסט קומענדיגער סעזאן?

שמואליונה » 21/6/2011 18:58

דאסטערס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
Aron will call up all ladies with the kosher dusters to dance on the table pirim.... Don't be surprised if this will happen
‎​
 
לעפינג אוט לאוד!

אויטענטיש » 21/6/2011 19:07

מאטעלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]


ב"ה ווי עוסקים במלאכת הקודש גיבן יעצט איבער, איז שוין דא גרויס האפענונוג אז אויפן קומענדיגן סעזאן וועט אי"ה שוין זיין צו באקומען די אויסגעהאלטענע און צניעות'דיגע דאסטערס

שישו ושמחו בשמחת היהדות החרדית

איך פרעג מיט אן ערנסטקייט: איז יעצט נישט דא צובאקומען אויסגעהאלטענע דאסטערס?

מאטעלע » 21/6/2011 19:21

קומענדיגע סעזאן מיינט מען דעם ווינטער סעזאן

א קוצע הערה פאר די שרייבערס פון צד המהרז"ל

 לויט וויפל איך קוק מיך אום האט דער עולם ביי צד מהר"א זיך שוין אביסעלע פארגרוילט פון די נארישע סארט קרוגעריי וואס ווערט אנגערופן את אשר התרת אסרתי ואת אשר אסרת התרתי

חשובע שרייבערס!

עס איז קלאר אז דער מהלך איז צביעות'דיג און פאלש, עס ברענגט נישט קיין כבוד פאר די חסידות אדער פארטיי נאר פארקערט!
קוקט זיך אום ביי דעם קאלום אליין
דער דאסטער מערכה איז בלי שום ספק א מערכה בלויז לשם שמים, גאר א שווערע פעלד  און מסירות נפש'דיגע ארבעט און ווען עס קומט א שרייבער און פריבובירט אראפברענגן די גאנצע זאך על לא דבר בלויז ווייל........ האט דאס זייער נישט א גוטע שמעק און עס וועט אים זיין צו פארשולדיגן דאס שטינק פונעם גאנצן חסידות.
דער צווייטער שרייבער אויף דעם קאלום איז שוין פארכישופט און האט נישט געכאפט און גלייך ארויפגעשטעלט א מיאוסע ניבול פה רח"ל אויף ענגליש ואכמ"ל

אנשטאט זיך צו בויען די אייגענע גוטע חלקים פון אינעווייניג אין די קהלה, זיכט מען זיך צו בויען דורך נארישע וועגן וואס די מציאות האט שוין געוויזן טויזענטער מאל אז עס בעקפייערד.

די תגובה איז געשריבן געווארן במהירת 

חמץ_גמור » 21/6/2011 20:11

מאטעלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אנשטאט זיך צו בויען די אייגענע גוטע חלקים פון אינעווייניג אין די קהלה, זיכט מען זיך צו בויען דורך נארישע וועגן וואס די מציאות האט שוין געוויזן טויזענטער מאל אז עס בעקפייערד.

די תגובה איז געשריבן געווארן במהירת 

מאטעלע, גוט ארויסגעברענגט ענקער פארשעמטער התנהגות.

דיין תגובה איז שוין גארנישט געשריבן במהירות, נאר גאר בבהירות .......

מאטעלע » 22/6/2011 22:20

אין קורצן פירוש אויף מיין פריערדיגע תגובה,

איך האב די זאך אסאך געסוירטשט און לאנג נאכגעקוקט,
די מציאות הדברים איז אז כהיום יום ווען מען קוקט אום זיך אינעווייניג ביי קהלת מהר"א, זעהט מען אז זיי האבן לעצטנס גענומען מאסיווע שריט צו טוישן דעם מהלך און גענצליך בייטן דעם צוגאנג ווען עס קומט נוגע צו בויען זייער קהלה, חסידות,
דהיינו:
רובם ככולם פון זייערע עסקנים, כלל טוער, שענערע אידן, ראשי הקהלה, און אפילו אין קרית יואל דער ווילידזש, וכו', וכו' , אנשטאט דעם ביז יעצטיגן מהלך פון אינטערייסן די אלע וואס גייען נישט מיט זיי אין שפאן, זענען זיי אלע שטארק קאנצעטרירט און לייגן כולם כא' אריין קאפ און מח וויאזוי צו בויען און פארברייטערן די קהלה / חסידות אין "איכות"און יא חפץ ד' בידם מצליח ווי יעדער מענטש פון אינדרויסן ווי אינעווייניג צוגלייך קען מעיד זיין דערויף
 יא! זיי וואקסן אויב א הערליכע קהלה
 א קהלה מיט רעספעקט ביי אנדערע קהלות, און דאס קען איך מעיד זיין
און יא! נישט אומזיסט זעהט מען אז אנדערע גרויסע קהלות בישראל זענען כסדר גרייט צו פארקוקן אויף נגיעות און אויף אלטע ווייטאגן וואס זיי זעלבסט האבן געליטן פון סאטמאר ,און זיי אליינס מאכן היינט נאך די שיינע אקטיוויטעטן פון סאטמאר קהלת מהר"א, א שטייגער ווי חתונה תקנות, שחיטה לעופות, שחיטה לגסות, שניידן ווייץ אויף פסח אין אריזאנע,והרבה הרבה.

די סיבה דערצו איז אויך זייער פשוט,
קהלת מהר"א האט זיך נאכן גוט אנאלאזירן זייערע אינערליכע ציפערן -(די אמת'דיגע)פון יעצט אין די עין'ס-זיך דערזעהן אז יא! זיי פארמאגן קיע"ה א אייגן פאלק פון עטליכע רבבות אייגענע מענטשן אלטוועלטליך, -דאס איז נישט קיין גוזמא יעדער וואס וועט דאס גוט נאכקוקן קען זיך עס אליין איבערצייגן- {מענטשן מיינען אז עס איז שווער צו נאכקוקן די זאכן פרובירט וועט איר זעהן אז דאב איז א גרינג פעלד} האבן זיי פעסט באשלאסן אז גענדיגט עס איז געקומען די צייט צו פארקירעווען די אויגן אויף אינעווייניג אין די קהלה און צו זיכער מאכן אז "וואס מען האט, בלייבט" און אז עס וואקסט און בליהט
און דאס איז וואס איך פערזענליך קוק ארויס אז צד מהרז"ל זאל אויך נאכמאכן

איך בעט אנטשולדיגונג די צייט לויפט מיר אויס ... ועוד חזון למועד...


ספרינטער » 28/6/2011 09:35

מאטעלע מיר ווארטן זייער שטארק זאלסט ממשיך זיין.

וויכטיג » 28/6/2011 16:46

מאטעלע, איך ווייס נישט צו דו וואוינסט אין האנאלולו אדער זיד אפריקע, צו מיינסטו גאר אז די ליינער זענען משוגע..?

קוק_ווינקל » 28/6/2011 19:04

מאטעלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אין קורצן פירוש אויף מיין פריערדיגע תגובה,

איך האב די זאך אסאך געסוירטשט און לאנג נאכגעקוקט,
די מציאות הדברים איז אז כהיום יום ווען מען קוקט אום זיך אינעווייניג ביי קהלת מהר"א, זעהט מען אז זיי האבן לעצטנס גענומען מאסיווע שריט צו טוישן דעם מהלך און גענצליך בייטן דעם צוגאנג ווען עס קומט נוגע צו בויען זייער קהלה, חסידות, ווי שעמט זיך נישט א סאטמערע חסיד צו רעדן פון בויען חסידות?
דהיינו:
רובם ככולם פון זייערע עסקנים, כלל טוער, שענערע אידן, ראשי הקהלה, און אפילו אין קרית יואל דער ווילידזש, וכו', וכו' , אנשטאט דעם ביז יעצטיגן מהלך עליבה עיסה שנחתומה מעיד פון אינטערייסן די אלע וואס גייען נישט מיט זיי אין שפאן, זענען זיי אלע שטארק קאנצעטרירט און לייגן כולם כא' אריין קאפ און מח וויאזוי צו בויען און פארברייטערן די קהלה / חסידות אין "איכות"און יא חפץ ד' בידם מצליח ווי יעדער מענטש פון אינדרויסן איך האב א בעלזער חבר, ער זאגט מיר יעדן טאג די זעלבע נוסח אויף זיין חסידות.... ווי אינעווייניג צוגלייך קען מעיד זיין דערויף
 יא! זיי וואקסן אויב א הערליכע קהלה
 א קהלה מיט רעספעקט ביי אנדערע קהלות, און דאס קען איך מעיד זיין איך ווייס! ווייל די גלייבסט די בלאט!

און יא! נישט אומזיסט זעהט מען אז אנדערע גרויסע קהלות בישראל זענען כסדר גרייט צו פארקוקן אויף נגיעות און אויף אלטע ווייטאגן וואס זיי זעלבסט האבן געליטן פון סאטמאר פון וועם???, און זיי אליינס מאכן היינט נאך די שיינע אקטיוויטעטן פון סאטמאר קהלת מהר"א, 
איך האב א בעלזער חבר, ער זאגט מיר יעדן טאג די זעלבע נוסח אויף זיין חסידות.... א שטייגער ווי חתונה תקנות, שחיטה לעופות, שחיטה לגסות, שניידן ווייץ אויף פסח אין אריזאנע,והרבה הרבה.

.....
און דאס איז וואס איך פערזענליך קוק ארויס אז צד מהרז"ל זאל אויך נאכמאכן

ניין ניין!!!! צד מהרז"ל גייט נישט בויען חסידות, צד מהרז"ל גייט נישט גלייבן די איד ווי א בת היענה, צד מהרז"ל גייט נישט אוועק קוקן פון פרצות הדור, צד מהרז"ל גייט נישט זיכן הידורים להגדיל שמו, צד מהרז"ל גייט נישט זיין בעזהי""ת א חסידות אזויווי אלע היינטיגע חסידות'ער. חסידי מהרז"ל זענען סטאק געבליבן אין תורת משה! חסידי מהרז"ל ווייסן אז די רבי'ס תקנות מייסד קהילת סאטמאר איז געווען די עשרת הדיברות, חסידי מהרז"ל איז נאך גילטיג די אלטע סיגיטע מעשה מיט די דבר אחר.. , חסידי מהרז"ל איז אנגענימען אז יש לנו אב זקן לא נשתנה ולא ישתנה!!!
....

האורח » 28/6/2011 21:52

קוק_ווינקל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אין קורצן פירוש אויף מיין פריערדיגע תגובה,

איך האב די זאך אסאך געסוירטשט און לאנג נאכגעקוקט,
די מציאות הדברים איז אז כהיום יום ווען מען קוקט אום זיך אינעווייניג ביי קהלת מהר"א, זעהט מען אז זיי האבן לעצטנס גענומען מאסיווע שריט צו טוישן דעם מהלך און גענצליך בייטן דעם צוגאנג ווען עס קומט נוגע צו בויען זייער קהלה, חסידות, ווי שעמט זיך נישט א סאטמערע חסיד צו רעדן פון בויען חסידות? הגם די טענה איז אפשר ריכטיג, אבער פון וועלכן שטאנדפונקט קומט איהר דאס צו טענה'ן? פארוואס זענט איהר אזוי פארנומען מיט וואס קהלת מהר"א טוט נישט גוט? דאס איז יא די דרך פון סאטמאר צו זיין פארנומען מיט וואס יענער טוט? טאקע על זה אנו דנין! 
דהיינו:
רובם ככולם פון זייערע עסקנים, כלל טוער, שענערע אידן, ראשי הקהלה, און אפילו אין קרית יואל דער ווילידזש, וכו', וכו' , אנשטאט דעם ביז יעצטיגן מהלך עליבה עיסה שנחתומה מעיד און וואס טוט איהר יעצט? אבי זיי זענען נישט ממשיך. פון אינטערייסן די אלע וואס גייען נישט מיט זיי אין שפאן, זענען זיי אלע שטארק קאנצעטרירט און לייגן כולם כא' אריין קאפ און מח וויאזוי צו בויען און פארברייטערן די קהלה / חסידות אין "איכות"און יא חפץ ד' בידם מצליח ווי יעדער מענטש פון אינדרויסן איך האב א בעלזער חבר, ער זאגט מיר יעדן טאג די זעלבע נוסח אויף זיין חסידות.... וממילא?? אוי האט יענער גוט געשריבן אין זיין תגובה, נו אז קוק האט געזאגט שלש סעודות תורה טאר מען שוין נישט זאגן של"ס תורה? ווי אינעווייניג צוגלייך קען מעיד זיין דערויף
 יא! זיי וואקסן אויב א הערליכע קהלה
 א קהלה מיט רעספעקט ביי אנדערע קהלות, און דאס קען איך מעיד זיין איך ווייס! ווייל די גלייבסט די בלאט! און וואס זאגט די איד? אז זיי האבן נישט רעספעקט? אה! דעמאלץ ביסטו דאך גערעכט! איז וואס וויל מאטל?

און יא! נישט אומזיסט זעהט מען אז אנדערע גרויסע קהלות בישראל זענען כסדר גרייט צו פארקוקן אויף נגיעות און אויף אלטע ווייטאגן וואס זיי זעלבסט האבן געליטן פון סאטמאר פון וועם???, און זיי אליינס מאכן היינט נאך די שיינע אקטיוויטעטן פון סאטמאר קהלת מהר"א, 
איך האב א בעלזער חבר, ער זאגט מיר יעדן טאג די זעלבע נוסח אויף זיין חסידות.... וממילא?? אוי האט יענער גוט געשריבן אין זיין תגובה, נו אז קוק האט געזאגט שלש סעודות תורה טאר מען שוין נישט זאגן של"ס תורה?  א שטייגער ווי חתונה תקנות, שחיטה לעופות, שחיטה לגסות, שניידן ווייץ אויף פסח אין אריזאנע,והרבה הרבה.

.....
און דאס איז וואס איך פערזענליך קוק ארויס אז צד מהרז"ל זאל אויך נאכמאכן
ניין ניין!!!! צד מהרז"ל גייט נישט בויען חסידות, צד מהרז"ל גייט נישט גלייבן די איד ווי א בת היענה, צד מהרז"ל גייט נישט אוועק קוקן פון פרצות הדור, צד מהרז"ל גייט נישט זיכן הידורים להגדיל שמו, צד מהרז"ל גייט נישט זיין בעזהי""ת א חסידות אזויווי אלע היינטיגע חסידות'ער. חסידי מהרז"ל זענען סטאק געבליבן אין תורת משה! חסידי מהרז"ל ווייסן אז די רבי'ס תקנות מייסד קהילת סאטמאר איז געווען די עשרת הדיברות, חסידי מהרז"ל איז נאך גילטיג די אלטע סיגיטע מעשה מיט די דבר אחר.. , חסידי מהרז"ל איז אנגענימען אז יש לנו אב זקן לא נשתנה ולא ישתנה!!!    "אנשטאט דעם ביז יעצטיגן מהלך פון אינטערייסן די אלע וואס גייען נישט מיט זיי אין שפאן עליבה עיסה שנחתומה מעיד און וואס טוט איהר יעצט? אבי קהלת מהר"א זענען שוין נישט ממשיך די מהלך"  אבי איהר זענט נישט משנה די דרכים. איך זוך נאך ווי עס שטייט אין רבינס תורות אז ס'איז א מצוה אינטערצורייסן דער ווער עס גייט נישט אין זייער שפאן ‎ (איך רעד נישט פון זאכן וואס זענען קעגן די תורה), איך מיין אז מ'דארף דא זאגן פלגינן דיבורי' א) יש לנו אב זקן. ב) לא נשתנה ולא ישתנה (דאס גייט נישט ארויף אויף אב זקן נאר אויף די 'הייליגע דרך' פון ארונטעררייסן יענעם על לא דבר. זייט ממשיך!



תוקן על ידי האורח ב- 28/06/2011 21:55:23

לאגיש » 29/6/2011 00:18

ווי האלט מהרז"ל מיט די כשערע סעל טעלפאנס וואס ער האט געהאמערט פאר יאר חול המועד ? ?

אין ווי האלט ער מיט די מערכה איבער די האטליינס ?

מאטעלע » 29/6/2011 00:55

יא! די חשובע ליינער / שרייבער זענען באמת גערעכט איך האף אי"ה אין די קומענדיגע טעג אביסל ממשיך צו זיין און אויך אביסל אויסקלארן אז מען זאל נישט קענען פארדרייען מיין בליק.


קוק_ווינקל » 29/6/2011 01:38

הרב האורח, זייער שיין אריין געפירקלט אין מיינע ווערטער... איך בעט אפי' נישט קיין הסבר, כ'העל זיין צופרידען אויב כאטשיק די ווייסט וואס די האסט געשריבן.

וויכטיג » 29/6/2011 01:47

לאגיש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווי האלט מהרז"ל מיט די כשערע סעל טעלפאנס וואס ער האט געהאמערט פאר יאר חול המועד ? ?

אין ווי האלט ער מיט די מערכה איבער די האטליינס ?


קודם כל פארשטייט יעדער מיט א קעפל אויף די פלייצע די חילוק פון איינעם וואס זוכט יעדן מאנטאג און דינסטאג א "אינטרעסאנטע" נושא פון וואס צו רעדן כדי צו מאכן א "סענזאציע" און ברענגען אויפמערקזאמקייט (אטענשאן בלע"ז) אפילו ווען דאס מיינט אוועקמאכן דורך דעם אלע גדולים פון פריער, פלייש מצות וכו' צו רבנים ואדמורי"ם וואס זענען פון צייט צו צייט מעורר זייערע תלמידים און צוהערער מיט נארמאלע פארשטענדליכע זאכן ווי האטליינס וואס נעמט אוועק יעדן בחור'ס קאפ פון די גמרא, און שלעפט אים צו פאליטישע און מנוולישע האטליינס וואס זענען היינט פארהאנען.

די "מערכה" מיט די האטליינס איז געווען א דרשה פאר די בחורים פון ישיבה קטנה, און ב"ה הצליח וגם עשו פרי, כמעט נישט דא קיין בחור פון ישיבה וואס הערט אויס א האט ליין! און נישט נאר בחורים, נאר אויך בעלי בתים און אינגעלייט האלטן זיך צוריק לכבוד דעם.

נ.ב. לידיעתך, די עדה החרדית אין ירושלים און נאך גדולי א"י זענען לעצטנס ארויס מיט א שטורעם קעגן די אלע האטליינס..

לאגיש » 29/6/2011 02:00

הער איך קיין איין בחור הערט נישט קיין האטליינס

ביזט שוין פונקט אזא שקרן ווי דיין רבי'ן

האורח » 29/6/2011 02:11

קוק_ווינקל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
הרב האורח, זייער שיין אריין געפירקלט אין מיינע ווערטער... איך בעט אפי' נישט קיין הסבר, כ'העל זיין צופרידען אויב כאטשיק די ווייסט וואס די האסט געשריבן.

איך ווייס גראדע נישט וואס כ'האב געשריבן, אבער א הסבר האב איך יא, נעמליך, דריי ווערטער - עם עקש תתפתל...

עםהארץל » 29/6/2011 02:22

לאגיש איבער ניינציג פראצענט פון חסידים האבן Jnet, דו קענסט דא זען ביי יעדן אשכול ווי דער עולם פארלאנגט מען זאל עס לייגן אויף א כשרע סייט משא"כ אין כל הגולם

קארופציע » 29/6/2011 04:39

וועמענס חסידים?

עםהארץל » 29/6/2011 04:44

סאטמארע חסידים

געלעכטער » 29/6/2011 04:57

לאגיש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
הער איך קיין איין בחור הערט נישט קיין האטליינס

ביזט שוין פונקט אזא שקרן ווי דיין רבי'ן
‎​
 
הער איך אז דו נוצט נישט יעצט קיין אינטערנעט, אזוי ווי דיין רבי האט געבעטן איינמאל און נאכאמאל.

דאסטערס » 1/11/2011 21:45

נו, וואס וועט דא? ס'שוין פאריבער א היבש שטיקל צייט פון די דאסטער דרשה, און ליידער געט זיך עס נישט קיין שאקעל. איך האב זיכער געמיינט אז די אהרונים וועלן עס נעמען אזוי ערענסט עכ"פ ווי די סידור קידושין מערכה, אבערוואז, ס'רירט זיך נישט.

עםהארץל » 2/11/2011 03:26

וועל איך חזר'ן וואס היראים שרייבט אין יעדע צווייטע אשכול: כל מערכה שאינו לשם שמים וכו

פריינדליך » 3/11/2011 14:15

סתם פאר אינטערעסאנטקייט. פון ווי ווייסטו צו עס גייט אן צו נישט. לויט ווי איך ווייס איז דא אפאר קאמפאניס וואס שטעלן צו די צניעותדיגע קליידער. ווייל מען שיקט נישט ארום קיין בריוון(אזויווי שמואל ט"ב הדס בלעטלעך...) מיינט נישט אז עס גייט נישט אן. דער רבי האט געזאגט א דרשה צו מעורר זיין זיינע חסידים. און אריינגערופן די קאמפאניס און דעטס איט. יעצט ווער עס וויל קען גיין קויפן

טאטעלע » 4/11/2011 00:58

אינטערעסאנט פארוואס עס איז נישטא קיין ליסטע וואו מ'קען באקומען די מהודרת דאסטערס, פשוט לטובת חסידי ר' אהרן.

לאנצוט » 15/3/2012 20:14

עס איז א גוטע בשורה ב"ה אז די מהודרת'דיגע מלבושים זענען שוין ב"ה דא צו באקומען אין די געשעפטן.
איבריג צו זאגן אז מגלגלין זכות ע"י זכאי, און ליצנות אין א זייט געשטעלט.

א רבי פון כלל ישראל, איז דער וועלכער טוט אויף פאר "כשרות הבשר" פאר אלע אידן, נישט בלויז גערעדט.
א רבי פון כלל ישראל, איז דער וועלכער טוט אויף פאר "כשרות המצות" פאר אלע אידן, נישט בלויז גערעדט.
א רבי פון כלל ישראל, איז דער וועלכער טוט אויף פאר פעסטע "חתונה תקנות" פאר אלע אידן, נישט בלויז גערעדט.
א רבי פון כלל ישראל, איז דער וועלכער טוט אויף פאר "כשר'ע מלבושים" פאר אלע אידן, נישט בלויז גערעדט.

דאס צייגט אז א מ'וויל עכט העלפט דער בוכ"ע אז מ'קען עס דורכפירן, עס איז טאקע נישט גרינג, מ'ווארפט שטיינער, מ'מאכט פאשקעווילן, עוד מעט וסקלוני ! אבער דער רצון אויפצוטאן פאר אידישקייט איז דאך שטערקער, און דער אמת זיגט ב"ה אויף יעדן געביט.

איך ווייס פון אינערליכע קוועלער אז די דאסטערס איז נישט לייכט אנגעקומען, ס'זענען געווען פאבריקאנטן וועלכע האבן זיך "קעגן געשטעלט", זאגענדיג אז זיי ווילן נישט צושטעלן קיין אנדערע זאכן, אבער מיט עקשנות און צו די זעלבע צייט רעדן פעסט און שיין, הארציג אבער שטייף האט ער באוויזן צו טאן א זאך וואס קיינער פאר אים האט נישט מצליח געווען.

נאך א וואונדער אז ער האט שונאים! מיך וואונדערט אז ער האט נאך חסידים (!)

בחצרסטאמאר » 15/3/2012 20:43

ב"ה שלא השבית גואל מאת בני ישראל, די מערכה האט ב"ה מצליח געווען לדאבון לב די ווערימיגע

נשות סאטמר, התחדשו: הוקם 'בד"ץ הבגדים' • האדמו"ר: "תדרשו ההכשר"

לפני כשנה הכריז האדמו"ר מסאטמר על הקמת ועד כשרות מיוחד לבגדי נשים • לקראת חג הפסח, יחל הוועד לפעול, בשיתוף פעולה עם דיינים מבאבוב ופאפא • האדמו"ר: "מי שרוצה להרוויח, שיידע שצריך למכור רק עם הכשר" • על כל בגד יהיה פתק עם סימון מיוחד של ההכשר

משה ויסברג, בחדרי חרדים 19:13 15/03/2012
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט]2

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=39012

לאנצוט » 15/3/2012 21:21

בחצר.
פארוואס דארפסטו גיין נעגאטיוו? עס פעלט באמת נישט אויס זיך צו רייצן.
מ'דארף דאנקען דעם בוכ"ע אז מ'האט ב"ה באוויזן אויפצטאן א גרויסע זאך, א דבר גדול וקדוש באמת, און מ'דארף נישט קיינעם אטאקירן. קיינער דארף נישט פלאצן און פאר קיינעם נישט געוואונטשן קיין דאבון לב רח"ל.

יעדער איד באשר הוא שם, וואו ער באלאנגט נאר, זאל אים זיין לעכטיג און וואויל כל הימים.


תוקן על ידי לאנצוט ב- 15/03/2012 21:21:12