היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שאק: שרעקליכע שמוץ אין "די צייטונג"

שאק: שרעקליכע שמוץ אין "די צייטונג"

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2899866

FiveBoro » 20/6/2011 23:17

מיט שאק האב איך היינט געזעהן אין גראסערי דעם "צייטונג" פון די פארגאנגענע וואך, ווען אויפן ערשטן בלאט פיגורירט א העדליין נייעס איבער אויפגעטראכטע חילולי קברים אין אר"י, וואס דערווייל האט קיין איין ערנסטער רב, אפגערעדט קיין איין רב פון די ביד"צ הדעדה"ח נישט געוואלט זיך אידענטיפיצירן מיט די ליצנות'דיגע מחאות, אבער דא אין "צייטונג" ווערט דאס באריכטעט באגלייט מיט א וויסטע העצע פון אתרא קדישא קעגן די ערליכע אידן אינעם ועד למניעת חילול קברי ישראל, אזש האלטנדיג דעם צייטונג האט זיך מיר געדוכט אז איך ליין יעצט דעם חומת הדת!

דער עיקר נקודה דא איז נישט בלויז אז ער שרייבט שקרים פון אתרא קדישא איבער א"ג חילולי קברים, ווייל דאס איז נישט קיין נייעס, און דאס קען אריינפאלן אין בלאט אויך, און אז איר ווילט קענט איר ארויסנעמען די "צייטונג" פון די לעצטע יאר צייט, וועט איר זעהן ווי די נייעס איבער יפו שטימט נישט איין וואך מיטן צווייטן קיין כי הוא זה, ווארום די נייעסן זענען צושמירט געווארן יעדע וואך לויט וויאזוי עס האט בעסער געשפילט פאר א"ק, גייענדיג מיט זייער כלל אז די מערכות זענען בלויז א מיטל צו גרויסן דעם הייליגן נאמען פון אתרא, ווי איידער אויפצוטוהן, און אין צייטונג איז עס יעדע וואך אריין גאנצערהייט לויט ווי די שקרנים האבן עס געשריבן.

די נקודה דא איז אבער עפעס אנדערש.

ווי איך האב שוין געשריבן, באשטייט דער נייער ועד פון א אלטער ועד וועלכער איז שוין עוסק דערין 20 יאר, און האבן זיך יעצט רעארגעניזירט נאך וואס זיי זענען געווען אפגעשטעלט זינט זייער מנהל איז מוטל על ערש דוי.

ביז היינט, האט א"ק פרובירט אראפצומאלן א בילד ווי די נייע ועד איז עפעס א יאקטער (וועמען זיי האבן אויסגענוצט ביזן לעצטן טראפן בלוט ביז ווען ער האט געכאפט דעם שקר) וואס קיינער שטיצט אים נישט, און עס איז אפילו נישטא פארוואס צו קוקן אויף זיין זייט, און, שפעטער איז די טאן געגאנגען אפילו שארפער, ווען הרב יאקטער אי מיטאמאל געווארן א חופר קברים, און אזוי ארום האט מען נישט געמוזט ענטפערן אויף זיינע ברענענדיגע פראגן, ווען אלעס איז אוועקגעמאכט געווארן מיט א פשטות אז ער איז א צודרייטער, אדער גאר צומאל א רשע (עפ"ל), און ער האט שוין אפילו זוכה געווען צו פאשקעווילן אין ירושלים און אין ב"ב, און צו א פראטעסט ביי זיין שטוב.

אצינד אבער, האבן זיך די טערארסיטן דערזעהן, אז דאס גייט מער נישט. זיי האבן זיך דערזעהן אז די פערמיטן אויף צו זיין משגיחים וואס זיי האבן פארלוירן צוליב זייער אוממענטשליכע ברוטאליטעט קעגן יחידים, זענען געגאנגען פאר דעם נייעם ועד, און שלום פריד וועלכע האט אלעמאל געארבעט מיט א"ק האט שוין אויך באשלאסן צו ארבעטן מיטן נייעם ועד, און דער סך הכל איז אז כהיום שטייט אתרא קדישא "אוט אוו דע פיקטשער", עס איז אויפגעשטאנען א ועד וואס ווערט געפירט דורך גדולי הרבנים, און זיי זענען שוין מפקח אויף אלע ניייע פראיעקטן, און אתרא קדישא איז געבליבן מיט א ארגאניזאציע וואס קען זיך שון בלויז רופן "אגודת אתרא קדישא לעריכת הפגנות", אבער אויסער דעם זענען זיי ממש א פארגאנגענהייט, און דאס טויג דאך נישט, סיי 'געלט' איז נישטא מער, און סיי 'מאכט' איז נישטא מער, וואס טוט מען דא? ווייטער שרייען 'יאקטער שמאקטער'? יעדער וועט דאך זעהן מיט די צייט אז די ועד איז אונטער א פעסטע קאנטראל פון ערנסטע מענטשן מיט די הדרכה פון ערנסטע רבנים?

האט מען אנגעהויבן אנערקענען אינעם ווייטאגליכן מציאות, מען האט אנגעהויבן ארויפצולייגן אויפן טיש נאך נעמען, פון די וועלכע פיגורירן טאקע אינעם ועד, און מען שרייבט אז זיי זענען "משתף פעולה" מיט די ארכילאגן, זיי זענען פרומע שקצים, און מיט גרויס חכמה גיבן זיי אזא מאך א טשולנט קוגל מיט נעמען פון חברי הכנסת פון ש"ס, צו צומישן די מוחות ווי כאילו די מענטשן האבן סיי וואסערע שייכות מיט ש"ס אדער מיט די ציונים בכלל, און מען גיט נאך א ווארף צי אז דער שלום פריד איז א שייגעץ, א פארעטער און א חופר קברים, אפגעזעהן צו א טאג צוריק האט א"ק געארבעט מיט אים האנט ביי האנט, אבער אצינד אז ער ארבעט מיטן נייעם ועד איז ער אוטאמאטיש א קברים גרעבער, און אזוי ארום וועט דער עולם ווייטער פראטעסטירן.

דהיינו, מען שיקט דעם עולם פראטעסטירן, לדוגמה, אין בית שמש, צו א פראיעקט וואס האט א פולשטענדיגע השגחה פון די נייע ועד, און עס געפינט זיך נישט קיין איין קבר דארט, ס'איז נישט אויפגעשווימען קיין זכר פון קיין מערה, אבער פארן עולם זאגט מען אזעלכע האלבע וועטער, ס'איז דא קברים און מקען נישט וויסן וואס דארט טוט זיך און די פרומע רשעים העלפן גראבן קברים, בקיצור, עפעס אזא סארט טשולנט: מ'וויל גראבן און מ'קען גראבן און מ'גראבט טאקע ממש און די פרומע גראבן אויך, עפעס אזוי, און א געוויסער פראצענט תמימות'דיגער עולם פון בית שמש לויפט פראטעסטירן.

און וואס פארדינען זיי? זיי האפן, אז א קבלן וועלכע וויל בויען א פראיעקט, און ער דארף צוקומען צו די ארכילאגן זיי זאלן איבערקוקן דאס פלאץ, זאל ער וויסן אז אויב וויל ער נישט האבן קיין פראטעסטן, איז נישט גענוג אז ער גראבט נישט קיין קברים, און ס'איז אויך נישט גענוג אז זיי וועלן נעמען א השגחה פונעם ועד בהוראות גדולי ישראל, נאר זיי מוזן אויך נעמען השגחה פאר גוט באצאלט פון א"ק בהוראות רב שמידל. (איר פארשטייט גוט? איר האט ארויס וואס עס מיינט היינט א פראטעסט קעגן 'חילול קברים'?).

דאס איז זייער מהלך יעצט. ביזדערווייל גייט עס נישט, ווייל דער ועד ווערט גערופן יעדן טאג צו נאך פלעצער פאר השגחה, און חיים טויסיג פון א"ק מוז נאכפארן די קאר'ס פון די משגיחים געוואויר צו ווערן וואו מען ארבייט און אזוי ארום לויפט ער דערנאך צו עפעס א כולל זיך איינבעטן זיי זאלן רחמנות האבן אויף די ביינער פון 'זייערע אייגענע עלטערן'.. וואס ווערן אויסגעגראבן, און ער זאגט עדות אז ער זעהט במו עיניו די ביינער, און ער זעהט ווי זיי ווערן רח"ל צוריבן (איך קען עס אפשר אויך זעהן?..), אבער למעשה, קיין איין רב וויל מער נישט אונטערשרייבן אויף קיין קול קורא איבער חילול קברים, און אוודאי נישט זיך משתתף זיין ביי די הפגנות, וויבאלד זיי ווייסן אלע דעם אמת אז עס איז נישט פאראן לע"ע קיין חילולי קברים ב"ה, און אז די אלע פראטעסטן זענען בלויז קעגן די "מחוצפים" וועלכע וואגן זיך צו נעמען אזעלכע משגיחים וועלכע זענען שוין היינט נישט אונטערגעווארפן אונטער הרב שמידל און די טעראר קאמפאני, נאר אונטער די ועד בהוראות הרבנים, און דעריבער איז דער יעצטיגער מצב, אז אתרא קדישא ווייסט נאך דערווייל נישט וואס זיי וועלן טוהן מארגן.


-----------


נחזור לענינינו, א"ק 
האט אנגעהויבן פרובירן צו באשמוצן די ערליכע עסקנים ווי זייער נוסח איז (אזוי אויך האבן שון רוב פון זיי געהאט פראטעסטן ביי זייער שטוב!!), און צו אונזער ווינדער, האבן זיי געטראפן א צייטונג וואו דאס צו טאן! און דאס איז אין "די צייטונג".

דארט האבן זיי יעצט געשריבן נעמען פון די נייע ועד, מיט די אלע פאלשע לגיונות, מיט די מישמאש פון ש"ס, ציונים, משתפי פעולה עם רשות העתיקות, וגו' די גאנצע נוסח, און, די אידן וועלכע ווערן אויסגערעכט אין "צייטונג" מיט זייערע נעמען ווערן באשולדיגט דורכן "צייטונג" אין גראבן קברים.


וויל איך פרעגן פון ר' אברהם'ען:

צו האלט איר טאקע אז ר' נסים קרליץ ובית דינו גראבן קברים? צו האלט איר טאקע אז דער ראב"ד העדה החרדית גראבט קברים? צו האלט איר טאקע אז היימישע אידן וועלכע האבן ביז 10 יאר צוריק געארבעט פאר אתרא קדישא גראבן היינט צוטאג קברים? צו האלט איר טאקע אז אלע גדולי ישראל ובראשם דער ביד"צ עדה החרדית שווייגט שטיל ווען מען גראבט אויס קברים, און מיר מוזן צוקומען צו ליינען לגיונות אין "צייטונג" געווארויר צו ווערן אז מיר דארפן ווייטאגן?

אויב האלט איר אזוי, דאן ברויכט איר בייטן דעם נאמען פון אייער אויסגאבע, פון "די צייטונג" צו "חומת הדת תניינא".

אויב האלט איר נישט אזוי, דאן וויאזוי קענט איר לאזן אין אייער צייטונג - וואס דארף צו זיין ריין פון פאליטיק און לשה"ר - מען זאל דארט באשמוצן יחידים מיט אויסגעזויגענע שקרים וואס איר ווייסט אליינס אז דאס האט ר' מנשה אדער א צווייטער שקרן אויפגעטראכט?

דעקלעראציע » 20/6/2011 23:26

דער ערל אלבערט פריעדמאן צאלט נעבעך א ביטערן פרייז
 פאר האבן דעם לץ אין מסלף הרב ר' מנשה פילאף אין דעם געהעלן בדחן שלמה יאנקל געלבמאן ביי זיך פאר א שרייבער
יעדער זעהט שוין היינט איין אז הרב מנשה פילאף אין שלמה יאנקל איז מבזה דעם רבי'ן ז"ל וואך איין וואך אויס

דער ערל אלבערט פרובירט נעבך צי געפעלן פאר אפאר אפגעריסענע סאטמארע עקסטרעמיסטן
אין זיין צייטנוג געווארן ווערטלאז אין אפגעפרעגט אז קיין נארמאלער מענטש קען עס שןין נישט נעמען אין די האנט


תוקן על ידי דעקלעראציע ב- 20/06/2011 23:29:01




תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 21/06/2011 02:14:14

FiveBoro » 20/6/2011 23:34

ערל? ביטע...

קארופציע » 21/6/2011 05:00

פייוו בארא חזק ואמץ
"מעט אור דוחה הרבה מן החושך"
סאיז באמת ווינדערליך ווי אינעם היינטיגן פארדרייטן עולם השקר באווייזטו אויפצודעקן דעם אמת אזוי סאליד און קלאר.
 "ירבו כמותך בישראל"

דיןתורה » 21/6/2011 07:55

אזוי? איך האב געמיינט אז די צייטונג איז נייטראל, איך פלעג עס קויפן, עס איז לכאורה א נערישקייט מצידם זיך אייציטונקען און די שמוץ, עס איז א שלעכטע דעסיזשאן לפענ''ד

גערעכט » 21/6/2011 11:45

דער אונטער געקויפטער שרייבער פונעם 'די צייטונג' אין ארץ ישראל, י.וו., האט זיינע שמאלע אינטערעסן, פארוואס ער איז יעצט בעד א"ק. - וד"ל

FiveBoro » 21/6/2011 18:00

גערעכט, איך ווייס נישט ווער זייער שרייבער אין אר"י איז, אויב מיינסטו מיט י"וו דעם יונג יצחק ווייס, און אויב ווייסטו וואס דו רעדסט, איז דאס ממש אומגלויבליך!

א שמוציגער פאשקעווילן שרייבער וועלכע פארמעסט זיך מיט גדולי ישראל מיט א ביליגע געמיינקייט, איז א שרייבער אין "די צייטונג"? איך גלייב עס זייער שווער.

have_hope » 21/6/2011 19:35

די אנדערע זייט פון די מטבע

איך האלט אויך אז די נייעס האט לכאורה נישט באלאנגט און די "די צייטונג", כ'וועל אבער אראפ ברענגן מיין מיינוג וואס איך האב  געשריבען אנפאנג וואך איבער די נושא און א אנדערע אשכול,


און די "די צייטונג" איז דא די וואך זייער א שטארק נייעס וואס רימט זייער שטארק אויס אתרא קדישא אז נאר זיי טיען אויף צו ראטעווען קברים, גלייכצייטיג באשמיצט עס זייער פרעזענליך די עסקני אגודה, אז און די אגודה למנוע חילול קברים מאכט אלעס חרוב, אז זיי ווערען גאר באצאלט דורוך די ארכאלעגען פון די מדינה. כדי זיי די מדינה זאל האבן א הכשר אז אלעס וואס זיי טיען,

איך בין זיכער אז די נייעס איז אריינגעשטעלט דורוך אתרא קדישא, און מען דארף נישט ווערן איבערגענימען דערפון,

איך וויל אבער ארויסברענגן א שטארקע נקודה וואס מענטשן מאנ"ש טראכטען, און פארשטייען נישט,

יעדער פארשטייט אז מערכות בארצינו הקדושה, און דערצו אזעלכע הייליגע מערכות ווי אפראטעווען קברים,  קען נישט געפירט ווערען דורוך א ניק  און היידפארק, און דורוך נייעס געשריבען אויף בחדרי חרדים וועב סייט, וואס זייער באגלייבקייט איז קיינמאל נישט געווען צו הויך,

יעדער פארשטייט, אז די עדה קען נישט ארויסקימען קעגן אתרא קדישא,  סיי צילוב די טעראר פון אתרא קדישא, אדער ווייל זיי זענענן באמת אויף זייער זייט, עיין ערך שבת קודש זו בב"פ, אבער מיר האבן שוין היינט צוטאגס א אייגענע וועד, וואס באשטייט פון הרב בנצוין לאוב שליט"א הרב נפתלי הירצקא צוויבעל שליט"א, הרב שלעזינגער שליט"א, ועוד. פארוואס קימען זיי נישט עפענטליך ארויס זיך אננעמן פארן אגודה למען חילול קברים??? זיי האבן דאך נישט מורא פון קיין טעראר, זיי לעבן דאך דערמיט טאג טעגליך!! אויב איז די אגודה למנוע באמת כשר, און זיי זענענן יא ערליך, פארוואס ווערט עס נישט באשטעטיגט אפציעל דורוך קהילתנו הקדושה??

לדעתי, ביז אונזער וועד, אדער קהילתנו הקדושה, וועט נישט ארויסקימען עפענטליך מיטען שטיצע פאר די וועד למנוע חילול קברים, שטעלט עס און צווייפיל די נייעס וואס מען זעט דא און בחדרי חרדים, און אזוי אויך ביי אונז דא דורוך ניקים

על_הגאולה » 21/6/2011 19:48

ער מיינט מן הסתם יואל וועבער וואס איז א שרייבער אין די צייטונג
יצחק ווייס איז א שרייבער אין דער איד

FiveBoro » 21/6/2011 20:13

איך וועל נישט ענטפערן דעם זאלונישן ניק (צוויי תגובות צוריק) דירעקט, אבער ס'איז גוט ארויסצוברענגען לכל מאן דבעי למידע:

ס'איז נישטא קיין שום סיבה אז דער ועד משמרת חומותיך זאל ארויסקומען שטיצן דעם ועד למניעת חילול קברי ישראל, אדער אדרעסירן די אישו פון אתרא קדישא און איר ווייטאגליכע קארופציע וואס האלט ביי נידריגערע שטאפלען ווי דאס וואס א איד קען טראכטן.

די רבנים און עסקנים פון ועד משמרת זענען פארנומען ביז איבערן קאפ מיט ארויסהעלפן די ערליכע מערכות למנוע בעד המשחיתים פון די עמלקים די שלטון הציונות, און ארויסצוהעלפן און מחזק זיין די ערליכע מוסדות על טהרת הקודש, און זיי האבן בעסערס וואס צו טאן ווי צו ווערן דא אריינגעצויגן אין א מלחמה פנים אל פנים מיט אתרא קדישא. עס וועט זיי גארנישט ברענגען, און דאס איז נישט זייער תפקיד, און דערפאר טוען זיי נישט אין די נושא.

אלעס וואס איך שרייב דא איז בלויז פאר ווער עס וויל וויסן דעם אמת וואס עס גייט אלס פאר, און אויך פאר ווער עס וויל פארשטיין פארוואס די מערכה פון חילול קברים האט שוין היינט נישט קיין שום שייכות צום מלחמה לה' בעמלק און צו די מערכה קעגן ציונות ואביזרייהו.

have_hope » 21/6/2011 20:26


עס איז נישט אמת וואס דו זאגסט, ווייל די וועד משמרת חומתיך איז שוין געווען עטליכע מאל פארמישט און א הייסע קאמף מיט אתרא קדישא, טאלידא שפאניע איז געווען די הויך פונקט דערפון, ווען די וועד האט עפענטליך געשלאגן מיט אתרא קדישא און געווינענן , און אתרא קדישט האט ביטער באשמיצט דעמלאטס די וועד, אזוי אויך האבן זיי זיך שוין נאך אפאר מאל עפענטליך גוט אויסגעשלאגען,

עס איז קלאר יא דא א סיבה ארויסצוקימען עפענטליך מיט די שטיצע פאר די וואס העלפן ראטעווען קברים,
און די וועד טוט עס סיי ווי, דערפאר איז א פלא פארוואס זיי האבן אנגענימען א מויל מיט וואסער, בנוגע די אגודה למנוע חילול קברים

סאטמארבילד » 21/6/2011 20:34


גרעכט, מיין נישט אז מיטן באשמיצן יואל וועבער מיט תוא"י, וועסטו קענען אראפ נעמען די שאנדע פון תולדות אהרן'ס גיין אין קארט

FiveBoro » 21/6/2011 22:15

די וועלכע גיהערן צו אונז ווייסן אז "אדמת קודש" מיט "ועד משמרת חומותיך" זענען צוויי באזונדערע זאכן לגמרי, די וועלכע גיהערן נישט דא, נאר דרייען זיך אין אונזער מקוה צו נאשן אינפארמאציע דא-דארט, די ווייסן דאס טאקע נישט..

יא, 'אדמת קודש' איז עוסק אין הצלת קברים, און זענען דערפאר אין א מלחמה פנים אל פנים מיט די מחריבים 'אתרא קדישא', אבער נישט אין ארץ ישראל, נאר אין איירופה, וואו אתרא קדישא פלעגט אויך אמאל האבן די מאנאפאל, ביז זייער כח השקר איז דארט ב"ה צונישט געווארן עד לעפר.

לאעליכם » 22/6/2011 00:18

אויפן אינפא-ליין פון וועד הפעולה שע"י התאחה"ר, שעלט ער טויטע קללות וועגן דעם ענין... ער רעכנט אויס 3 פלעצער פון ווי שלום פריד באקומט היינט צוטאג'ס זיין געהאלט, איינס פון די אלע איז פארשטייט זיך די... "רשת העתיקות"! (פארגאנגענע וואך האט ער געזאגט אז אהר'לע יאקטער באקומט אויך א געהאלט פון זיי).

ווער ווייסט? אפשר באקומט פייוו בארא אויך?...

FiveBoro » 22/6/2011 00:27

יא יא, גיב עס אפאר טאג... און דער צופארענער איד נעבעך (א 
צאהלער פון מאנסי לרפו"ש) וואס רעדט דארט, וועט ארויסגעבן די החלטה, אז פייוו בארא פון היידפארק באקומט הויעך באצאלט פון 'אלקטרה' צו שרייבן קעגן די הייליגע 'אתרא קדישא'.

און ער וועט צולייגן: איך זאג דאס נישט סתם אזוי, איך זאג דאס בידיעה גמורה!...

און ער וועט אויספירן מיט זיינע געוואוינטע קללות, אז די אלע מהרסים זאלן אויספייגערן.. (סארי פארן נוצן זיין לשון).

FiveBoro » 22/6/2011 00:45

אז מען רעדט פון זייערע 'קראנטע' באשולדיגונגען אז יאקטער באקומט [ווי פארשטייט זיך..] גרויס געלט פון אלקטרה (אדער שוין פון דריי פלעצער? וואס ווייסן מיר), איז כדאי צוצולייגן 'ווער נאך' עס באקומט אלס געלט.

דער ראב"ד שליט"א און הג"ר נסים קרליץ באקומען אויך!...

פאלגנד איז א פאשקעוויל וואס די שמוציגע פארשוינען פון 'אתרא קדישא' האבן פארשפרייט אין ירושלים, נאך וואס זיי האבן פארלוירן די פרייע זכות כניסה וואס זיי האבן געהאט אלע יארן ביי ר' נסים:
[בילד – נישט אפגעהיט]



נעכטן נאכט האבן די [פארלוירענע] טעראריסטן געווארפן ענליכע פאשקעווילן קעגן דעם ראב"ד שליט"א, איך האב נאכנישט קיין קאַפי דערפון.

תוקן על ידי FiveBoro ב- 22/06/2011 00:48:10

oאטמארער » 22/6/2011 01:05

לאעליכם כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אויפן אינפא-ליין פון וועד הפעולה שע"י התאחה"ר, שעלט ער טויטע קללות וועגן דעם ענין... ער רעכנט אויס 3 פלעצער פון ווי שלום פריד באקומט היינט צוטאג'ס זיין געהאלט, איינס פון די אלע איז פארשטייט זיך די... "רשת העתיקות"! (פארגאנגענע וואך האט ער געזאגט אז אהר'לע יאקטער באקומט אויך א געהאלט פון זיי).

ווער ווייסט? אפשר באקומט פייוו בארא אויך?...


איך ווייס נישט צו פייוו בארא באקומט באצאלט דירעקט פון זיי, אבער באצאלט באקומט ער זיכער בלי שום ספק

oאטמארער » 22/6/2011 01:09

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

נעכטן נאכט האבן די [פארלוירענע] טעראריסטן געווארפן ענליכע פאשקעווילן קעגן דעם ראב"ד שליט"א, איך האב נאכנישט קיין קאַפי דערפון.

תוקן על ידי FiveBoro ב- 22/06/2011 00:48:10



איך פארשטיי אז דו ביזט זייער פארנומען האסט נאך נישט געהאט קיין צייט עס צו מאכן, אבער עפעס מוזטו ברענגען די קעלבלעך זאלן נישט איינשלאפן,

נעם דיך צו דער ארבעט, איך וויל זען א צעטל ביז א שעה

היראים » 22/6/2011 01:25

וואס האלט ר' אברהם פרידמאן ?
ער וועט ארויסטרעטן קעגן די רבנים אין וועט ווייטער קענען זינגען אז ער איז נייטראל?

תוקן על ידי היראים ב- 22/06/2011 01:28:04

גערעכט » 22/6/2011 10:55

בלה בלה
סאטמארבילד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

גרעכט, מיין נישט אז מיטן באשמיצן יואל וועבער מיט תוא"י, וועסטו קענען אראפ נעמען די שאנדע פון תולדות אהרן'ס גיין אין קארט


וואס מישטו דא די יוצרות, וויא קומט דא אריין תו"א - תוא"י?

וואסארא שאנדע מיינסטו פונקטליך, אז דער תו"א רבי האט באפוילן ר' ש.צ.א., ארויס גיין פון קארט? דאס איז ביי דיר אשאנדע?

צאן_ברזל » 22/6/2011 16:30

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אז מען רעדט פון זייערע 'קראנטע' באשולדיגונגען אז יאקטער באקומט [ווי פארשטייט זיך..] גרויס געלט פון אלקטרה (אדער שוין פון דריי פלעצער? וואס ווייסן מיר), איז כדאי צוצולייגן 'ווער נאך' עס באקומט אלס געלט.

דער ראב"ד שליט"א און הג"ר נסים קרליץ באקומען אויך!...

פאלגנד איז א פאשקעוויל וואס די שמוציגע פארשוינען פון 'אתרא קדישא' האבן פארשפרייט אין ירושלים, נאך וואס זיי האבן פארלוירן די פרייע זכות כניסה וואס זיי האבן געהאט אלע יארן ביי ר' נסים:
[בילד – נישט אפגעהיט]



נעכטן נאכט האבן די [פארלוירענע] טעראריסטן געווארפן ענליכע פאשקעווילן קעגן דעם ראב"ד שליט"א, איך האב נאכנישט קיין קאַפי דערפון.

תוקן על ידי FiveBoro ב- 22/06/2011 00:48:10


א שמוציגע פאשקוויל, ממש ביזוי תלמידי חכמים!
אבער ס'איז גוט געמאכט...

FiveBoro » 22/6/2011 18:27

בלעטערנדיג פריער דעם היי-וואכעדיגן "צייטונג", זעה איך אז ער האט נישט אריינגעלייגט די וואך די ליגנערישע אתרא קדישא נייעס. (עס איז געווען דארט אקטיוויטעטן די וואך, און אפילו ארעסטירטע זענען געווען).

אויב וועט דאס אנהאלטן, איז דאס א באווייז אז ער וויל באמת יא זיין נוטראל, און די פאלשע באריכטן אינעם פארגאנגענהייט זענען געווען בלי ידיעתו, אדער האט ער נישט געוויסט וואס עס ליגט דערונטער.

אויב איז עס אזוי, וויל איך דא איבערבעטן ר' אברהמ'ען, און וואונטשן פיל הצלחה אויף ווייטער, זיך צו קענען האלטן ערליך און ריין פון פאליטיק.

מאטעלע » 22/6/2011 20:50

'פייוו בארא'

פון וואנעט ווייסן מיר אז דער פאשקעוויל איז געדריקט געווארן דורך אתרא קדישא?

have_hope » 22/6/2011 20:59


FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
בלעטערנדיג פריער דעם היי-וואכעדיגן "צייטונג", זעה איך אז ער האט נישט אריינגעלייגט די וואך די ליגנערישע אתרא קדישא נייעס. (עס איז געווען דארט אקטיוויטעטן די וואך, און אפילו ארעסטירטע זענען געווען).
אויב וועט דאס אנהאלטן, איז דאס א באווייז אז ער וויל באמת יא זיין נוטראל, און די פאלשע באריכטן אינעם פארגאנגענהייט זענען געווען בלי ידיעתו, אדער האט ער נישט געוויסט וואס עס ליגט דערונטער.
אויב איז עס אזוי, וויל איך דא איבערבעטן ר' אברהמ'ען, און וואונטשן פיל הצלחה אויף ווייטער, זיך צו קענען האלטן ערליך און ריין פון פאליטיק.



פון די אשכול קענט איר נעמען א פערפעקט עקזעמפל פארוואס מען טאר קיינמאל נישט נתפעל ווערן ווען מען זעט עפעס געשריבען, און על אחת כמה וכמה זיכער נישט דא אויף היידפארק,

די אשכול האט געפענט פייוובארא מיט א אטעקע קעגן אברהם פר"ם, שרייבענדיג מיט זייער שארפע לשונות קעגן אתרא קדישא, און געמאכט איין קיגל דערמיט מיט אברהם פר"ם, וויבאלד ער האט אריינגעשטעלט די נייעס בנוגע אתרא קדישא, עס איז שוין געגאנגען אזוי ווייט אז א צווייטער שרייבער דעקלעראציע האט אנגעריפן אברהם פרידמאן מיטען מיעסן נאמען ערל, אלעס ווייל פיוובארא האט אנגעהויבן א שטורם אז ער האט אריינגעשטעלט א נייעס לטובת אתרא קדישא,

פאר א זייטיגער מענטש, איינער וואס איז נישט אויסגעקאכט און די סאטמערע פאליטיק וואלט זיך ווען געקענט דאכטען לייענדיג די אשכול, אז אברהם פרידמאן איז אונזער שונא נומער איינס,

עס איז דורוך א פאר טעג, עס איז ארויסגעקימען א נייע צייטונג, און פייוובארא איז דא מיט א נייע תגובה, לויבענדיג אברהם פרידמאן, פארען נישט אריינשטעלן די נייעס די וואך, און דערמיט ווערט שוין אטעמאטיש צירוק כשר, מען בעט אים שוין איבער, אלעס ווייל די וואך איז נישט געשטאנענן קיין נייעס, אויב למשל נעקסטע וואך וועט ווייטער זיין א נייעס וואס עס וועט נישט שמעקען, וועט מען אנהייבן די געים פון דאס ניי, און ער וועט ווייטער ווערן אפגעפרעגט פאר א נאך א וואך ביז א נייע צייטונג וועט ארויסקימען, און דאס איז אן טיען די מינעמאלסטע ריסערטעש און נאכגיין אדער זיך נאכפרעגן פארוואס ער האט פאריגע וואך געטיען אנדערש ווי די וואך, , ער פרעגט נישט קיינעם, זירא, זילטש, נאדא, אפשר האט אברהם געמאכט א טעות די ערשטע וואך מיעטן יא אריינשטעלן?  אדער אפשר האט ער גאר געמאכט א טעות די וואך מיטען נישט אריינשטעלן?  ניין דאס טוט ער נישט, נאר אלעס גייט לפי ראות עיני הקורא מיט זיינע געפילן, און טאמיר דריקט מען אויס צווייפלין דערין סטעמלפט מען אפ אלץ זאלי, ושלום עלי נפשי, מען קען ווייטער אנגיין מיטען טאג אן צו דארפן ניצען דעם מח,

די אשכול איז א גיטע מוסטער אויף נייעס בכלל, אויף ניקים בפרט, און אפילו ווען איינער שרייבט קראנט, קען מען זען דא ווי קראנט יענער איז

דערפאר וועל איך איבער חזר'ן וואס איך האב שוין געשריבען אנפאנג און דעם אשכול,

לדעתי, ביז אונזער וועד אדמות קודש, אדער קהילתנו הקדושה, וועט נישט ארויסקימען עפענטליך מיטען שטיצע פאר די אגודה למנוע חילול קברים, שטעלט עס און צווייפיל די נייעס וואס מען זעט דא און בחדרי חרדים, און אזוי אויך ביי אונז דא דורוך ניקים









תוקן על ידי have_hope ב- 22/06/2011 21:05:36

האנדא » 22/6/2011 21:14

יא מר האפ! און דא לאכט מען!

FiveBoro » 22/6/2011 21:27

מאטעלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
'פייוו בארא'

פון וואנעט ווייסן מיר אז דער פאשקעוויל איז געדריקט געווארן דורך אתרא קדישא?


אדער דורך וועמען?..

FiveBoro » 22/6/2011 21:32

דער ניק וואס וואס קענען ענטפערן אויף דעם חידה, וועט באקומען א מעדאל פון אונזער זאלונישער ניק:

האט FiveBoro עפעס געטוישט פון פאריגע וואך ביז היינט, אדער די צייטונג?



תוקן על ידי FiveBoro ב- 22/06/2011 21:39:42

FiveBoro » 22/6/2011 21:53

oאטמארער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

איך פארשטיי אז דו ביזט זייער פארנומען האסט נאך נישט געהאט קיין צייט עס צו מאכן, אבער עפעס מוזטו ברענגען די קעלבלעך זאלן נישט איינשלאפן,

נעם דיך צו דער ארבעט, איך וויל זען א צעטל ביז א שעה


איך האב דערווייל נישט ערהאלטן דעם שמוציגן פאשקעוויל אויפן ראב"ד שליט"א, אבער אויב איינער מיינט אז ס'איז אזוי שווער צו גלייבן פון די טעראריסטן ארויסצוגיין קעגן דעם ראב"ד פארן טראכטן אנדערש ווי זיי [לייען: פארן אויסקרויזן קארופציע], אט האט איר עפעס פון עטליכע וואכן צוריק:

[בילד – נישט אפגעהיט]

have_hope » 22/6/2011 22:18

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דער ניק וואס וואס קענען ענטפערן אויף דעם חידה, וועט באקומען א מעדאל פון אונזער זאלונישער ניק:

האט FiveBoro עפעס געטוישט פון פאריגע וואך ביז היינט, אדער די צייטונג?



ביי אונז פלעגט מען זאגען בכגון דא, הסברים זענענן איבריג,
אויב האסטע נישט פארשטאנענן וואס איך האב געשריבן, דאן לייען עס איבער,

מיר בלייבען גיטע חברים, און מיר גייען זיך נישט קרייגען דערויף, עס איז נאר געווען להערה בעלמא,

האנדא » 22/6/2011 22:25

יא מר האפ! דא לאכט מען!

לאעליכם » 22/6/2011 23:15

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

איך האב דערווייל נישט ערהאלטן דעם שמוציגן פאשקעוויל אויפן ראב"ד שליט"א, אבער אויב איינער מיינט אז ס'איז אזוי שווער צו גלייבן פון די טעראריסטן ארויסצוגיין קעגן דעם ראב"ד פארן טראכטן אנדערש ווי זיי [לייען: פארן אויסקרויזן קארופציע], אט האט איר עפעס פון עטליכע וואכן צוריק:

[בילד – נישט אפגעהיט]



פייוו בארא, איך בין זייער שטארק אקעגן שקר! לפי ידיעתי האט דאס מיט "אתרא קדישא" גארנישט איינגעלייגט! ס'איז א גראפיטי אויפשריפט אקעגן דעם ראב"ד שליט"א ביי די פארלאפענע "גירות פרשה" אין די מדינה! בין אין גערעכט?

צווייטענס, נעם דיך נישט אזוי אן אויף הג' ר' נסים קרליץ שליט"א, וויבאלד מיטן מתיר זיין די "חרם" אויף עלעקטרא האט ער געטוהן א געזונטן שג... שטיק, און רבותינו חברי הביד"צ שליט"א זענען געווען זייער בייז דערויף (כ'זאג נישט אז ס'קומט איהם א פאשקוויל, אבער זיך אננעמען אויף איהם ברויך מען אויך נישט).

have_hope » 22/6/2011 23:37


לאעלכים, צוויי זאכען

1} עס איז קלאר אז ביי די "גירות פרשה" האבן זיי אזוי אנגעפירקלט די ווענט מיט אזעלכע ענליכע אויפשריפטן, איך געדענק אז איך האב געזען פיקטשערס דערפון, אבער פיוובארא קען טענה'ן אז ער ווייסט קלאר אז דו איין פיקטשער קימט יא פון "אתרא קדישא" במילא מוז נישט זיין אז ער פראבירט צו זאגען ליגענט,

2}איך נעם נישט קיין שטעלונג צווישן די צווייי זייטען ביי די סכסוך איבער די חרם אויף אלקטרה, אבער די פאקט אז בי"ד הגדול האט זיך געבייזערט אויף ר' ניסים קארליץ, איז נישט קיין ראיה אויף גארנישט,  מיר לעבן און זמן וואס טעראריסטן זענענן זיך שולט אויף רבנים, עיין ערך הרהגה"צ ר' ישראל יעקב פישער זצוק"ל בנוגע הסכסוך בסאטמער, ציליב דעם, דארף  מען אייביג קיקען דורוך און אדורוך, אויסציגעפינענן דעם אמת, נאך מער, אסאך נייעס וואס מען ליינט ארום רבנים איז אויך פאברעצירט מיט א אגענדא, און עס מוז אפילו נישט זיין אז עס אמת







תוקן על ידי have_hope ב- 23/06/2011 00:06:32

FiveBoro » 22/6/2011 23:53

לאעליכם כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פייוו בארא, איך בין זייער שטארק אקעגן שקר! לפי ידיעתי האט דאס מיט "אתרא קדישא" גארנישט איינגעלייגט! ס'איז א גראפיטי אויפשריפט אקעגן דעם ראב"ד שליט"א ביי די פארלאפענע "גירות פרשה" אין די מדינה! בין אין גערעכט?

צווייטענס, נעם דיך נישט אזוי אן אויף הג' ר' נסים קרליץ שליט"א, וויבאלד מיטן מתיר זיין די "חרם" אויף עלעקטרא האט ער געטוהן א געזונטן שג... שטיק, און רבותינו חברי הביד"צ שליט"א זענען געווען זייער בייז דערויף (כ'זאג נישט אז ס'קומט איהם א פאשקוויל, אבער זיך אננעמען אויף איהם ברויך מען אויך נישט).


1) אויב דו ביסט קעגן שקר, זעמיר אויף איין בלאט.

2) בנוגע דעם גראפיטי, מעגליך אז דו ביסט גערעכט. כוועל פרובירן קלאר צו מאכן.

3) בנוגע הרב קרליץ, ערשטנס אויב האט ער געטוהן אנדערש ווי איך פארשטיי מיינט דאס נישט אז מען קען מוחה זיין ווען ער גיט א השגחה און שרייבן אז מען גראבט ביינער..., צווייטנס, ער איז שוין גארנישט קיין חדר אינגל, און ער האט נישט מתיר געווען סתם אזוי, אבער, איך וויל זייער שטארק אויסמיידן פון אריינגיין אין די פרטים פון די חרם, ווייל ס'איז נישט נוגע יעצט, און סוועט נישט ברענגען גארנישט, אבער דאס וואס דו זאגסט אז די חברי הבי"ד זענען געווען בייז איז נישט אמת! אתרא קדישא איז געווען בייז, ואולי אויך 2 חברי הבי"ד. ודי בזה.

FiveBoro » 23/6/2011 01:23

איינער שרייבט מיר אז מנשה פילעפף'ס ארטיקל אינעם צייטונג איז יא א העצערישע ארטיקל מיט לשון הרע, און שמוץ קעגן די ועד למניעת חילול קברים.

איך וועל עס אי"ה איבערקוקן.

oאטמארער » 23/6/2011 04:02

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
'פייוו בארא'

פון וואנעט ווייסן מיר אז דער פאשקעוויל איז געדריקט געווארן דורך אתרא קדישא?

אדער דורך וועמען?..


דורך דיר אדער דיינס גלייכן

have_hope » 26/6/2011 19:47


דא האט איר א עקזאמפל ווי שטארק ערענסט בחדרי חרידם איז מיט זייער נייעס, זיי שטעלן אריין א עד אלץ א דעהעריגע נייעס, קיין שום סייט וואס האט נאר די מינעמאלסטע רעספעקט פאר נייעס וואלט עס נישט געטיען


http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=29127

ועל הכלל כילו יצא, ווי שטארק מען קען זיך פארלאזן אויף זיי, אלץ א נייעס סייט, און ווי קראנט זייער נייעס איז

FiveBoro » 26/6/2011 21:26

טאטע אין הימל.

1) דאס איז א באמבע? אדער א אטאם באמבע.

2) דאס איז דא בכלל מן הענין? אדער סתם פאר אינטערסאנטקייט.


תוקן על ידי FiveBoro ב- 26/06/2011 21:29:46

have_hope » 26/6/2011 21:40


מאך נישט קיין איבעקרעניש, דארפסט זיך נישט ווענדן צום טאטען און הימל, און אויסניצען דיינע זכותים אויף אזא שטות, און אזוי אויך רוף עס נישט באמבע, ווייל עס איז מער ווייניג אייניג און ליין מיט אלע דיינע נייעס וואס דו האסט געברענגט ביז אהער פון ב"ח, וואס יענטץ איז אויך נישט געווען קיין באמבע,

עס איז בסך הכל נאר א דערמאנוג/באווייז פאר די תמימי לב, וואס קויפן און גלייבען אלע נייעס וואס מיוסד אויף ב"ח, און עס טוט נאכאמאל ווייזן מיט וויפיל ערענסקייט מען דארף זיך דערצו באציען





תוקן על ידי have_hope ב- 26/06/2011 21:41:35

FiveBoro » 26/6/2011 22:01

דענקט עמיצער אז איך זאל בויען אויף נייעס פון בחדרי? נישט וואס מיר געדענקען.

אויב פילט א זאלוני זיך געטראפן פון מיינע אויפדעקונגען, קען ער זאגן אז איך בין א שקרן, אבער ביטע נישט אויסדרייען מיינע אייגענע ווערטער.

(ביטע אפירזוכן וואס איך האב נישט לאנג צוריק דא געשריבן, איבער די אומ-ארגינעלקייט פון א בחדרי נייעס.)

=============

ב"ה איך קען זאגן אז איך האב נאכנישט מוצא געווען מתחת ידי א זאך וואס כהאב נישט אליינס מברר געווען, א חוץ אין א פאל פון א טעות, וואס איך בין גרייט מודה צו זיין אויף אזא פאל.

have_hope » 26/6/2011 22:12


איך וועל דיר נישט ברענגן קיין לינק - כאטש אז עס איז דא עטליכע - ווייל איך ארבייט נישט פאר דיר, מאך אליינס דיין ריסורטיש

די פאקט אבער אז דו קענסט נישט פארנעמן קיין קריטיק, און א יעדע ערענסטע שאלה אדער קריטיק פון סיי ווער/ וואס מען פרעגט דיר, האט נאר איין ענטפער, און די ענפער איז אלעמאל די זעלבע, און עס באשטייט בדרך כלל  פון אייין ווארט, די ווארט איז: זאלי

ווייזט ווי קראנט דיינע נייעס איז, און ווי ריין ביסט פון אינטערעסן, און עס גיט אויך זייער גוט צו פארשטייען פאר וואס  דו דארפסט האלטן און איין איבערזאגען ממש און יעדע תגובה, אז דו שרייבסט נאר אמת'ע נייעס, און אלע דיינע נייעס איז קראנט, בלא בלא בלא

איך האב נישט קיין אינטערסע זיך צו קריגען מיט דיר, אבער נאך אזויפיל מאל ווערן געענפערט זאלי, און נאך אזויפל  מאל זען ווי דו ענפערסט פאר אנדערע זאלי, אויף ערענסטע זאכליכע שאלות וואס מען האט דיר געפרעגט, האלט איך אז עס איז צייט צו זאגען די אנדערע זייט פון די מטבע, און זאגען ווי אזוי אנדערע האבן א בליק אויף דיינע נייעס וואס דו שטעלסט אראפ אן קיין הוכחת

אויב ביסטו א ערענסטע היי קלעס שרייבער, א שטייגע ווי סקאט, אדער וואלעסח, אדער ווי יאנקעלע11 איז געעווען,
האט נישט די ענטפער זאלי וואס זיכען און דיינע תירוצים, ווייל וואס א חילוק ווער עס פרעגט? פרעגט ער צו די זאך, ענטפער און זיי מודה, אויב פרעגט ער נישט צו די זאך, ווייז אים אויף זיין טעות, די פאקט איז אבער אז דו ביסט די דא זיך צו טענה'ן מיט סיי וועם, און די ניצט די לאו ראוד מיטען ענטפערן זאלי, ווייזט אז ביסט מער א דעמעגאג ווי א נייעס באריכטער


תוקן על ידי have_hope ב- 26/06/2011 22:19:16

FiveBoro » 26/6/2011 22:16

איך וויל דא בעטן מחילה פונעם ציבור, פארן זיך אריינלאזן אין א נידריג-שטאפלדיגער שמועס מיט דעם ניק וואס שפילט פארטיי.

איך וועל פרובירן בעתיד בעסער צו מעסטן די שטאפל פון א טענה אויף וואס איך ענטפער בעז"ה.