היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בושה וחרפה: מהרז"ל פייפט אן ירושלימער רב און אלע קנאים

בושה וחרפה: מהרז"ל פייפט אן ירושלימער רב און אלע קנאים

60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2899854
בלאט: 1 2

סאטמארבילד » 20/6/2011 22:26



פאר 5 יאר צוריק האט די אידישע וועלט און די הולכים בשיטה הק' בפרט, חסידי סאטמאר און נקי' עדת ירושלים, געווען פארמישט אין א ביטערע מערכה קעגען א איד מיטן נאמען ישראל אהרן קלעצקין דער בעה"ב פון א דרוקעריי אין ירושלים מיטן נאמען "דפוס ישר" וואס האט געמאסערט אסאך ערליכע אידן וואס האבן געהאנגן צעטלעך אין ירושלים.

פאר די וואס געדענקן נאך די מערכה, איז אופגענומען געווארן מיט שאק (אדער אפשר גאר נישט), אז מהרז"ל איז געגאנגען צו די חתונה פון זיין טאכטער דעם לעצטען דאנערשטאג אין בארא פארק.

דער איד וואס האט געמאסערט און ארעסטירט עטליכע פון די גרויסע לוחמים מלחמות ה' בארה"ק.
דער באקומט חיזוק פון זיינס א גלייכן מהרז"ל וואס איז געגאנגען אין בג"ץ הציוני.

די שאק איז גאר שטארק געווארן ווען מוצאי שב"ק ביים שבע ברכות פון ירושלימער רב'ס אייניקעל
איז דער מסור אנגעקומען מיט א בקשה משמח זיין דעם חתן, מיט א מטרה זיך צו מטהר זיין.
ירושלימער רב וואס איז געווען שטארק פארמישט אין די מערכה האט עם גלייך אפגעזאגט.
האט זיך דער מסור אנגערופן "ביסטו בעסער פון סאטמאר רבי'ן וואס איז געווען ביי מיר דער מסדר קידושין"
אפאר אייניקלעך פון ירושלימער רב וואס האבן דאס געזען האבן עם ארויס געטראגן פון זאל מיט ביזיונת.

אבער די קשיא בלייבט שטיין, מהרז"ל שעמסטו זיך נישט בריש גלי' צו מחזק זיין אזא מסור?
האסטו פארגעסן ווען די אליינס האסט מיט די לישקע געשריבן א בריוו קעגען דעם פארשוין?

להיכן היגענו??????????

איך האב נישט די בריוו פון זיין לישקע קעגען דעם קלעצקין, וויל איך בעטען ווער ס'האט עס זאל עס ביטע ארויף לייגן דא

סאטמארבילד » 20/6/2011 22:38

דער שארפער בריוו פון בי"ד הגדול שבירושלים קעגען דעם מסור וואס מהרז"ל איז געגאנגען שטיצען
[בילד – נישט אפגעהיט]

יקרבו » 20/6/2011 22:51

די גאמצע וועזן אין באשטאנד פין ד זאלי'ס איז הפקירות אין עיקרות התורה ווען זיי שמעקט

ס'איז נישט דא קיין תורה קיין שבת קיין באשעפער גארנישט איז פאר זיי אפהאלט

מסירה רציחה חילול השם חילול שבת ויום טוב אלעס איז מןתר ווען זיי שמעקט

סאטמארבילד » 20/6/2011 23:21

אביסל זכרונות פאר ווער ס'האט נישט מיטגעהאלטן יענעט טעג

http://www.bhol.co.il/forums//topic.asp?cat_id=4&topic_id=2095957&forum_id=16386
 

oאטמארער » 22/6/2011 01:11

איז דא א בילד?

היראים » 22/6/2011 01:29

זיין צביאות איז נישט קיין חידוש, אויב איינער האט געהאט ספק איז ער קלאר געווארען וועט ער אריינגעטראגען א קאלגע אין ציוניסטישע בג''ץ
עס איז נאר כדי צו באמערקן די בלינדקייט פין זיינע קעלבער
אין פאר זיינע קעלבער שרייט ער איך בין די גרעסטע קנאי......

סאטמארבילד » 22/6/2011 06:09


דער שקרן90 אויף בחדרי שרייבט קלאר אז ס'איז אמת, נאר די תירוץ איז אז דער בלאט האט נישט געשריבן וועגן דעם

צאן_ברזל » 22/6/2011 16:33

oאטמארער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איז דא א בילד?

דא איז געווען א קליפ, אבער מ'האט דאס שוין אראפ גענומען
http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=2899886&forum_id=771

תוקן על ידי צאן_ברזל ב- 22/06/2011 16:34:15

oאטמארער » 23/6/2011 04:16

יעצט געקוקט דעם קליפ מען זעט נישט מהרז"ל מסאטמאר דארט

האט איינער א בילד?

allgood1s » 23/6/2011 07:00

U forgot that rz"l is very strong against pictures and his chasidim promised to enforce it

FiveBoro » 23/6/2011 17:59

עס וואלט כדאי געווען ווען מען קען אפירברענגען דעם בריוו פון מהרז"ל אליינס [ובית דינו גבוה לצדק] ביי די קלעצקין פרשה, צו באגרייפן וואס היפאקריט איז טייטש.

ער האט געשריבן לשונות וואס א ערנסטער רב וואלט אין קיין פאל נישט געשריבן אויף אזא פרשה, און דער בריוו אליינס איז שוין א באווייז אויף די פאלשקייט און נישט אויסגעהאלטנקייט פון די וועלכע שפילן קנאים, און באנוצן זיך דערביי מיט זייער אינערליכע רשעות שלא עפ"י תורה.

אבער וואס דא האט יעצט פאסירט איז דאך ממש א הימל געשריי!

ווער קען דאס מסביר זיין? דער לץ אליינס שרייבט אויף א מענטש די ארגסטע לשונות, און ער שרייבט דארט אז מען מוז דעם מענטש מרחק זיין פון כלל ישראל, און דא פאר אפאר דאלער און אביסל כבוד אדער וואס, ווען יענער רופט אים מסדר קידושין זיין קומט ער צו גיין מיטן פולסטן פראכט?

ילמדינו רבינו. ווער האט א הסבר דערויף? עולם השקר איז זייער שוואך געזאגט.

have_hope » 23/6/2011 19:44

די אנדערע זייט פון די מטבע

זעענדיג וויאזוי פאליטיק שפילט ליידער היינט א ראלע און כמעט א יעדע זאך, אזאש אז מען איז גרייט צו באשולדיגען אידן און עס חמץ און בפסח רח"ל ציליב פאליטיק, אא"וו און אר"י איז ליידער די מצב נישט ציפיל בעסער, ווייל א פאר חברה האבן זיך בכח הזורע משלט געווען אויך די רבנים ליידער, כידוע

שטעלט זיך א פראגע, איז די גאנצע קאמפיין קעגען קלעצקין געווען אויסגעהאלטן??
איז עס געווען א קאמפיין נוסח אתרא קדישא? אדער קלעצקין האט באמת עפעס שלעכט געטיען?!!

איך בין נישט אינטערסירט דא אויסצושמיעסן די עוולה'ס פון קלעצקין, עס איז דא חרם דרבינו גרשום צו דערמאנענן פאר א איד זיינע אלטע חטאים, איך וויל נאר ארויסברענגן א נקודה, אז מען דארף נישט ווערט איבערגענימען אויף קיין שום זייט, ביז מען ווייסט נישט די פינקטליכע פרטים, און די רשעים וואס האבן זיך משתלט געווען אויף די עדה, און צווינגען זיי אריין און פארשידענע מערכות שלא ביושר, זיי וועלן אפגעבן דין וחשבון פאר עלבון ובזוין תלמידי חכמים

געלעכטער » 23/6/2011 19:54

איינער קען ברענגן דעם בילד ווי דער גאב"ד ווארפט ארויס קלצקין פון די שבע ברכות וואס סאטמארבילד איז געווען?

FiveBoro » 23/6/2011 22:07

אט איז דער דעמאלסדיגער בריוו פון הגז"ל:

(גענומען פון בחדרי פארום)


[בילד – נישט אפגעהיט]

...להרחיקם מכל גבולי ישראל!!!


נאכאמאל: ווער קען מיר מסביר זיין וויאזוי מען קען איין טאג שרייבן אזא בריוו און אביסל שפעטער אננעמען א סידור קידושין ביי דעם זעלבן מענטש.

have_hope » 23/6/2011 22:17


איך ווער נישט נתפעל פון פיוובארא'ס קשיא, נאכדעם וואס הגזל"ן האט געטאנצן און מכבד געווען די אהבה מוסתרת  גרופע, ובראשם המסור והמלשין הידוע, אזוי אויך האט ער מספיד געווען שמעון ווייס ע"ה

קיינער האט נישט אזוי מצער געווען זיין טאטע ווי יענע גרופע, די ערגעסטע לשונות איז געשריבען געווארען דורוך אלע גדולי ישראל זי"ע קעגן יענע גרופע, און עכ"ז טאנצט ער מיט זיי קדוש,

אויב אהבה מוסתרת איז א פאקט און זיי זענענן מותר לבוא בקהל, זע איך נישט פארוואס קלעצקין זאל זיין א פראבלעם

האנדא » 23/6/2011 23:19

יא! מר האפ
דא לאכט מען!!!

היראים » 23/6/2011 23:47

have_hope כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

זעענדיג וויאזוי פאליטיק שפילט ליידער היינט א ראלע און כמעט א יעדע זאך, אזאש אז מען איז גרייט צו באשולדיגען אידן און עס חמץ און בפסח רח"ל ציליב פאליטיק, אא"וו און אר"י איז ליידער די מצב נישט ציפיל בעסער, ווייל א פאר חברה האבן זיך בכח הזורע משלט געווען אויך די רבנים ליידער, כידוע

שטעלט זיך א פראגע, איז די גאנצע קאמפיין קעגען קלעצקין געווען אויסגעהאלטן??
איז עס געווען א קאמפיין נוסח אתרא קדישא? אדער קלעצקין האט באמת עפעס שלעכט געטיען?!!

איך בין נישט אינטערסירט דא אויסצושמיעסן די עוולה'ס פון קלעצקין, עס איז דא חרם דרבינו גרשום צו דערמאנענן פאר א איד זיינע אלטע חטאים, איך וויל נאר ארויסברענגן א נקודה, אז מען דארף נישט ווערט איבערגענימען אויף קיין שום זייט, ביז מען ווייסט נישט די פינקטליכע פרטים, און די רשעים וואס האבן זיך משתלט געווען אויף די עדה, און צווינגען זיי אריין און פארשידענע מערכות שלא ביושר, זיי וועלן אפגעבן דין וחשבון פאר עלבון ובזוין תלמידי חכמים



העוו האופ ברענגט ארויס די מיינונג פין די זאליס - ווי ער באלאנגט
טראץ וואס ער טרייט נעבעך אזוי שווער צו שפילן פארטיי ווי ער ווארפט אריין ביי סוף פונעם אשכול זיין געשפילטע תגובה

סאטמארבילד » 24/6/2011 01:57

נישט ער איז א היפאקריט, נאר זיין זון אויך,

יעצט גלייבסטו שוין? האסטו שוין געזען אזא היפאקריט?
[בילד – נישט אפגעהיט]

און דא איז דער ראש לשועלים פון ירושלים אויך געקומען טאנצן מיטן מסור הידוע

[בילד – נישט אפגעהיט]

היראים » 24/6/2011 03:35

דער חכם האט נישט געגלייבט אז די בילדער וועלן ארויסקומען
ערהאט געטרייט זיין גליק צו לייקענען אימדירעקט

זארגט אייך נישט דער וועט שוין טרעפן א צווייטע באבע מעשה

איך האב נאר ליעב מיט וואס פאר א הייליגקייט זיין חיים הערש טאנצט מיטן מסור


יעצט פארשטייט איר שוין פארוואס ער איז הפנים קעגן בילדער?

היראים » 24/6/2011 03:37

מהרז''ל וועט דא נישט מוחל זיין, זיין באליבטער כל העולם כולו בילדער מאגעזין...
נישט בזה אין נישט בבא...

oאטמארער » 24/6/2011 03:53

היראים קיינער פרובירט נישט צו לייקענען זאכן וואס זענען געווען, דער חכם האט בלויז געקענט באשטיין צו זעהן א בילד

ווי זעהסטו דער ירושלימער רב טאנצן מיטן מסור?

באבע_מעשה » 24/6/2011 03:56


איך קען נישט גלייבען וואס מיינע אויגן זעהן, איז דאס דער יפו'ער? איז דאס דער שפילער פון קנאות?
רבותי די בילדער מיז פארשפרייט ווערן מסוף העולם ועד סופו, זאל יעדער בעל דעת זעהן ווי דער שפילער און ליגענער שפילט קנאות,

אויב האבן זיי נאך פראבירט צו פארקויפן אז אונז זענען אריין אין בג"ץ און זיי זענען קנאים, זאל יעדער זעהן ווי דער שוי שפילער טאנצט ביי א חתונה פון א מענטש וואס ער האט אויף עם געשריבן "רשע ופושע שלא נשמע דגמתו" דאס איז געווען די לשון פון דער יפו'ער אויף דעם מחותן.

איך מיז זאגן אז פון יעצט קען איך זאגן רוהיג "ברוך הוא אלוקינו שהבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת" ווייל נאר תורת אמת איז קנאות

באבע_מעשה » 24/6/2011 03:58

oאטמארער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
היראים קיינער פרובירט נישט צו לייקענען זאכן וואס זענען געווען, דער חכם האט בלויז געקענט באשטיין צו זעהן א בילד

ווי זעהסטו דער ירושלימער רב טאנצן מיטן מסור?


זיי נישט משוגע, אז די וועסט בעטן וועט ער דיר ברענגען, לאז אפ די נושא און וויש דיר אפ דיין נאז און גיי ווייטער

לאעליכם » 24/6/2011 04:06

כ'האב מיך איינגעהאלטן ביז איצט פון מגיב צו זיין. ליהוי ידוע אז דער קלעצקין איז נישט געווען אזא שגץ און אזא מסור ווי די ירושלימע ווענט האבן איהם דעמאלטס געמאכט. ודי בזה.

סאטמארבילד » 24/6/2011 04:48


לא עליכם וואס האט פאסירט? נאך 5 יאר פארגיסן א איד'ס בלוט מיטן שרייבן אויף עם די ערגסטע טיטלן, נאכן עם יורד זיין לחייו ביז ער האט פארמאכט די דרוקעריי.

און אלעס מיט הכשר פון לישקע הגדול וההיפאקריט בראשם, און בשליחות פון דעם ראש לשועלים ושליחיו עמרם ט"ב און שקרן90.

יעצט אז מהרז"ל איז געגאנגען מסדר קידושין זיין איז ער געווארן כשר?

דא האסטו א בריוו פון בית דין הגדול שבירושלים, זאג מיר צו די האסט שוין אמאל געזען אזא שארפע בריוו?

[בילד – נישט אפגעהיט]

איך וועל נישט זיין אין שאק אויב אין 3 יאר ארום ווען אייבי ראזען וועט חתונה מאכן און מרז"ל וועט גיין צום חתונה מסדר קידושין זיין, וועט לא עליכעם זאגן אז "ניין ער איז נישט אזא שגץ ווי מען האט עם געמאכט"

have_hope » 24/6/2011 06:10

היראים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

זעענדיג וויאזוי פאליטיק שפילט ליידער היינט א ראלע און כמעט א יעדע זאך, אזאש אז מען איז גרייט צו באשולדיגען אידן און עס חמץ און בפסח רח"ל ציליב פאליטיק, אא"וו און אר"י איז ליידער די מצב נישט ציפיל בעסער, ווייל א פאר חברה האבן זיך בכח הזורע משלט געווען אויך די רבנים ליידער, כידוע

שטעלט זיך א פראגע, איז די גאנצע קאמפיין קעגען קלעצקין געווען אויסגעהאלטן??
איז עס געווען א קאמפיין נוסח אתרא קדישא? אדער קלעצקין האט באמת עפעס שלעכט געטיען?!!

איך בין נישט אינטערסירט דא אויסצושמיעסן די עוולה'ס פון קלעצקין, עס איז דא חרם דרבינו גרשום צו דערמאנענן פאר א איד זיינע אלטע חטאים, איך וויל נאר ארויסברענגן א נקודה, אז מען דארף נישט ווערט איבערגענימען אויף קיין שום זייט, ביז מען ווייסט נישט די פינקטליכע פרטים, און די רשעים וואס האבן זיך משתלט געווען אויף די עדה, און צווינגען זיי אריין און פארשידענע מערכות שלא ביושר, זיי וועלן אפגעבן דין וחשבון פאר עלבון ובזוין תלמידי חכמים



העוו האופ ברענגט ארויס די מיינונג פין די זאליס - ווי ער באלאנגט
טראץ וואס ער טרייט נעבעך אזוי שווער צו שפילן פארטיי ווי ער ווארפט אריין ביי סוף פונעם אשכול זיין געשפילטע תגובה


אפשר איז מעגליך אז זאלסט דיר איינמאל פאר אלעמאל אפוואשען דיין ברילען, און אנהייבן צו ליינען תגובות, און נישט זיין ביזי מיט דיין פארדרייטע מלחמה מיט ניקים,?

אויב דו פילסט אז די באקימסט א אויסבראך נאכען זען געוויסע ניקים שרייבען, זיי וויסען, אז עס איז דא א פורום און שכינות געאייגנט פאר אזעלכע מענטשן ווי דו, דארט מעקט מען כסדר תגובות, כדי זיך צי פילען רואיג, און נישט דארפן ליינען פון איינען וואס זיין נאמען געפעלט נישט, נוסח בת היענה

איך וועל דיר ניטאמאל ריפען פאר א טאלענדאש, אז זאלסט איינמאל פאר אלעמאל אויפווייזן ווי מיינע תגובות שמעקט אפילו מיט זאלי, ווייל עס איז מיר נישט ווערט, אבער איך וועל דיר געבן א עצה,  גיי אריין און און א ליידיגע שטוב, נעם זיך שרייען ניינציג מאל און א צי, העוו האופ איז א זאלי, איז זאג דיר צו אז עס וועט דיר בעסער ווערן







תוקן על ידי have_hope ב- 24/06/2011 06:21:43

have_hope » 24/6/2011 06:13

לאעליכם כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
כ'האב מיך איינגעהאלטן ביז איצט פון מגיב צו זיין. ליהוי ידוע אז דער קלעצקין איז נישט געווען אזא שגץ און אזא מסור ווי די ירושלימע ווענט האבן איהם דעמאלטס געמאכט. ודי בזה.


איך האב די זעלבע זאך געפרעגט און מעורר געווען

אבער איך האב געזען א שרעקליכע זאך און די "אוצרות" פון חודש סיוון,
אז עס איז דא חרם דרבינו גרשום נישט צו דערמאנען פאר איד אלטע עבירות, {דאס איז חוץ די עבירה פון לשה"ר..}
דערפאר האב איך נישט קיין אינטערעסע אז מען זאל אנהייבן איבערקייען די אלטע מערכות

איך פארשטיי אבער די טענות כלפי הגז"ל, אז ער האט זיך אויפגעפירט ווי א געפערליע היפאקריט
איך און וואנדער מיר אויפן מחותן, פארוואס ער האט מסכים געווען אים צו געבן די הענט

הולך_לבגץ » 24/6/2011 06:38


איך וואלט נאר געוואלט טראכטן ווען רבינו שליט"א זאל טוען אזא זאך וואס די שקרנים וואלטן געזאגט.

געדנקט איינער ווי זיי האבן פאפירט ווען רבינו שליט"א איז געגאנגען צום קלויזענבורגער, אדער צו ר' פישלע.
וואס איז דעמאלס מעג מען יא דערמאנען אלטע עבירות???

ח"ו איך וויל נישט צושטעלען דעם מסור צו די רבנים, אויף די רבנים איז נישט געווען אזעלעכע בריוון, מיט שארפע לשונות, דאס הייסט שקר בלאף.

זיי זענען נישט קנאים נאר זיי האבן א שלעכטע הארץ פול מיט רשעות, ווי מע קען מאכט מען רשעות.

outspoken » 24/6/2011 06:38

* xcodebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab" height="344" width="425" classid="clsid:D27CDB6E-AE6D-11cf-96B8-444553540000" > <*

outspoken » 24/6/2011 06:42

היראים » 24/6/2011 21:26

ר' זלמן לייב'ס היפאקראטיע ברעכט א פרישע רעקארד

עד היום הזה טאנצט ער מיט מוסרים וואס האבען ג'מסרט זיין אייגענע טאטע ז''ל מיטן גרעסטן מאס חוצפה ובעיטה באביו, וואס מען זעהט נישט אפי' ביי א שוואכע יוד

אבער צו טאנצען מיט איינעם וואס ער אלייין האט געשריבן אויף אים מסור
צו דעם דארף מען זיין א היפאקריט ווי ר' זלמן לייב ובנו חיים הערש

געלעכטער » 26/6/2011 05:24

היפאקראטיע ארויף, היפאקראטיע אראפ. נישט ווייל איינער איז דא בכלל אינטערעסירט צי וויסן דעם אמת, אבער אפשר גיט מיר איינער א לאגישער הסבר פארוואס ישראל אהרון קלעצקין האט גערופן זיין "דם שונא", דער וואס האט מיט אים געפירט מערכות און אדאנק דעם האט ער געדארפט פארלאזן ירושלים, צו א חתונה פון זיינס א קינד?

היראים » 27/6/2011 00:54

אוי האסטו געפרעגט א מעכטיגע קשיא......

קלצקין וויל דאך ווייזן אז די וואס האבען אינטערגעשריבן קעגן אים זענען היפאקריטן
אדער אין בעסטן פאל האבען זיי עס נישט געמיינט אזוי ערנסט ווי זיי שרייבן
והא ראי' זיי קומען טאנצען מיט אים

אין פאר די זעלבע סיבה האט ער אריינגלייגט די בילדער אין כל העולם כולו
ער וויל ווייזן אז די גאנצע חרם קעגן אים האט א פנים ווי אלע זאלי חרמות

געלעכטער » 27/6/2011 01:01

צו שטייטעלעך. הייסט עס אז קלצקין האט געבעטן ר' זלמן לייב ער זאל קומען, כדאי ער זאל קענען ווייזן פאר די וועלט וואספארא היפאקריט ער איז?

היראים » 27/6/2011 01:15

אלא מאי.....

ער שרייבט אינטער קעגן איינעם מיט די שארפעסטע לשונות נאכדעם טאנצט ער אויף זיין חתונה

איך וואלט דיך ענדערש געראטן זאלסט לאזען די אשכול אראפגיין וויי איידער זאלסט ווייזן דיינע נערישע ספינס צו פארענטפרן דיין קעלבלע

געלעכטער » 27/6/2011 01:26

דערווייל בוסטו דער ספינער דא. איך האב נאך אלץ נישט קיין תירוץ פארוואס קלעצקין זאל רופן א איד וואס האט מיט אים געפירט א מערכה צו זיין קינד'ס חתונה.

היראים » 27/6/2011 01:59

א ספינער איז דער וואס האט עס געלייקענט

אין כדי צו פארדרייען די שמועסט שרייבט ער א תגובה וואס דארף זיין א קשיא
אין איז אבער קיינעם נישט שווער

געלעכטער » 27/6/2011 02:01

ווער האט געלייקענט?

היראים » 27/6/2011 02:15

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווער האט געלייקענט?

[בילד – נישט אפגעהיט]

הולך_לבגץ » 27/6/2011 02:37


פאר ווער ס'קען אביסל דעם לץ קלעצקין, און איך קען עם זייער גוט, זיין כח איז ליצנות

ער איז געגאנגען צו מהרז"ל רופן אויף סידור קידושין איז ער געזעצן ביי עם א האלבע שעה, און נאכדעם געמאכט גוטע בילדער פון די סידור קידושין און באצאלט אסאך געלט פאר די צייטונגען,

דאס איז זיין כח ליצנות, ער האט געוויזן פאר די גאנצע וועלט אז דער וואס האט קעגן עם אונטער געשריבן איז א היפאקריט, אדער האט ער גארנישט געוויסט וואס ער שרייבט אונטער, און די גאנצע מערכה קעגען עם האבן געפירט אפאר קינדער ובראשם שקרן90 אבער די רבנים האבן נישט געוויסט פון גארנישט.

דאס איז געווען זיין מטרה מיטן עם רופן מסדר קידושין זיין, און אויך די סיבה פון גיין צום גאב"ד רעדן ביים שבע ברכות

געלעכטער » 27/6/2011 02:52

ווער איז געווענדליך מכבד מיט סידור קידושין, חתן'ס זייט אדער כלה'ס זייט?

קארופציע » 27/6/2011 05:45

בדרך כלל ביי אונז חסידישע אידן חתנ'ס זייט און אויך פילע מאל כלה'ס זייט

געלעכטער » 27/6/2011 06:38

יעצט וועל איך דיר דערציילן. דער חתן דינן ליפא לעפקאוויטש איז א יתום, און ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט סידור קידושין, היות דער רבי פלעגט אים כסדר מקרב זיין, און ער פלעגט זיך אסאך דרייען ביים רבי'ן אין שטוב. אזוי אויך איז דער רבי געווען שטארק פארמישט אינעם שידוך. ‎​
 
נאך עפעס איז דיר שווער אויפן הארץ?

היראים » 27/6/2011 07:53

הייסט דיין רעבע האט פאר געטריישאפט משדך געווען זיין יתום מיט אינעם וואס ער האלט אז יענער איז א מסור? מאכסט נאר שווערער די קשיא.....

היראים » 27/6/2011 07:55

עניוועי דיין פאני תירוץ וואס האט גענומען א וואך צייט פארענטפרט גארנישט און אויב עפעס מאכט עס נאר שווערער, טריי עפעס אנדערש.....

געלעכטער » 27/6/2011 08:45

הדברים ידועים לכל, און קיינער איז נישט מחויב דיר צו ענטפערן ווען לויט דיין שמאלן שכל דרייט זיך די גאנצע וועלט ארום היידפארק, און אז דו וועסט שריייבן אז ר' זלמן לייב איז א היפאקריט, ווערט נאכנישט ר' זלמן לייב א היפאקריט. איך האב נאר דירעקט אויסגעצויגן דעם געים עד הסוף, צו ווייזן וויאזוי ס'ספינט זיך ענקערע מעשיות און געבעקסן. ‎​
 
קודם כל רייסט מען אראפ ר' זלמן לייב אז ער איז ערגער פון גאב"ד, דער גאב"ד האט אים ארויסגעווארפן פון א אייניקל'ס שמחה און דער קלעצקין האט פארגעהאלטן דעם גאב"ד אז ר' זלמן לייב איז יא געקומען צו אים. ווען דער ליגענט הייבט אן שווימען אויפן אויבערפלאך אז אזא שבע ברכות האט קיינמאל נישט פאסירט, נישט קיין מוצאי שבת, נישט ארויסגעווארפן, נישט אז מ'האט אים נישט גערופן, הייבט מען סתם אן פארפירן הלמאי ר' זלמן לייב איז געגאנגן צו קלצקין'ס שמחה. ‎​
 
איי דו ווייסט דאך אויך אז ר' זלמן לייב האט מיט אים געפירט א געפערליכע מערכה, און וואספארא אינטערעס זאל קלעצקין האבן אים צו רופן צו א שמחה?! אבער מ'פארקוקט דאס ווייל מ'רעדט זיך איין אז מיט דעם פאקט וועט ר' זלמן לייב ווערן אויס רבי מארגן. ‎​
 
איי דו ווייסט דאך אז סידור קידושין באלאנגט פארן צד החתן, און דו שרייסט אז דער צד הכלה האט גאר געגעבן סידור קידושין פאר ר' זלמן לייב?! אבער מ'ספינט ווייטער ווייל מ'מוז צייגן די קעלבער אז ר' זלמן לייב איז א שייגעץ (און פארגעסט נישט, דאס איז אלעס אין די צייט וואס מ'טראכט בכלל נישט פון דעם ר' זלמן לייב, מ'איז בלויז ביזי ווי שטארק, גרויס און מעכטיג ר' אהרן איז). ‎​
 
נאכן זען אז פון דרייען אין אלע ריכטונגען קומט מען נאכאלץ נישט אן צום ציהל, הייבט מען אן ספינען אז ר' זלמן לייב איז גאר געגאנגען ווייל ער האט געוואלט מ'זאל אים פאטאגרעפירן. איי דו ווייסט דאך אויך אז פון ר' זלמן לייב איז קיין בילדער נישט דא, און דאס וואס דער קלצקין איז גוט מיט לייבל פעפער און די אנדערע בעלי בתים פון בקהילה/העולם החרדי איז געווען די סיבה פארוואס די בילדער זענען אריינגעפארן דארט?! אבער מ'וועט דאס פארשווייגן, און ווייזן פאר די גאס אז ר' זלמן לייב איז דער עכטער פיקטשער רבי, בשעת ווען פון ר' אהרן איז דא בילדער יעדן איינציגסטן טאג פון מודה אני ביז נאך המפיל, אבער דאס איז גארנישט. א היפאקריט איז ר' זלמן לייב פארן אריינשיקן בילדער צום העולם החרדי וואו ער איז מסדר קידושין ביי דעם מסור קלעצקין, וואס מאכט חתונה א.. טאכטער. ‎​
 
יעצט שריי ווייטער ר' זלמן לייב היפאקריט, צבוע, מסור וכו', און נאך פערציג טעג ברציפות שרייען די נוסחאות איז ר' זלמן לייב אויס רבי. בדוק ומנוסה. ‎​
 


תוקן על ידי געלעכטער ב- 27/06/2011 08:46:54

wowowowo » 28/6/2011 21:42

צאתכם לשלום
וויליאמסבורג= מיט ווארעמע געפילען האט זיך כלל ישראל יושבי אמעריקא געזעגענט פונעם גרויסען גאסט מרא דארעא ישראל ה"ה כ"ק מרן גאב"ד ירושלים עיה"ק נאכדעם ווי דער גאב"ד האט דא אפגעשטאט א באזוך לרגל שמחה במשפחתו ווי דער גאב"ד האט באשיינט בראש השמחה.
קרוב צו צוויי וואכען האט דער גרויסער גאסט פארברענגט דאהי ווי ער איז איבעראל אויפגענומען געווארען מיט גרויס כבוד.
היינט דינסטאג צופרי און אזוי אויך אלע טעג וואס דער גאב"ד שליט"א האט זיך געפונען און וויליאמסבורג. האט ער געדאווענט תפילת שחרית אונעם ביהמ"ד סאמבור- אליק אויף וואלאבוט סטריט בראשות מחותנו המרא דאתרא הגה"צ רבי אהרן זאב מאליק שליט"א ווי עס איז במשך די צוויי וואכען פונעם באזוך געווארען א ציצואונגס פלאץ פארן גרויסען עולם. וואס האבען געוואלט כאפען א בליק אויפן מרא דארעא דישראל. ווי אויך לברך ולהתברך.

היינט תיכף נאך תפילת שחרית האט זיך דער גרויסער ציבור ווארעם אפגעזעגענט פונעם גרויסען גאסט מרן הגאב"ד שליט"א וואס האט באשיינט דעם מזרח וואנט פונעם ביהמ"ד במשך שהותו כאן.

בברכת כי מלאכיו יצוה לך איז דער גאב"ד ארויסבאגלייט געווארען לדרכו.

האנדא » 28/6/2011 22:03

חסדי ה' אז דער גאב''ד פארט שוין א היים, עס וועט זיין פנה הודה, פנה זיוה, פנה תפארתה!

געלעכטער » 28/6/2011 22:34

יו בעט די אהרונים פרייען זיך. דאס מאל האט דער גאב"ד געמאכט נאר טראבל. ער האט פארגעלערנט פרק אין סאטמאר ביהמ"ד אין בארא פארק, טראץ די אומגעהויערע דרוק וואס מ'האט געלייגט אויף אים אז ער זאל נישט. ער איז געגאנגן צו א שמחה אין סאטמאר ביהמ"ד אין קרית יואל וואו ער האט זיך געטראפן מיט אלע מהרסים, און זיך אויפגעשטעלט מלוא קומתו פארן שארמאשער רב שליט"א.

א ווינדער דער בלאט האט זיך פארהוילן פונעם גאנצן באזוך די פאריגע וואך?!

יעצט האנדא זאג נאכאמאל, פנה הודה זיווה והדרה...

FiveBoro » 28/6/2011 22:37

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
טראץ די אומגעהויערע דרוק וואס מ'האט געלייגט אויף אים אז ער זאל נישט.

אלס איינער וואס פארלאנגט אלעמאל הארטע 'פרוף', וולאטסטו אויף דעם אויך געדארפט האבן עפעס.
בלאט: 1 2