מזל טוב! פעדעראלער קארט האט אנגענומען דעם קרית יואל קלאגע,
52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2899845
מר' רעקאף ה' ירים הודו
האט ב"ה אנגענומען דעם קעיס!
האט תיכף פארארדענט אויף זיין ערשטע סעסיע
פאר קומענדן JUNE 29
תוקן על ידי 1satmar ב- 20/06/2011 21:59:15
לויט ווי איך הער איז ער געווארן עסיינט אויף דע קעיס אבער ס'מיינט נאכנישט אז סוף כל סוף בלייבט דעס א קעיס די מוסרים האבן נאכנישט ארייןגעבען זייער קראס מאשען אז מזאל עס ח"ו ארויס ווארפן מ'דארף נאך גרויס רחמים שמים אידן זייט מתפלל אז די שלוחי ציבור זאלן מצליח זיין
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
איז ער דער זעלבער ריכטער ווי די חרדים קעיס?
דאס איז גאר גינסטיגע נייעס פאר אחב"י תושבי קרית יואל, כן יעזור ה' להלאה דער קעיס זאל זיין מיט א שטארקע סוקסעס!
אדאנק פארן מעלדן די פרייליכע נייעס!
איך באמערקט יעצט אז דער קעיס איז אנגעקומען קיין מאנהעטען. דאס איז לכאורה גוטע נייעס ווייל א מאנהעטען ריכטער האט נישט קיין שום נגיעות צו די ווילידזש אוו קרית יואל.
בין איך גערעכט?
יא, מר. רעיקאף איז דער אלטער שופט. דאס איז גוטע נייעס ווייל בדרך הטבע איז גאראנטירט בעז"ה אז ער וועט עס אננעמען.
דאס איז אבער אויך אומגיסטיגע נייעס, ווייל אנאליסטן האלטן אז ער וועט ענדערש סעטלען אויף א געלט שטראף (טאקע מיליאנען, אבער דאך). און עפענען די רעביצין. ענדערש ווי א נייער אינגערער ריכטער.
לב מלכים ושרים ביד ה'.
| אומזיסט כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | יא, מר. רעיקאף איז דער אלטער שופט. דאס איז גוטע נייעס ווייל בדרך הטבע איז גאראנטירט בעז"ה אז ער וועט עס אננעמען.
דאס איז אבער אויך אומגיסטיגע נייעס, ווייל אנאליסטן האלטן אז ער וועט ענדערש סעטלען אויף א געלט שטראף (טאקע מיליאנען, אבער דאך). און עפענען די רעביצין. ענדערש ווי א נייער אינגערער ריכטער.
לב מלכים ושרים ביד ה'. |
|
וואס איז אזוי שלעכט אז ער וועט נאר סעטלען?
SatmarNias: UPDATE: Its the same judge who was by the case from Charidem, He said now he want a trial in November. BSHIM HASHEM NASHE VNATZLUACH.
איינער האט א פיקטשער פינעם דזשאש ?
ב''ה פאר דעם, איך האב מיך געזארגט אז דער ריכטער וועלן עס ארויסווארפן אויב האט ער עס אנגענומען איז עס א גרויסע דורכברוך
ויה''ר שחפץ השם בידינו יצליח
וועם גייט אן אז ער וועט "נאר" סעטלען? די בני יואל האלטן דאך נישט ביים פירן די ווילידזש, צווישן אונז גערעדט.
שששש.... עס איז דא ארונים וואס דרייען זיך דא
| Satmar90 כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | איינער האט א פיקטשער פינעם דזשאש ? |
|

http://graphics8.nytimes.com/images/2005/01/02/nyregion/02judge.1841.jpg
The judge looks like yossi brach
די אהרונים פלאנען שוין אין פאל דזשאדזש רעקאף עפענט צוריק די רעבעצנס שוהל, דאס א נאמען צו געבן:
רעקאפס שוהל (אזוי ווי סאסמאנס שוהל) ......
אוי זענען זיי געריבענע חברה .....
תוקן על ידי קל_וחומר ב- 21/06/2011 02:41:26
עס איז א ביטערע געלעכטער צי זעהן ווי אין די ארוני פורום וויינען עטליכע ארונים אויף די לעצטערע אנטוויקלונגען מיט די טענה היתכן מיר מאכן א חילול השם.
די זעלביגע וואס האבן לאנגע יארן געמאכט דאס גענאר פון אונזער הייליגע רביס און פראבירט אונטערצוברענגען סאטמאר, זיי זענען געלאפן צום געריכט טאג איין טאג אויס אריינגעבן מסירות קעגן יחידים עכ"ד אפילו קעגן דעם אייגעענם רבי'ן מרן בעל ברך משה זצ"ל וואס דאס איז געווען די מכה בפטיש און געוויזען קלאר ווער עס זענען די אמת'ע חסידים/שונאים אין סאטמאר.
יעצט ווען מען נעמט לעגאלע שריט מיט א היתר בית דין - נישט פון א שיפלאד - וויינען זיי חילול השם.
[בילד – נישט אפגעהיט]BREAKING: Judge Rakoff accepted the federal case against the KJ Village and was send to judge Francisתוקן על ידי הדלקה ב- 21/06/2011 20:43:43
| הדלקה כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | BREAKING: Judge Rakoff accepted the federal case against the KJ Village and was send to judge Francis
|
|
וואס מיינט - was send to judge Francis?געוואלדיגע גיטע נייעס
JED RAYKOFF
בלייבט ווייטער דער שופט אויף דעם טרייעל צו אפשפארן דעם KJ VILLAGE
נאר האט אסיינט זיין געהילף שופט מר' פרענציס אויף דיסקאווערי
דער שופט מר' פרענסיס איז באוויסט פאר זייער שטארקער שופט
וואס וועט איה"ש שטארק אינפארסירן
אלע דיסקאווערי און די EBT פון אלע חלקים פון די עוולות און די גניבות
פון ווילידש וואס זיי האבן כסדר באהאלטן פון דעם ציבור
תוקן על ידי 1satmar ב- 21/06/2011 21:36:14
| 1satmar כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | JED RAYKOFF
בלייבט ווייטער דער שופט אויף דעם טרייעל צו אפשפארן דעם KJ VILLAGE
נאר האט אסיינט זיין געהילף שופט מר' פרענציס אויף דיסקאווערי
דער שופט מר' פרענסיס איז באוויסט פאר זייער שטארקער שופט
וואס וועט איה"ש שטארק אינפארסירן
אלע דיסקאווערי און די EBT פון אלע חלקים פון די עוולות און די גניבות
פון ווילידש וואס זיי האבן כסדר באהאלטן פון דעם ציבור
תוקן על ידי 1satmar ב- 21/06/2011 21:36:14
|
|
זייט אונז ביטע מסביר וואס איז געווען נעכטן, לכתחילה מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר, פארוואס האט ער היינט צוגענומען נאך א ריכטער צום קעיס?
אזוי אויך האב איך נעכטן געזען א אימעיל פון איינע פון די גרויסע קעפ אין ווילידזש איז ער מסביר אז א פעדעראלער קעיס קען יעדער עפענען און ער באקומט אפילו א קעיס נומבער, מ'שטיינס געזאגט ביי דעם שטאפל ווארפט מען נאך קיינעם נישט ארויס פון די טיר, הערשט June 29 וועט מען זען צי דער קאורט נעמט דאס טאקע אן. וויל איך פרעגן איז די היינטיגע אויפנעמען א געהילף ריכטער א סימן אויף עפעס פארשריט?
אדאנק פון פאראויס.
1), היינט איז די זעלבע ווי נעכטן!
נאר אזוי ווי ער קען שוין די קרימע קעפ פון די חברה רויבערס!
האט ער תיכף באשטעטיגט א געהילף שופט וואס זאל שוין שטיין על המשמר אז זיי זאלן מיזן געבן דין וחשבון על כל פרט ופרט, אין זיי זאלן נישט קענען שלעפן מיט זייערע פאלטשע תרוצים נישט ארויס צוגעבן אלע מטמוניות, און באהלטן ביי די EBT
2), דער שופט האט קלאר געלאזט וויסן אז ער האט יא אנגענומען דעם קעיס, און ער האט שוין אויך תיכף באשטימט א דאטום פאר אלע לויערס וואס געווענטליך דויערט דאס 6 חדשים,
און אויך באשטעטיגט דעם ספעציעלן שופט פאר דיסקאווערי
וואס ווייזט קלאר אז ער וועט דן זיין מיט די חברה ווי עס דארף צו זיין
עד הסוף!!!!!!!!!!!!!!!!
א ישר כח פארן ענטפערן.
אוי! עד הנה עזרינו רחמך.. ואל תטשינו לנצח!
עס לאזט זיך נישט גלייבן אז היינט ג' קרח, פונקט א יאר נאך דעם היסטארישען פראטעסט פארענט פונעם הויז פון דעם טערעראריסט און מלשין אהרן טייטלבוים אין וויליאמסבורג, האלט מען שוין דא וואו מ'האלט ב"ה.
thanks for clarify
ווען מיינט איר גייט פון ריכטער ראקאף "ירום הודו" ווערן דזשאדזש מעדאף ימ''ש, אוי! איך קען קוים ווארטן אויף די קללות, דער כח פון חלומות און פאנטאזיעס איז געוואלדיג!, דער דזשאדזש בלייבט יא אויפן קעיס... ער האט נאר גענומען איינעם צו הילף.... אזוי ווי דער ברך משה האט נאר גענומען דעם רב צו הילף... כא... כא... כא... און אזוי ווי פאללאק איז איינס מיטן אלטן בית החיים... ס'איז נישט געווען קיין עולם ביית הכנסת ספר תורה אויף ראדני ווייל עס איז געווען הייס... יא, יא, דער מעכטיגער כח פון פאנטאזיעס!!! און די קעלבלעך גלייבן דאס נאך.
חברה מיר זענען אויף געבראטענע צרות - מוישעלע גיבט אונז לעקציעס אינעם יורדישען סיסטעם אזאש מיר וועלן בקרוב מוזען קעפיטעלירן,
מוישי'ניו - ביזט זייער קלוג אבער ביי אונז פעלט נישט אויס צו הייבן די געמיטער מיט פאלשע פראפעגאנדע, און יא אזוי ווי די הערסט דער שופט רעקאף (וואס אגב האט אויך פארפיגט אויף די מעדאף קעיס) האט דעזיגנירט א מאגיסטראט ריכטער זיך אפצוגעבן מיט די פרי טרייעל אישוס
http://www.lectlaw.com/def2/m057.htm
MAGISTRATE JUDGES
Judicial officers who assist U.S. district judges in getting cases ready for trial, who may decide some criminal and civil trials when both parties agree to have the case heard by a magistrate judge instead of a judge.
פארשטייסטו מיין פריינד, א דעקל קען מען פארציילן אלסדינגס, אבער פאר א נארמאלע מענטש איז דא א כלל אס מילתא דעבידא לגלוי' לא מישקרא ס'פעלט נישט אונז אויס צוזאגן ליגענט ווייל מיר קענען דערהייבן א דורכפאל...
א מאגיסטראט ריכטער איז אזא בחינה ווי א רב הצעיר פון פונעם (עפל) סיידער ביז חי' סיון...
משה'לע בוסט גערעכט. דער ריכטער יר"ה איז א מעידאף און דער געהילף איז אזוי ווי שלמה שמש צו יואלי קויפמאן. יעצט בוסטו שוין א געווינער.
משהלע, דעי סובדזשעקט האט אינגאנצן נישט צו דיר, ווייל וויאזוי עס זאל נאר זיין האט עטס מילא געוואונען און נישט סתם נאר מעכטיג, און דיינע קעגנערס האבן נאר אלעמאל פארלוירן און נישט סתם נאר טיעף טיעף.
זאג מיר דעם אמת משהלע, דו האלטסט אז סיז דא אמאל וואס עטס האטס יא פארלוירן, ס׳ באשטייט ביי ענק בכלל אזא זאך ווי פארלירן??
נעבעך, איינער א גרעסערער קעלבל פון צווייטן, וואס פאר גרויסער אקס דארף מען זיין צו סעלעברעיטן מיט א גרויסן מזל טוב ווען מען גיט אריין פעיפערס אין געריכט, הא?, איך האלט קלאר אז ס'איז נישא דא קיין טשענס אז איר גייט סיי וואס געווינען, יא ירום הודו, צו נישט ירום הודו, איך קען האבן א טעות? זיכער אז יא! אבער צו טאנצן לכה דודי מיט אריין געבן פאפירן, איז זייער קעלבעריש.
איך האלט טאקע זאלסט ענדערש טאנצן לכה דודי מיט דיין חבר קמץ בארד אז מ'זיצט נאך אין ווילידזש 24 שעה נאכן אריינגעבן די קלאגע.
און גלייבט מיר ער האט וואס צו טאנצן. אויב אין א וואך נאכן אריינגעבן די פאפירן איז שוין דא א ריכטער אויפן קעיס, אבער נישט סתם א ריכטער נאר דער זעלבער ריכטער ווי חרדים, און צוגאב האט ער שוין היינט אויפגענומען א געהילף ריכטער צו העלפן ריקאווערן ענקער שמוץ, מיין איך אז עטס קענסט טאקע טאנצן יעדן טאג וואס איר זענט דארט.
נו, וועלן מיר זען ווער עס וועט לענגער טאנצן!
משהלע דו וועסט זיכער טאנצן, אפילו דו וועסט זיין קוים מיט די נשמה אין די האנט, וועסטו טאנצן און שרייען ״אונז האמיר מעכטיג געוואונען״, אזוי ווי עטס פירטס ענק ביז היינט.
עע״ת. איך האב גיהערט פון קראנטע מקורות, אז די ווילידזש פירער זענען זייער נערוועז.
און איך האב געהערט פון קראנטע מקורות אז זיי לאכן פון ענק אין די פויסטן!!!, די קרעטשמע איז אפגעשפארט, דער בית החיים איז בידינו, און יאשקע מסור שרייט ווי א עגלה ערופה, וואס נאך דארפן מיר???
זעסטו משהלע ביסט גערעכט, ענק דארפן נישט מער ענק האבן אלעס, אבער אלעס, וסידור קידושין בכללם ועוד ועוד, נו פארוואס זאלט עטס נישט לאכן אין די פויסטן??.......
יעצט ערנסט גערעדט, איך זאג דיר פון קראנטע מקורות (א.ג.), זיי זענען זייער נערוועז, נישט אזוי ווייט אז עס וועט אינגאנצן געשפארט ווערן, נאר בעיקר אז זיי וועלן זיכער האבן געברענטע צרות.
ערענסט גערעדט, איך ווייס זייער קראנט אז זיי זענען בכלל נישט נערוועיז, זיי זענען זייער קאנפידענט אז זיי גייען געווינען, קיינער זיכט נישט קיין קלאגעס אקעגן זיך, ס'איז זיכער אז זיי וועלן האבן פלענטי קאפ פארדרייעניש אבער די ענד אוף דע דעי זענען זיי קאנפידענט אז זיי גייען האבן א ניצחון, און מען קען זיך רישן אויף נאך שרייענדיגע פאשקעווילן אז אברהם וויעדער איז א מסור, און מיר וועלן אי''ה זוכה זיין צו נאך א פראטעסט ווי כעזקל גאלד וועט שרייען מיט יאמערליכע קולות, אז אהרן טייטלבוים איז דער ס''מ (סאטמארער מנהיג!!!), מיר ק'ענען שוין קוים ווארטן.
| משהלע כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | ערענסט גערעדט, מיר ק'ענען שוין קוים ווארטן. |
|
האלט דיר נישט דעם אטעם, סיז נישט ווערט צובאגיין זעלבסטמארד פאר א דורכפאל
נארישע דיסקאשען!
'לעטס וועיט ענד סי'
דאנערשטאג פרשת קרח
דאס פאלגענדע האב איך באקומען פון טוויטער
Twitter @SatmarW: Update on case against KJ Village hired a 8 attorneys, 1 attorney for each person in the suit led be David Posner who is 1 of the biggest municipality lawyers, also Town of Monroe hired a separate lawyer
Also the 1st conference was pushed off 3 weeks
_______________________
קען איינער מסביר זיין פארוואס די "טאון אויף מאנראו" האט אויך אויפגענומען א לויער?
??
אפדעיט ק"י פעדעראל קאורט; פארגאנגענע פרייטאג האט ריכטער רעיקאף אפגעהאלטן א טעלעפאן קאנפרענץ מיט די לויער פון ביידע צדדים, די ארונים האבן פארלאנגט מ'זאל זיי געבן נאך צייט זיך ציצוגרייטן, די ריכטער האט זיי געגעבן צייט ביז JULY 14 וואס דעמאלטס וועט זיין די קאנפערענץ אויף אנצוהייבן די קעיס
מזל טוב דער שופט פולי אנגענומען דעם פעדעראן קעיס אויף שפארן ק"י
דער שופט האט ארויס געווארפן אלע טענות פון די קי לויערס
און פארארדנט זיך תיכף נעמען צי די ביינער און אן הייבן די דעפאזישין מיט דיסקאווערי און אויב ווילן זיי אריין געבן א מאשין טא דיסמיסס וועט דאס נישט צוריק האלטן פון אןגיין מיט דיסקאווערי
תוקן על ידי 1satmar ב- 15/07/2011 03:18:17
(משהלע
זענט איר די איינציגסטער ארויני אויפן פארום?
אדער אפשר דער איינציגסטער וואס פארשטייט נישט אז נישט אלעמאל לוינט זיך צו ענפערן?)
הרב רעיקאוו'ס שליט"א שטרענגען און קלארן ארדער דער היסטארישער משפט אויף אפצושניידן דעם שלאנג-די מושלי הרשעה פון כלל ישראל ביז 8 חדשים
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי 1satmar ב- 16/07/2011 02:27:07
וואס שטייט דא?
דא שטייט אז די ארונים האבן ביז היינט געוואונען, געוואונען יעצט, און וועלן ווייטער געוואונען .......
(גלייבסט נישט? פרעג זיי אליינס....)
וואס איז די אלעע דעיטס? ביטע שרייב איבער אלעס וואס גייט זיין ווען, מען קען נישט (עכ"פ אני הקטן) פארשטיין קיין איין ווארט.
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
דערווייל בלייבט דאס הייליגע בית המדרש ווייטער פארמאכט.