ר' מאיר הירש געדאווענט שב"ק אין ראדני
52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2899623
דעם שבת קודש האט ר' מאיר הירש געדאווענט אין ביהמ"ד דקהל יטב לב אין וויליאמסבורג, לרגל א שמחה אין זיין משפחה זיין ברודער העסקן הנגיד ר' יענקי הירש האט באווארפן זיין זיהן וואס גייט אי"ה בשעטומ"צ גיין אונטערן חופה די וואך.
ר' מאיר איז אויפגענימען געווארן מיט כבוד און עהרע ער האט באקומען א עלי' לתורה און האט אפילו געשנדר'ט א שיינע סכום פארן ביהמ"ד הגדול דערנאך האט ער זיך פריינדליך באגריסט מיט רבינו שליט"א און געגעבן די האנט.
נאכדעם פארשטייט מען נישט פארוואס ווען הירש שלאגט זיך מיט עקשטיין, בעקן אלע אהרונים דוד עקשטיין.
ר' מאיר איז באקאנט אלס א 'דזשענטל מען'
מורא'דיגע נייעס, ר' מאיר הירש איז געגאנגען צום באווארפן פון זיין ברודער, ביי די זאליס איז דאס א געוואלדיגער נייעס, ווייסט איר פארוואס? ווייל דער אקס מעכל שלעזינגער איז נישט געגאנגען צום שוהל פירן פון זיין אייניקל ווייל עס איז געווען אין הופפער, ראו מה בין בני לבן חמי,
און אפשר איז דער זון א אקס פארן טראגן א שמחה אין א פלאץ וואו ער ווייסט זיין טאטע וועט נישט קומען?
ניין די נייעס איז נישט אז ר' מאיר איז געקומען, נאר אז מען האט אים שיין מכבד געווען און ער האט געשנדר'ט געלט פאר די שוהל וואס מען האט געגנבעט פון רבי אהרן און איז לשיטת שמואל ווידער אסור צו דאווענען דארט און אויב איז נישט געניג האט ער נאך געהאט די חוצפה צי געבען די הענט פאר די רבי שליט"א וואס איז ר' אהרן'ס גרעסטע שונא.
שמואל יונה, ניין, דער זון איז דער אבי החתן, און ער האט טאקע געמאכט דעם באווארפן אין בית רחל וויסענדיג אז ער האט א טאטן א אקס וואס וועט נישט קומען צו זיין שמחה אויב איז עס אין א אהרוני בית המדרש, דער שול פירן האט געמאכט זיין מחותן דער אבי הכלה, און אינטרעסאנט דער שווער פון אבי החתן א גרויסער זאלי און שונא אהרונים איז יא געקומען צו זיין אייניקלס שול פירן, און דער שווער פון אבי הכלה וואס איז פון די הולכי הערכאות אקעגן די אהרונים האט אויך פארשטאנען אז בשעת שמחה מישט מען נישט קיין פאליטיק און איז געקומען דאווענען אין הופפער, אין וואונדער איבער ווינדער ער איז ארויס מיט גאנצע גלידער, "אונזער" יודעלע וויינשטאק האט עם נישט געשטויסן אין פנים, "אינזער" משה גבאי האט עם נישט אנגעשפיגן, און "אונזער" שלעגער מענדלאוויטש האט עם נישט אראפ געווארפן דעם שטריימל, ראו מה בין בני לבן חמי!!!
פון איין זייט זעה איך נישט די גרויסע נייעס אז מאיר הירש איז געקומען צו א ברידערס באווארפן אבער פון אן ארונישן אקסישן שטאנדפונקט איז יא א געוואלדיגע נייעס נאכדעם וואס זיי האבן א לאנגע היסטערי פון בויקאטירן שמחות פון אייגענע משפחה מיטגלידער סיי צוליב ווייל יענער האט זיך נישט צוגעשטעלט צו דעם דזשיגאן אדער ווייל ער האט חתונה געמאכט אין די נייע זאל וואס איז געאאסרט געווארן דורך דעם אקס קיבע מיט פארגעס.
| משהלע כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | שמואל יונה, ניין, דער זון איז דער אבי החתן, און ער האט טאקע געמאכט דעם באווארפן אין בית רחל וויסענדיג אז ער האט א טאטן א אקס וואס וועט נישט קומען צו זיין שמחה אויב איז עס אין א אהרוני בית המדרש, דער שול פירן האט געמאכט זיין מחותן דער אבי הכלה, און אינטרעסאנט דער שווער פון אבי החתן א גרויסער זאלי און שונא אהרונים איז יא געקומען צו זיין אייניקלס שול פירן, און דער שווער פון אבי הכלה וואס איז פון די הולכי הערכאות אקעגן די אהרונים האט אויך פארשטאנען אז בשעת שמחה מישט מען נישט קיין פאליטיק און איז געקומען דאווענען אין הופפער, אין וואונדער איבער ווינדער ער איז ארויס מיט גאנצע גלידער, "אונזער" יודעלע וויינשטאק האט עם נישט געשטויסן אין פנים, "אינזער" משה גבאי האט עם נישט אנגעשפיגן, און "אונזער" שלעגער מענדלאוויטש האט עם נישט אראפ געווארפן דעם שטריימל, ראו מה בין בני לבן חמי!!!
|
|
כ'זע דאך אז מאיר הירש איז יא ארוס מיט גאנצע גלידער. טא וואזשע איז די ראו מה בין בני לבן חמי?
אבער חיים אליעזר גראס איז ארויס צובאלט פון ענק!!! אדרבה, ברענג מיר איינעם וואס האט געכאפט שלעק אין הופפער... אין ראדני איז דא צענדליגע!
ר' משה גאבע האט מען געשלאגן און געוואלט הארגענען, וואו?
אלתר משה גאלדבערגער האט מען צעריסן און צעפליקט, וואו?
והחרון הכביד, דעם רבי'ן דעם ברך משה האט מען געציפט און געשטויסן בן פסח לשבועות מוצש"ק, וואו?
אין ראדני!!!! אדער אין קרית יואל ווען איר האט נאך באלבאטעוועט! אלעס פאר די הכתרה פון כ''ק רבינו שליט''א וואס איז געווען בשנת תשנ''ט, ווען מען האט זיך אפגעטיילט פון ענק.
גערעכט, משה גאבע האט מען געשלאגן אין קרית יואל ביהמ"ד תשנ"ה, נישט כ"ו ניסן תשס"ו.
הקיצור, קען יו אימעזשען?, מיכל שלעזינגער מאכט חתונה אן אייניקל, א אייגענע שמחה, און גייט נישט צו די שמחה, פארוואס? ווייל עס איז אין הופפער!, איי, וואס איז דער פראבלעם אין הופפער? האט מען דאס געגנבעט פון די זאליס? האבן די לישקע ארויס געגעבן א איסור דארט צו דאווענען? איז די וואסער דארט געזאלצן? איז דאס אין יומא אריזאנא? גיט מען דארט קאטשקע פלייש? וואס איז דארט דער פראבלעם, הא?,
| משהלע כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | הקיצור, קען יו אימעזשען?, מיכל שלעזינגער מאכט חתונה אן אייניקל, א אייגענע שמחה, און גייט נישט צו די שמחה, פארוואס? ווייל עס איז אין הופפער!, איי, וואס איז דער פראבלעם אין הופפער? האט מען דאס געגנבעט פון די זאליס? האבן די לישקע ארויס געגעבן א איסור דארט צו דאווענען? איז די וואסער דארט געזאלצן? איז דאס אין יומא אריזאנא? גיט מען דארט קאטשקע פלייש? וואס איז דארט דער פראבלעם, הא?, |
|
ווען איך האב נישט וואס צו ענטפערן, הייב איך אויך אן מיט א 'הקיצור'.
און אז מ'רעדט שוין, ר' מיכל שלעזינגער'ס זון מאכט חתונה און באשליסט אז פאר אים איז וויכטיגער פארטיי ווי זיין אייגענע טאטע זאל קומען צו זיין שמחה, און טראגט די שמחה קיין הופפער. אזוי האט אים זיין דזשיגאן רבי געלערנט, פארטיי קומט פאר אלעם. ווייל ווען מ'האט זיין דזישדאן געגעבן די ברירה אדער ארויס פון ערכאות אדער קומט דער טאטע צו זיין שמחה, האט ער אויך בעפארציגט בלייבן אין ערכאות לטובת הפארטיי.
תוקן על ידי שמואליונה ב- 19/06/2011 23:43:37
און ר' יושע לעפקאוויטש, ר' שמעי' ראזנער, ר' שמואל אהרן דייטש, ר' יחזקאל שווימער, ר' משה אברהם רוזנער ועוד, זענען נישט גענוג ערליכע זאליס? אדער זענען זיי נישא אזוי קלוג ווי מיכל שלעזינגער?
איך בין נישט דער ווארטזאגער פאר קיין איינע פון די אויבנדערמאנטע, אבער דאכט זיך אז א זיידע האט נאך אביסל רעכט צו פארלאנגן אז מ'זאל נישט טרעטן אויף זיינע געפילן, און אז פארן זון גייט דאס נישט אן מעג דער זיידע באשליסן אז כ'גיי נישט.
זאת ועוד, דאכט זיך אז ביים עטרת מאיר צבי זאל, זענט איר געווען די וואס האבן גערופן די זיידעס נישט צו גיין צו אייניקלעך'ס שמחות פאר פארטיי אינטערעסן.
תוקן על ידי שמואליונה ב- 19/06/2011 23:51:36
און וואס איז מיט דעם פילינג פון ר' אפרים שמואל פעלדמאן און פון ר' חיים שטערן? וואס דארט איז דאך דא אן איסור גמור לויט דעם פסק פון הייליגן דברי יואל, דארט איז נישט שייך קיין פילינגס? אדער איז דער תירוץ הא לן והא להו?
אויף דעם האב איך דיר שוין פריער געשריבן אז דער זיידע מעג אויסדרוקן זיינע פילינגס און דער זון האט די ברירה נישט צו פאלגן. אבער דעם זיידנס באשליס פון נישט גיין איז בארעכטיגט א הונדערט פראצענט.
האב איך געפרעגט זייער א נארמאלע פראגע, איז דען דא איסור צו גיין דאווענען אין הופפער, אדער איז דאס PURE פערדישקייט, מילא אין דעם טרפה'נעם האל איז דא איסור פון דברי יואל זי''ע, און די זיידעס זענען בארעכטיגט אנצונעמען דעם איסור, אבער אין האפפער איז דאך קיין איסור נישטא, אויב האסטו נישט וואס צו ענטפערן קענסטו סתם שרייבן דאס ווארט "הקיצור" און איך וועל פארשטיין אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן!
דעקעלע וויפל צאלט מען דיר פאר יעדע תגובה אדער האסטו א מנהג סתם אזוי צו פירקלן
זעסט שמואל יונה? דיין חבר ביידען האט דיך דערמאנט אז נישט גאס וואט "הקיצור" שרייבט מען ווען מעט נישט וואס צו ענטפערן, מען שרייבט דאס ווארט "דעקעלע" נו, שמואל יונה'לע, לעטס גו!
אפשר ברענגסטו מיר דעם איסור פון רבי'ן ז"ל אז מ'טאר נישט גיין צו די חתונה זאל עטרת מאיר צבי?
ווען דו וועסט מיר דאס ברענגן וועל איך דיר ברענגן א איסור פון רבי'ן ז"ל צו דאווענען אין הופפער.
די אונטערשייד איז איינס, די אלע אויסערדערמאנטע זענען אויסצושטיין צו כאפן שלעק
אבער פאר ר' מעכיל שלעזינגער דראט שלעק מיט גאר ערענסטע קאנסקאווענצן מצד די אהרונים
אזוי? מעכיל שלעזינגער פארדינט מער שלעק פון ישראל שמעי' ראזנער וואס איז פון די 9 מוסרים והולכים לערכאת?
| שמואליונה כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | אפשר ברענגסטו מיר דעם איסור פון רבי'ן ז"ל אז מ'טאר נישט גיין צו די חתונה זאל עטרת מאיר צבי?
ווען דו וועסט מיר דאס ברענגן וועל איך דיר ברענגן א איסור פון רבי'ן ז"ל צו דאווענען אין הופפער. |
|
טיפיקל זאלי ענטפער!!!
איך צווייפל נישט קיין איין סעקונדע אז דו קענסט פראדעצירן א איסור פון רבין זי''ע אויף הופפער, אויב האט איר געקענט פראדעצירן א איסור אויפן בלאט, א איסור אויף שערי חמלה (עבודה זרה), א איסור אויף מהודר'דיגע ווייץ פון אריזאנא (חמץ גמור), א איסור אויפן 30 יעריגן עירוב אויף ראדני (מחללי' מות יומת) , איז א איסור צו דאווענען אין הופפער א קלייניקייט!!!
קום אהער טיפש'ל מיינער, אפשר ברענגסטו א איסור פון דברי יואל אז מען טאר נישט גיין וועלן פאר ישראל ביתינו, אדער פאר ש''ס, איך מיין אז אזא איסור עקזעסטירט נישט, אלזא איז גאר מותר צו גיין וועלן פאר די דאזיגע פארטייען, הא? דער רבי האט פלעין געזאגט אז מען טאר נישט גיין צו די בחירות, פונקט ווי ער האט נאר פלעין געזאגט אז סידור קידושין בלי רשות פון מרא דאתרא איז פסול, (און אז רבינו שליט''א איז מרא דאתרא איז דאך דא א קלארער בריעף פון בית דין הגדול שבירושלים)
אוטש! אזא אטאקע... איך האב דיר געבעטן א מורא'דיגע גלאטע טובה, צייג מיר ביטע דעם איסור פון רבי'ן ז"ל צו גיין צו די זאל. ווער איך שוין דיין טיפוש, ישראל ביתינו, שערי חמלה וכו'. איך בעט דיך נאכאמאל מיט אן ערענסטקייט, ווייז מיר דעם בריוו פון רבי'ן ז"ל, אפשר וועל איך תשובה טון.
איין מינוט נאכדעם ווי די ווייזט מיר דעם איסור פון רבין צו גיין שטומען פאר די פארטיי קדימה, אה-קיי?.
און באליידיג דיך נישט, ווייל טיפש איז א מליצה ישרה פארוואס דו פארשטייסט נישט...
נאר צו דערמאנען,
איך בין מעתיק איין שורה פון די תקנות הפארום:
3) אפגעבן כבוד פאר א צווייטן ניק, און מכבד זיין זיינע דיעות.
פאר וועם עס איז צו שווער אויסצופאלגן איז מכובד צו גיין זוכן א צווייט פלאץ. ההנהלה
בוסט גאר געריבן, און כ'פארשטיי נישט דיינע חכמות. האסט געשאסן א באמבע אז חיים שטערן מיט אפרים שמואל פעלדמאן האבן רעכט זיך נישט צו באטייליגן ביי א אייניקעל'ס חתונה אין עטרת מאיר צבי וויבאלד דער רבי ז"ל האט דאס גע'אסר'ט, האב איך דיר געבעטן א בריוו פון רבי'ן ז"ל אז דער חתונה זאל איז אסור. דערווייל האב איך שוין באקומען פון דיר משלים, קללות, טיטלען, אבער קיין ענטפער האב איך דערווייל נישט באקומען.
האב איך דיר מסביר געווען אז ס'איז נישטא קיין איסור פון דברי יואל אז מען טאר נישט חתונה מאכן אין דעם דאזיגן זאל, ווילסט וויסן פארוואס? וועל איך דיר מסביר זיין ווי פאר א שערי חמלה פאציענט, ווען דער רבי זי''ע איז געווארן נפטר איז נאכנישט געווען דער האל, אבער עס עקזעסטירט א פסק פון הייליגן דברי יואל אז א סידור קידושין בלי רשות המרא דאתרא איז פסול, (אויב ווילסטו דעם בריעף, בעט, און איך וועל דאס ארויף לייגן), פונקט ווי עס איז נישטא קיין איסור פון רבי'ן זי''ע צו גראבן אין אשקלון און אין יפו, איז נישטא קיין פסק אויף דעם האל ספעסיפיק,
משה'לע דעם זאל איז ענק נישט געלונגען צו פארדרייען, אבער יא עס איז דיר געלונגען צי פארדרייען דעם אשכול.
| משהלע כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | האב איך דיר מסביר געווען אז ס'איז נישטא קיין איסור פון דברי יואל אז מען טאר נישט חתונה מאכן אין דעם דאזיגן זאל, ווילסט וויסן פארוואס? וועל איך דיר מסביר זיין ווי פאר א שערי חמלה פאציענט, ווען דער רבי זי''ע איז געווארן נפטר איז נאכנישט געווען דער האל, אבער עס עקזעסטירט א פסק פון הייליגן דברי יואל אז א סידור קידושין בלי רשות המרא דאתרא איז פסול, (אויב ווילסטו דעם בריעף, בעט, און איך וועל דאס ארויף לייגן), פונקט ווי עס איז נישטא קיין איסור פון רבי'ן זי''ע צו גראבן אין אשקלון און אין יפו, איז נישטא קיין פסק אויף דעם האל ספעסיפיק, |
|
אה פיין! דאס האב איך טאקע געוואלט הערן. ווייל פון דיינע ווערטער האט מיר עפעס אויסגעקוקט ווי עס איז יא דא א ספעציפישער איסור פון רבי'ן ז"ל אויף דעם זאל, דעריבער האב איך געוואלט טאקע הערן צי ס'אמת, ווייל אויב יא בין איך דא געוואויר געווארן א דבר חדש. זאגסטו אבער אז דו רעדסט לגבי דעם בריוו פון רבי'ן ז"ל וועגן סידור קידושין בלי רשות המרא דאתרא. פיין. אויף דעם וועל איך דיר ענטפערן אז ס'דא צוויי בריוון פונעם ברך משה וואו ער שרייבט קלאר אז בתור מרא דאתרא פון די שטאט קרית יואל גיבט ער רשות פאר זיין זון ר' זלמן לייב צו מסדר קידושין זיין אין די שטאט, ממילא איז קיין רשות פראבלעם נישט פארהאן. איז אפשר בוסטו מיר יעצט מסביר וואספארא איסור ס'דא פון רבי'ן ז"ל צו גיין צו א שמחה אין דעם זאל, און דערנאך וועל איך דיר ברענגן - ווי פון פריער אפגעשמוסט - א איסור פון רבי'ן צו דאווענען אין הופפער.
אלל רייט!!! מיר האלטן אויף א וועג, שמואל יונה פארשטייט שוין אז מיר רעדן פון א פסק פון הייליגן דברי יואל זי''ע ווי ער שרייבט בכלליות אז א סידור קידושין שלא ברשות המרא דאתרא איז פסול, און אין דעם זעלבן פסק שרייבט ער גאר שארפע לשונות אויף די משתתפים, יעצט וויל דער שמואל יונה אפווענדן דעם גאנצן פסק מיט עפעס א פאברעצירטן בריעף פון ברך משה אין די צייטן ווען ער האט שוין נעבעך נישט געוויסט בין ימינו לשמאלו, ער האט פאר דעם שרייבער פון די שורות געזאגט אמאל אז ער דאווענט כמעט יעדן טאג אין די ישיבה גדולה אין קרית יואל, בו בזמן וואס ער איז שוין נישט דארט געווען אריבער צוויי יאר, און מיט דעם וויל ער מבטל זיין א קלארן פסק פון הייליגן דברי יואל, און למען האמת, שמואל יונה איז בארעכטיגט צו טראכטן וואס ער וויל, און עס איז מעגליך אז אויף יענע וועלט ווען ער וועט ענטפערן אויף די פראגע היתכן ביסט געגאנגען אדער גאר חתונה געמאכט אין א האל בניגוד פון פסק פון הייליגן דברי יואל, וועט ער ענטפערן אז ער האט א בריעף פון ברך משה, און מעיבי וועט מען דאס אנעמען, אבער איז דען נישט רבי געציל שליט''א וואס דער רבי זי''ע האט עם ממנה געווען צו זיין דיין ומורה הוראה אין זיין שטעטל בארעכטיגט צו האלטן אנדערשט? איז ר' אפרים שמואל פעלדמאן און ר' חיים שטערן בארעכטיגט אנצונעמען דעם פסק פון דברי יואל כפי דעת רבי געציל שליט''א? אתמהה!!!.
אגב, צו וואס ברויכסטו דעם נארישן געפעלטשטן בריעף פון ברך משה זי''ע, קענסט סתם זאגן אז דער פסק פון דברי יואל האט שוין עקספייערט פונקט ווי דער איסור אויף די בני יואל פון הייליגן ברך משה און פון בית הגדול שבירושלים, וואס האט אוטומאטיש עקספייערט, און פונקט ווי דער איסור פון ויואל משה צו גיין אין בית המשפט הציוני האט עקספייערט האט אויך דער איסור פון נישט מסדר קידושין זיין שלא ברשות המרא דאתרא עקספייערט,
והשתא דאתינא להכא, לאמיר זען א איסור פון דברי יואל אדער פון סיי וועם צו דאווענען אין הופפער, סיי א עקזעסטירענדער איסור, און אפילו א עקספייערט איסור, אדרבה לאמיר זען, פארוואס מיכל שלעזינגער האט זיך נישט משתתף געווען ביי די שמחה פון זיין אייניקל ווייל עס איז געווען אין הופפער,
| משהלע כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | ............... ווי דער איסור אויף די בני יואל פון הייליגן ברך משה און פון בית הגדול שבירושלים, וואס האט אוטומאטיש עקספייערט, ............... |
|
סאיז אינטעראסאנט ווי דער זאגט עס איבער מיטן גאנצן ברען אפשר זעסטו ווי בי"ד אסר'ט בני יואל די זעסט סיי ווי די ווארט בני יואל אדער אז מטאר נישט עפענען נאך מוסדות אין ק"י?!
[בילד – נישט אפגעהיט]וואס זאל איך טון אז KJ קען נישט קיין לשון הקודש און פארשטייט נישט וואס עס מיינט "וכל שכן שחלילה לסייע באיזה אופן שהוא לכל מוסד או מפעל שנותן יד במשרין או בעקיפין להחליש או להרוס את מוסדות הקדושים" אדער וועט ער קומען מיט א פשעטיל ווי זיין פארגייער שמואל יונה און פרעגן מיט תם אוואטע פארגלייזטע אויגן "ווי שטייט אז בני יואל איז אסור" און איך וועל עם פרעגן די זעלבע פראגע, ווי שטייט אז מען טאר נישט טראגן מיטן עירוב אויף בעדפארד עוועניו?, פערדישקייט האט אויך א גרעניץ.
איך האף אז די בוסט געניג קליג פאר דיר אליין צי וויסען אז די האסט מיר נאך נישט גענפערט
ר' געציל איז בארעכטיגט צו האלטן אנדערש, (האב איך אבער נאך אויך נישט געזען קיין בריוו פון ר' געציל מיט א איסור השתתפות אין דעם זאל), און דער בי"ד פון קהל יטב לב ד'סאטמאר איז בארעכטיגט אנצונעמען דעם פסק פון מרן בעל ברך משה ז"ל אז ר' זלמן לייב האט די פולע רעכטן צו מסדר קידושין זיין. זע איך נאך אלץ נישט דעם איסור פון רבי'ן ז"ל צו גיין צו א שמחה אין דעם זאל.
משהלע מיש נישט אריין קיין עירוב, ווי שטייט דא אז בני יואל מוסדות זענען אסור?
אבער בלייבט נאך אלץ שווער די קשיא, פארוואס איז מעכיל שלעזינגער נישט געגאנגען צו די שמחה פון זיין אייניקל? ווען אפילו די לישקע רבנים האבן דאס נישט געאסרט?,
אה יעצט הייבסטו אן רעדן ווי א מענטש. מיר זענען שוין צוגעקומען צו די מסקנא אז נישט אויף עטרת מאיר צבי און נישט אויף הופפער שול איז דא א איסור אריינצוגיין, נאר פארוואס דען האבן די זיידע'ס ווי ר' מיכל שלעזינגער, אפרים שמואל פעלדמאן און חיים שטערן באשלאסן נישט אריינצוגיין אהין? איז דער תירוץ ווייל זייער געפיל לאזט זיי נישט. נו, אויף געפילן קענסטו נישט פרעגן קיין קשיות.
שמואל יונה'לע מיר האבן דאך שוין מסכים געווען אז לויט די אהרונים איז דא א קלארער פסק פון הייליגן דברי יואל וואס אסר'ט דעם זאל און זיך דארט משתתף זיין ביי שמחות, דו האלסט אז ס'איז נישט אסור מאיזה תירוץ שיהי', און די אהרונים האלטן אז יא, נו, איז דאך נאר רעכט אז ר' אפרים שמואל פעלדמאן און ר' חיים שטערן וואס האבן יא אנגענומען דעם איסור, האבן זיך טאקע וועגן דעם נישט משתתף געווען ווייל לויט זיי איז עס אסור בתכלית האיסור, אבער אין הופפער איז לויט קיינעם נישטא קיין איסור, נישט פון דעם דיין פריעדמאן, נישט פון שארמאשער, נישט פון גאלד, נישט פון די לישקע, און נישט פונעם גז''ל, נו, פארוואס איז מעכל שלעזינגער נישט געקומען צו זיין אייניקלס שמחה, איז ער א גרעסערער מהדר און מחמיר פון ר' יושע לעפקאוויטש, צו ר' שמעי' ראזנער?, אדער איז ער סתם אזוי קלוגער פון זיי?, וואס איז דער טעם?
משהלע נאכאמאל, מעכיל האט מורא געהאט אז דו וועסט איהם טעריזירן, כדרככם בקודש ...
סוף כל סוף איז ער מער עקטיוו אין די זאלי פארטיי, ווי דעי אנדערע, האט ער ״ליידער״ גענוג וואס מורא צו האבן פון די רוצחים אין הופפער.
ערגער פון ישראל שמעי' ראזנער? וואס האט געקלאגט די אהרונים אין קארט, איז מעכל ערגער פון עם? בכלל, האט שוין עמעצער אמאל געכאפט שלעק אין הופפער? און פארוואס דווקא אין הופפער האט ער מורא? קען מען עם נישט כאפן אויף די גאס און אן בא-מקל'ן? אויב פילט ער אז ער דעזערווט שלעק, דארף ער זיך באהאלטן און זיך בכלל נישט דרייען אויף די גאס, עפעס שטומט עס נישט.
משהלע,
מעכל איז מער א געבויגענער ווי שמעי׳,
און אין הכי נמי ער ציטערט צו גיין אויף די גאס אזוי ווי הונדערטער אנדערע ציטערן פון ענק, נאר מען האט נישט קיין ברירה,
אבער אריינגיין אין לייבן גרוב, דאס פעהלט איהם זיכער נישט אויס.
משהלע,
חוץ מזה, וואס ר׳ מעכל האט באקומען פאר יענעם שבת אן אנאנימע ווארענונג נישט צו וואגען אריינצוטרעטן אין הופפער.
און דאס זעלבע ווארענונג האט שמעי׳ באקומען, נאר ער איז נישט אזא פחדן, ער קען זיך אליין פארטיידיגן. עע״ת.
חמץ, אויף אידיש הייסט דאס א אקס, אויף ענגליש הייסט דאס א טשיקן, און אויף לשון קודש סתם א טיפש.
סאו וואס איז די קשיא אויף מאיר הירש, אויף ראדני איז דאך אויך נישטא קיין איסור פונעם רבין זצ"ל, און אפילו פון ר' געציל שליט"א, אריינצוגיין?
איינער געדענקט די איסור פון בלאט אז וועגן תפילה גזולה?
| מאטעלע כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | סאו וואס איז די קשיא אויף מאיר הירש, אויף ראדני איז דאך אויך נישטא קיין איסור פונעם רבין זצ"ל, און אפילו פון ר' געציל שליט"א, אריינצוגיין? |
|
אמת, פאר די גנבים איז עס תפילה במקום גזול, אבער ר' מאיר מעג דאך דארט דאווענען, ער איז דאך פון די נגזלים.