ברוך דיין האמת ראש ישיבה לעצערען ז"ל
הצדיק אבד
מיט גרויס צער האבן היינט טויזענטער אידן אין לוצערן און אין ארה"ק באגלייט למנוחות הגאון הישיש מזקני ראשי ישיבות בדורינו רבי יצחק דוב קאפעלמאן ז"ל וועלכער איז אוועק פארגאנגענעם ליל שב"ק בכניסת השבת אין טיעפן עלטער פון 106 יאהר.
דער לוצערן'ער ראש ישיבה האט זוכה געווען מעמיד צו זיין אלפים תלמידים פון די ישיבות וואס ער האט נאך געפירט אינדערהיים פאר די קריג און דערנאך ישיבת שערי יושר אין אמעריקא און דאן אין שווייץ וועלכע די בארימטע ישיבות שטייען נאך ביזן היינטיגן טאג.
טוזיענטער האבן באגלייט די מיטה ביי די לוי' אין ירושלים עיה"ק ווי עס האבן מספיד געווען הגאון פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א און דערנאך תלמידו הנאמן הרה"ג ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א, דאן איז דער נפטר געפירט געווארן צום הר המנוחות ווי ער איז געקומען לקבורה.
-זכר צדיק לברכה-
•♦•
הגאון הישיש ר' יצחק דוב קאפעלמאן זצ"ל ראש ישיבת לוצערן
מיט מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע
ביי א באזוך ביים רבי'ן זי"ע אום חוהמ"פ

הגאון הישיש ר' יצחק דוב קאפעלמאן זצ"ל ראש ישיבת לוצערן
מיט יבדלחט"א מרן רבינו שליט"א
בעת דער רבי שליט"א האט באזוכט ביים ראש ישיבה ז"ל אין מאנסי
בשנת תשס"ה העעל"ט
דער ראש ישיבה ז"ל האט מכבד געווען דעם רבי'ן שליט"א זיצן אויף זיין שטיל

