עס הערשט א שטיל-שווייגעניש. נישטא קיין מחאות אין בלאט, קיין פאשקעווילן אין קרית יואל, קיין פאני-קאל'ס אינמיטן נאכט, מ'שרייט נישט נאך קיין קאפל'ס אויף די גאס. אבער טראץ דעם שמייסט די אהרונים, ובראשם דעם דזשיגאן עם הארץ, דעם פאקט אין פנים אז די וואך איז פארגעקומען אין דעם קרעציגן/פארשאלטענעם/אין חרם געלייגטער זאל דריי חתונות!
עס לאזט זיך נישט גלייבן אז ווייניגער ווי א יאר נאך וואס לאוב מיט ר' געציל האבן ארויסגעגעבן זייער שטורעמישער דעת תורה און גע'אסר'ט סידור קידושין אין עטרת מאיר צבי, האלט שוין היינט דער צאל חתונות ביי קרוב צו דרייסיג אדער שוין אפשר איבער דרייסיג, און אין די וואך אליינס איז געווען דריי חתונות. אבער כדי נישט צו צוברעכן די מוחות קטנים פארציילט מען זיי דאס נישט, און מ'שפילט בת היענה כאילו דער זאל איז שוין אפגעשפארט.
זעהט אויס אז דער פעדעראלער קאורט האט זיי יא אפגעשראקן...
דער הייליגער שיניאווער רבי שליט"א און דער זישקעווער רבי אין בני יואל
איך האב געפרעגט א ארוני חלה דעקל וואס ער זאגט צו דעם אז די זאל איז ב"ה געווארן א פאקט און רוב מענטשן דערשרעקן זיך נישט פון די ארונישע טעראר וואס פלעגט אמאל ווארפן א פחד אויף יעדן וואס איז נישט געגאנגען אין שפאן מיט זיי, ער שלעפט ארויס א בלאט פון זיין טאש און ווייזט מיר די דריי בילדער פון די פראנט פעידזש און זאגט מיר קוק קוק....! הערשט יעצט האב איך שוין פארשטאנען די פשט פון דעם פיקטשער אויפרייס פון צייט צו צייט.
זעהט אויס אז די וואך האט אויסגעפעלט דריי בילדער קעגן די דריי חתונות.
אהרונים בלייבן אהרונים. פארפאלן. זעענדיג זייער דורכפאל פאריגע וואך ווען עס איז פארגעקומען דריי חתונות אינעם עטרת מאיר צבי זאל, האבן די אהרונים צוריק ארויסגענומען פון שאפע זייער אלטער מיטל וואס רופט זיך טעראר.
היינט קומט די נייעס אז זיי האבן אפגעזאגט א מלמד הרב ה.ט. פון זיין פאסטן, פארן חטא פון גיין צו א משפחה חתונה אין עטרת מאיר צבי.
נעבעך... איך הייב אן טראכטן אז דעם דזשיגאן'ס אייניקל (וואלאווע) איז נישט ארויסגעווארן געווארן אויך פאר דעם סיבה......
ווער זענען געווען די מסדרי קידושין די לעצטע וואך דארט?
שששש.. סוד גדול: היינט נאכט גייט זיין דער טריפה'נער האל ליידיג און טינקל, און א גרויסער הייסער בני יואל מאכט חתונה אין מאנסי, ווייסט איינער פארוואס? [בילד – נישט אפגעהיט]
יא יא, ער האט ״ליידער״ מורא אז משהלע וועט איהם טעראזירן!
ב.ד.וו. די סיבה איז ווייל די כלה ארבעט ביי יענע זאל, און זי באקומט עס ביליגער. (עם עקש תתפתל).
די האל אין מאנסי ביליגערהייט איז טאפעלט אזוי טייער ווי ענקער טריפה'נער האל, סא, דיין תירוץ איז "מלוחים מאוד..."
דו ווייסט וויפיל זיי צאלן?
חחחח.. א פרישע געוואונס פאר די אהרונים, היינט איז "נישט דא" קיין חתונה. חסדי ה' אז מיר האלטן שוין ביי אזאכע געוואונסן.
שמואליונה גוט געזאגט, די געוואונסן טוישן זיך לויט די וועטער
העכסטנס קוקט מען אויף די ״כלי״, קען מען זעהן די וועטער אויך אויף א לאנגע צייט צוריק, און מען קען זיך אליין איבערצייגן........
| משהלע כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | שששש.. סוד גדול: היינט נאכט גייט זיין דער טריפה'נער האל ליידיג און טינקל, |
|
דזשאסט פאר יור אינפארמעישאן: ליידער גייט היינט דער זאל עטרת מאיר צבי ווידעראמאל זיין פול און ליכטיג.
חחחח.. א פרישע געוואונס פאר די פורצי גדר, היינט איז "יא דא" דארט א חתונה. חסדי ה' אז מיר האלטן שוין ביי אזאכע געוואונסן.
יא דער נצחון איז געוואלדיג גרויס. איך רעד שוין נישט פון דעם אז דער זאל איז קאי וקיים, און עס זענען שוין דארט פארגעקומען צענדליגער חתונות אינעם עבר. נאר עס איז אונז א נצחון צו זען וויאזוי דער אלמעכטיגער סידור קידושין מערכה האט אנגעזעצט מיט א פראכט. נישטא מער קיין פאשקעווילן/פאני קאל'ס/נעמען אין בלאט/טעראר אויף די אינגע פאר פעלקער וכו'.
| שמואליונה כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | יא דער נצחון איז געוואלדיג גרויס. איך רעד שוין נישט פון דעם אז דער זאל איז קאי וקיים, און עס זענען שוין דארט פארגעקומען צענדליגער חתונות אינעם עבר. נאר עס איז אונז א נצחון צו זען וויאזוי נישטא מער קיין פאשקעווילן/פאני קאל'ס/נעמען אין בלאט/טעראר אויף די אינגע פאר פעלקער וכו'. |
|
איר גוט רשות צו נוצן אייער סטעיטמענט אין פעדעראל קארט?