היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » תולדות אהרן ציט צוריק

תולדות אהרן ציט צוריק

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2899281

outspoken » 16/6/2011 22:49

ל[בילד – נישט אפגעהיט]

ספרינטער » 16/6/2011 22:54

רח"צ מייזליש האט אויך צוריקגעצויגן, איז עס פאר די זעלבע סיבה?

outspoken » 16/6/2011 23:08

ספרינטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
רח"צ מייזליש האט אויך צוריקגעצויגן, איז עס פאר די זעלבע סיבה?


די חידוש איז, אז ער האט לכתחילה אריינגעמישט די נאמען תולדות אהרן (פאר אפאר דאללער )

לאנצוט » 17/6/2011 01:01

איך קלער אפשר,
דער בריוו איז מעגליך געפעלשט.
צוריקציען מוז גיין דורכ'ן געריכט.

אפשר איז עס א טריק, ווער ווייסט

כלהנערים » 17/6/2011 05:50

מ'קען זיך קוילערן ווי די פארלוירענע ארונים טאנצן פאר שמחה.. כ'האב אייך נייעס אז די ווילידש האט נישט געטשארדשט טעקס נאר פאר TA    ...... TA האט זיי געקלאגט ווייל די ווילידש האט נישט געוואלט גיין מיט זיי צו דין תורה ווי אידן, האט ער זיי גערופן אין קארט מיט א היתר בי"ד ווי א נארמאלער מענטש אין אזא פאל  אבער צו טעראר האט ער שוין נישט קיין כח האט ער צוריקגעצויגן, ס'דא א רייע מיט שוהלן וואס נעמן זייער גערן איבער דעם טעקס קלאגע,לדוגמא באדישעל'ער רב האט זיי אויך גערופן צו דין תורה און זיי האבן נישט געענפערט זיינע הזמנות ער האט נישט קיין שום פראבלעם ארויפצולייגן זיין נאמען אנשטאט תולדות אהרן

ספרינטער » 17/6/2011 07:27

איז דא עפעס א קול מחאה אין דער בלאט? אדער א קול ווידער ביילאגע?