היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » תולדות אהרן מרים יד בתורת משה קעגן סאטמאר!

תולדות אהרן מרים יד בתורת משה קעגן סאטמאר!

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2898606

פאפיטעס » 14/6/2011 00:48

אומגלויבלעך!

תולדות אהרן האט זיך משתתף געווען מיט די מוסרים ומלשינים פון קרית יואל ובראשם דעם מלשין יוסף וואלדמאן, און אריין געגעבען אינאיינעם די קלאגע קעגן קהלתינו און קעגן די ווילדטש אין קרית יואל.

תולדות אהרן האט א טענה אז מען האט אנגעהויבען רעכענען טעקס פאר זייער הויז וואס איז העכערן ביהמ"ד אין קרית יואל, ווי באוויסט האט די טאון מיטן ווילדטש די לעצטע יארן אנגעהויבען רעכענען טעקס פאר אלע הייזער העכער בתי מדרשים, און מען קען נאר אראפ רעכענען טעקס פאר די ביהמ"ד זעלבסט.

די געזעץ האט מען געמאכט אזוי ווי עס איז אין ניו יארק סיטי, אז מען קען נאר אראפ רעכענען די טעקס פון די בתי מרדשים זעלבסט, ווייל מען האט זיך דערזעהען אז 20 פארצענט פון קרית יואל האבן זיך געלייגט זייערע הייזער אויף cong. און פארשטייט זיך אז עס איז נישט נארמאל, ובפרט אז טאמער מען וואלט דאס נישט געטאן וואלט מען געדארפט העכערען טעקסעס פארן איבריגען עולם וואס צאלט ערליך די טעקס, און צוביסלעך וואלטן אלע הייזער אין קרית יואל געליגען אויף cong.

עס איז געקומען דערצו אזוי ווייט, אז מענטשען האבן געהאט דירות - חוץ זייערע אייגענע דירות - וואס זיי האבן באקומען דערפאר געשוואלענע רענטס, און..? זיי האבן עס געפיילט אז עס באלאנגט צום CONG. און זענען פטור געווען צו צאלן טעקס.

אבער די ירושלימער חזירים פון תולדות אהרן פארשטייען נישט דאס, און ווילן גארנישט באצאלען האבן זיי זיך אנגעשלאסען אין די לאו סאוט, אינעם חילול שם שמים.

יא די אמאליגע הייליגע נאמען!!!

קהל תולדות אהרן איז אריין בערכאות של עכו"ם און מחלל שם שמים!

איצט וועלן זיי זיך ווייטער אריין שטעקען זייער קאפ ווי די בית היענה אין דער ערד, און שרייען אז זיי ווייסן נישט, זיי האבן גארנישט געטאן וכו' כדרכם.

ביטע רעדן דא אינעם אשכול נאר וועגן תולדות אהרן און נישט וועגן די איבריגע לאו סאוט.


תוקן על ידי פאפיטעס ב- 14/06/2011 00:58:44

למעןהשלום » 14/6/2011 00:53

ווער נאך איז אנגעשלאסן אין דעם

פאפיטעס » 14/6/2011 00:54

דא וועל איך ברענגען למען ידע הקהל וישפט, וואס איך האב געשריבען נישט לאנג צוריק, איבער וואס תולדות אהרן האט אלס געטאן קעגן סאטמאר די לעצטערע יארן, און ווי זיי האבן אלס געשריגען מיטן בית היענה קאפ אריין געשטעקט אין דער ערד, אז זיי ווייסן וואס מען האט קעגן זיי, און פאר וואס סאטמאר גוט זיי נישט קיין דאלער.

א שנעלע סך הכל וואס קומט מיר ארויף אפען זיכרון, איבער וואס תולדות אהרן האט אלס געטאן קעגן סאטמאר.

1) זיי לייגן נישט קין מודעות אין דער בלאט, נאר אדרבה ווען איינמאל האט א נדבן אריין געלייגט א מודעה פון תולדות אהרן אין דער בלאט, האבן זיי געלייגט אין דער איד אן הכחשה אז ח"ו זיי זענען נישט עובר אפען איסור חמור פון מרן בעל ברך משה...

2) אבער... אפאר וואכן שפעטער, ווען זיי האבן געמאכט זייער אבן הפנה פאר זייער נייע בילדונג האבן זיי געמאכט א דשורנאל ווי זיי האבן אריין געלייגט מזל טוב פון בני יואל, חרדים וכו', דעמאלס איז נישט גילטיג געווען די איסור פון בעל ברך משה...

3) תולדות אהרן האט געפייט מיט ציין אין נעגל אז ר' ישראל חיים מנשה זאל ווערן גאב"ד אין ירושלים.

4) תולדות אהרן האט דעמאלס אראפ געשלעפט דעם אלטן ר' נפתלי ראזענפעלד, וואס האט שוין נישט געוואוסט אויף וועלכע וועלט ער געפינט זיך, צו קענען שטימען פאר ר' ישראל חיים מנשה התמנות.

5) תולדות אהרן האט געפייט מיט ציין אין נעגל אז מען זאל ארויס ווארפען ר' נחמן יאקאב פון די עדה.

6) תולדות אהרן האט געשטעלט דעם אכזר עקשטיין, ארויס צו פארן אויף אמעריקא גיין נאך געלט פאר די עדה החרדית מקפח זיין די פרנסה פון ר' נחמן יאקאב, - די סוף זיינע איז געווען ביטער ווען ער האט געכאפט א סטראוק.

7) תולדות אהרן רבי האט געפירט א שבת אין קרית יואל פאר אלע שונאים ומושחתים, טראץ וואס מען האט אים געבעטען אז ער זאל נישט קומען.

8) תולדות אהרן רבי איז דער זנב פון יחזקאל בראך, און טוט אלע וואס ער הייסט אים.

9) תולדות אהרן רבי איז געוקמען באזיכען רבינו שליט"א נאכן באזיכען דעם מישמאשער, און געקומען 2 שעה שפעטער ווי אפגעשמיסט.

10) תולדות אהרן רבי קומט יעדעס יאר אויף ווילי, אין דאווענט אינעם גע'גנב'טען ראדני ביהמ"ד.

11) ווען רבינו שליט"א איז געווען אין ארץ ישראל האט ער געשיקט בנו הגה"צ אב"ד דקהלתינו וויליאסמבורג שליט"א צו טיילן געלט פאר אלע מוסדות על טהרת הקודש, האט תולדות אהרן געזאגט אז זיי נעמען נישט פון די געלט, און אוודאי קען ער נישט קומען באזיכען, ווייל יחזקאל בראך און מעכיל שלעזינגער לאזן נישט.

12) פאר 8-9 יאר צוריק ווען אין ר' דוד עקשטיין איז געגאנגען זאגן א גוט שבת פאר תולדות אהרן רבי ווען ער איז געווען אין ראדני, און מען האט אים צושלאגען פאר זיין נאז, איז ער געשטאנען אין געשמייכעלט, טראץ וואס ר' דוד עקשטיין פלעגט זיין פון זיינע גרויסע שטיצערס.

13) תולדות אהרן פלעגט זיצן און מאכן פאשקאווילען מיט יצחק ווייס און נחום אטיק ווי אזוי צו פיקסען סאטמאר.

אזוי איז דא נאך אין נאך שאי אפשר לפורטם.

איך האב ארויס געברענט די נקודות נישט אז סאטמאר צוקארצט זיך פון תולדות אהרן, עס איז נישט דא איין אהרוני וואס שלאפט נישט ביינאכט ווייל תולדות אהרן איז מוחרם אין סאטמאר, סאטמאר האט גארנישט וואס צו דערלייגען פון מחרים זיין תולדות אהרן, עס איז פארקערט, תולדות אהרן דארף פון סאטמאר געלט געלט געלט, טא איז מען פטור פון אפאר 100 ירושלימער שנארערס.

נאר וואס איז געשעהן די לעצטע יאר, תולדות אהרן זענען געשלאפען אין איין בעט מיט די עקעלדיגע מצורעים שונאי סאטמאר, די זאליס, יצחק ווייס נחום אטיק, סיקרוקין, ווי זאגט די וועלט אז מען שלאפט מיטן קעציל אין בעט סוף כל סוף וועט ער דיך צו גראטשנען.

און דאס האט פאסירט, די שלעכטע מענטשן, ווען זיי האבן אפגעמאכט אז תולדות אהרן פאלגט זיי נישט 100 פארצענט האבן זיי זיך גענומען צו די ביינער פון תולדות אהרן, די זעלבע קאמפיאטערס וואס האבן געמאכט די פאשקאווילען קעגן סאטמאר, האבן אנגעהויבען צו קאנאקען פאשקאווילען קעגן תולדות אהרן, און זיי ניצן אלע כוחות צו באשמיצען תולדות אהרן.

אזוי ווייט כאפט אייך גוט אן...!

תולדות אהרן האט אריין געלייגט באהאלטענע ווידיאו אפאראטען אינעם אפיס פון יצחק ווייס, אטיק, טייטלבוים, פאר איבער א יאר צייט, - אנשטאט וואס די אהרונים וואלטן עס געדארפט טאן - און זיי האבן געכאפט די חברה ביי די ארגסטע רח"ל, תולדות אהרן האט מיט די סחורה אין די האנט געסטראשעט די זאליס אז יצחק ווייס מיז פליען, אז נישט געבן זיי ארויס די הייסע סחורה וואס זיי האבן אויף אים, ובפרט די איבער 50 טעלעפאן קאלס ווי ער רעדט מיט זיין חבר ר' חיים הערש טייטלבוים, עס האט נישט גענומען 2 טאג, און יצחק ווויס איז געפלויגען ווי א הינט פון דער איד...!

איצט קומט תולדות אהרן צו לויפען צו סאטמאר אז מען זאל זיי העלפען, סאטמאר זאגט ברוך שפטרני מיר האבן נישט געוויינט נאך אייך ווען איר האט געטרעטן אויף אונז, איז איצט וועלן מיר שטיין אין אין די זייט און הנאה האבן ווי עס רייסט זיך ביי די קעפ מיט די זאליס אטיק וכת דילי'.

וואלןסח » 14/6/2011 01:06

פאר א נויט האט איינער אפשר געזען העוו האפ, אדער גערעכט?

outspoken » 14/6/2011 03:29

אפשר קען איינער דא געבן צופארשטיין, די לוא-סוט וואס מ'האט דא אריינגעבן איז,  אז מ'שטערט די סיוויל רייטס פון די איינוואוינערס, איצט אז תולדות אהרן האט א טענה אויף א פאליסי פון די וויליטש וואס איז גלייך פאר אלא איינוואוינערס (און אפילו מהר''א שליט''א מיט אלע קינדער צאלען שטייערן פאר זייער הייזער) וואסערע סיוויל רייטס טענה איז דא?

האט איינער די קארט פעפערס?

פאפיטעס » 14/6/2011 03:42

פון אישית

תולדות אהרון

סי איז אלץ ההמשך פין די נייע וועג וואס דער תולדות הארון רבי פירט איין לעצטענס, אנהייב פין דעים זמן האט ער אויף גענומען אין זיין ישיבה גדולה א נייער משפיע רוחני א ויז'ניציער-בני ברקער חסיד וואס הייסט בנציון אפעל , וואס גייט אין בחירות, אין דער תולדות הארון רבי האט  עים געזאגט  אז ער וויל אויף וואקסאן  א פרישער חסידישער דור, וייל דאס קנאות איז נישט פאר היינטיגע צייטען,אין ער ויל נישט זיי זאלן גיין אין הפגנות אין מחאות. אין ער דארף לערנען מיט זיי ליובאוויטשע ספרים. אבער נישט פין דער לעצטע רבי. וייל פארט ויל ער נישט אויס קוקען ויא זיי, 

לארט די פלאן, נאך א שטיק צייט א באבאווער בחור ואס ועט אנקומען פין בארא פארק לערנען אין ארץ ישראל, ועט זיך קענען שוין באלד טרעפין דאס פלאץ אין תולדות אהרון. אין אזוי אויך פארקערט,

have_hope » 14/6/2011 03:51

וואלןסח כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פאר א נויט האט איינער אפשר געזען העוו האפ, אדער גערעכט?


ביטע נישט פארדרייען די אשכול, און עס מאכען אלץ א מלחמה צווישן ניקים, איך וועל אבער איינמאל ענטפערן, און
אראפברענגן א קוואט פון א לאנגע תגובה וואס איך האב געשריבען און אישי שוין פאריגע וואך פאר איינע פון די חשוב'ע שרייבער דא

מיט תו"א בין איך פלעין אריינגעפאלן, איך האב קיינמאל נישט געוויסט די פרטים וואס פאפיטאס האט דא געשריבען
אלמלא איך ווייס ווען פון פריער די פרטים, וואלט איך קיינמאל נישט געשריבען לטובתו וואס איך האב געשריבען
 
צירוק צי די אישו פינעם אשכול




תוקן על ידי have_hope ב- 14/06/2011 03:53:19

have_hope » 14/6/2011 04:17


איך פארשטיי בכלל נישט זייער קלאגע

פארוואס איז די פוינט א סיוויל רייטס קלאגע? גייטס און קארט איבער די טעס אישו אליינס
כבר היה לעולמים, אזעלכע קארט קעסעס מאכען זיך יעדן טאג לענג אויס אמעריקע, וווען די די שטאט וויל רעכענענן טעקס פאר נאון פראפיט וכדומה

מאטעלע » 14/6/2011 04:37

ווער וואוינט אין די הויז העכער תולדות אהרן שטיבל?

הבדלה_מנין » 14/6/2011 07:44

פאפיטעס, די שרייבסט אז די סיבה פארוואס די ווילעדש האט געטוישט דער געזעץ איז וויל מענטשען האבן געפיילט זייערע הייזער אז עס באלאנגט צו א CONG. און זענען פטור געווען צו צאלן טעקס.

דא איז דאך יא דא א שול, עס איז נישט סתם א הויז אויף א נאמען פון א cong. פארוואס זאל עס נישט זיין טעקס עקזעמט?

הבדלה_מנין » 14/6/2011 15:42

אויך, האבן זיי קודם פראבירט צו גיין צו דין תורה?

גערעכט » 14/6/2011 18:16

טיפשות, כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן.

ש.צ.א., דער בעל הבית פונעם הויז, וויל וויא פארשטענדליך נישט באצאלן טעקס אויפ זיין הויז וואס איז העכער דעם בית המדרש, אזוי וויא ער פלעגט ביז יעצט נישט באצאלן, (בצדק או של בצדק - נישט דאס איז דער וויכוח).

נאך וואס די שטאט שטייט אויף איר'ס - און לדעתי בצדק, אז אויפן בית המדרש דארף ער נישט צאלן, אבער אויפן הויז איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס ער זאל זיין פטור, האט דער אויבן דערמאנטער ש.צ געטוהן אפעלירן קעגן די שטאט.

קען מיר אימער זאגן, אפשר דארף ער גיין צום בי"ד פון שטאט צו אפעלירן קעגן די שטאט ראט?

און וואס האט דאס אלעס צו תולדות אהרן? - כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן


תוקן על ידי גערעכט ב- 14/06/2011 18:17:08

מאטעלע » 14/6/2011 18:26

ווער איז דער בית דין?
זענען למעשה די הנהלת הווילידזש אנגעקומען צו דין תורה?

גערעכט » 14/6/2011 18:46

הרוצה לשקר ירחיק עדותו
פאפיטעס האט געמיינט אז אויף די ישראליס קען ער ארבעטן, האט געברענגט אין 'בחדרי' א דאקאמענט וואס ווייזט לכאורה אז תו"א האט דא אפעלירט קעגן די שטאטראט, משום מה האט ער דא נישט געברענגט די דאקאמענט, וויסט איימיצער פארוואס?

איך שטעל מיך פאר, דער פותח האשכול דא, וויסט גאנץ גוט, אז דא וועט דער דאקאמענט באוויזן ווער איז דער אפעלירער - מען זעט דאס קלאר ש.צ.א, אין בחדרי האט ער זיך פארלאזט אז זיי וועלן עיינגליש נישט פארשטיין.

דא האט איר דעם דאקאמענט פון פאפיטעס
http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?whichpage=1&topic_id=2898605&forum_id=771[בילד – נישט אפגעהיט]

למען_האמת » 14/6/2011 18:52

אייזענבערג רעדט נישט בשם תולדות אהרן, ווער ס'איז באקאנט ווייסט אז דער ביהמ''ד האט היינט גאנץ קנאפ שייכות מיט תולדות אהרן, במשך די יארן האבן רובם ככולם פון חסידי תולדות אהרן זיך אפגעשאקלט פונעם ביהמ''ד און דאווענען מער נישט דארט נישט קענענדיג דערליידן די קאפריזן פונעם בעל הבית ש.צ.א. תולדות אהרן איז בכלל נישט פאראנטווארטליך פאר זיינע מעשים.

מאטעלע » 14/6/2011 19:02

למען האמת: קען זיין אז דו זאגסט עפעס, אבער למעשה שטייט דערויף תולדות אהרן
שוין, לאמיר זיך אלע האלטן רואיג, און מיר וועלן זעהן צו תולדות אהרן וועט ארויס שטעלן א מחאה די וואך.

גערעכט » 14/6/2011 19:04

מאטעלע, אווהו שטייט תולדות אהרן? 

מאטעלע » 14/6/2011 19:14

גערעכט קוק גוט וועסטו זעהן שטיין
TA..KJ  INC
                                
                                 מאטעלע

ביבער » 15/6/2011 00:17

איז נישט דער תולדות אהרן רבי געקומען אין דעם שול אויף א שבת אין קרית יואל אפאר יאר צוריק ?

מאטעלע » 15/6/2011 00:25

איך מיין אז ער האט געהאט דארט א טענט

פאפיטעס » 15/6/2011 01:47

גערעכט גיי פיצט דיר אויס דיינע אויגן גלעזער.

מיין נישט מיטן שפילען די תולדות אהרן בת היענה שפיל, מיטן זיך אריין שטעקען כדרכם די קאפ אין דער ערד, און שרייען איך האב גארנישט געטאן, איך ווייס נישט... וכו', וועט דער עולם גולם גלייבען די לאקשאן.

און ווי די לויפטס ארום פון איין פארום צום צווייטען און קאטשעט תגובות, און גאר אז פאפיטעס קען נישט קיין ענגליש.. און מען וויל איין רעדן די ישראלים אין בחדרי אז..? CONG. T A OF KJ מיינט גאר תולדות אהרן, בשעת עס מיינט גאר...?

קוק נאכמאל גוט אויף די קלאגע וועסטו קלאר זעהן אז בשם תולדות אהרן איז דא צוויי קלעגערס.

1. CONG. T A OF KJ וואס אויף אידיש ווען מען עפענט די ראשי תיבות מאכט עס קהל תולדות אהרן בקרית יואל.

2. קלעגער איז אייזענבערג די ראש הקהל פון תולדות אהרן אין קרית יואל.

נאך אזאך - טאמער תולדות אהרן און אייזענבערג מיינען די טעקס, דעמאלס וואלטן זיי געגאנגען אריין געבן א קלאגע אין טאון געריכט, וואס דארט גיט מען פאר אזא זאך, און מען קען האבן א פסק ביז 2 3 חדשים, און זיי וואלטן נישט געדארפט אריין געבען די קלאגע אין פעדראל געריכט צוזאמען מיט די אלע מוסרים, וואס אזא קעיס קען זיך ציען 6 7 יאר, און דערווייל דארפן זיי באצאלען טעקס געהעריג.

מיט דעם וואס זיי האבן זיך צוזאם געשטעלט מיט די פעדעראלע קלאגע, קלאגען זיי דערמיט אויך קהל יטב לב דסאטמאר, וואס זיי האבן נישט קיין שום היתר בי"ד עס צו טאן, ווי אויך קלאגען זיי די וויליטש און קהל יטב לב וכו' מיט די אלע מסירות, איבער וואס מען זינגט ביים באגלייטען, חופה, וואלן, פסול'ע חתונה זאל וכו'.

יעצט פאנג אן זינגען א פרישע בת היענה תירוץ.
 
יעצט קוק איבער דעם צעטיל נאכן פיצן דיין גלעזער.

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי פאפיטעס ב- 15/06/2011 01:55:28

הבדלה_מנין » 15/6/2011 09:10

מען האט גערופען די ווילידטש צו דין תורה און זיי האבן זיך נישט וויסענדיג געמאכט.

ווי אויך זיי האבן זיי זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון דעם  עיקל און סירוב.

דאס גיין בערכאות איז מיט רשות בית דין.



[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]

פאפיטעס » 15/6/2011 09:53

1. די ברענגסט נאר "איין" הזמנה פון א בי"ד.

2. צו גיין בערכאות דארף מען האבן א היתר בי"ד, און דאס ברענגסטו נישט.

3. נישט אז א היתר בי"ד פון יצחק מאנדל איז עפעס ווערט, נאר אפילו דאס האבן זיי אויך דערווייל נישט.

4. די הזמנה איז נישט פאר קהל יטב לב, איז לאמיר שוין זאגן אז די הזמנה מיינט עפעס לגבי די וויליטש, אבער ווי איז די היתר פון תולדות אהרן צו ריפן אין קארט קהל יטב לב דסאטמאר?

moashopee » 15/6/2011 11:24

גערעכט און וואס האסטו צו ענטפערן אויף די אנדערע טענות וואס ווערן געברענגט דא אין אשכול אויף תולדות אהרן, וואס האבן זיך אריינגעמישט אנטקעגן סאטמער.

וואלןסח » 15/6/2011 23:19

איך לאך ווי די שמאלקעפיגע בני יואל קומען מיט זייער דיסקרימינאציע טענות

ווען זיי האבן געמאכט זייער צערעמאניע מיט די ספרי תורות איז ארומגעפארן א טראק מיט הויכהילכערס און געשימפט און קיינער האט זיי נישט געשטערט
לעומת זה ווען ס'איז געפארן א טראק מיט א פערמיט וועגן די סידור קידושין האבן זיי געריסן ווייערס, פאבליק סעיפטי האט נישט צוגעשטעלט קיין שוץ

ווען זיי האבן איבערגעדרייט די גאסן פאר א יאר א' קרח ווען די חיות זענען ארויס פון קעיזדש האט מען זיי גארנישט געטון, הגם פאבליק סעיפטי וואלט זיי געקענט פארטרייבן ווי די הינט (סיי ואסערע זאך ס'איז געטון געווארן איז עס געווען דורך פריוואטע מענטשן)

און לעומת זה ווען מען איז געגאנגען פראטעסטירן ביים זאל ביי די ערשטע חתונה וואס האט זיך דארט אפגעטון

געבויט חרדים ווי ס'איז א סכנה יעדן טאג אויף שרעקליכע עקסידענטס, און קיינער מסור'ט נישט קיין ווארט, נוצן טעגליך די עזרת חולים פארקינג לאוט און קיינער זאגט נישט קיין ווארט
אבער דאס איז דיסקרימינאציע

הייבט נאר אן מיט קאנגעגרעישאן קלאגעס און מען וועט אויפדעקן ווער דער ברוך טעם איז

גערעכט » 15/6/2011 23:42

moashopee איך האב שוין גענפערט ביי אנדער אשכול, דא האסטו נאכאמאהל
פאפיטעס שרייבט

שנעלע סך הכל וואס קומט מיר ארויף אפען זיכרון, איבער וואס תולדות אהרן האט אלס געטאן קעגן סאטמאר.

1)
זיי לייגן נישט קין מודעות אין דער בלאט, נאר אדרבה ווען איינמאל האט א נדבן אריין געלייגט א מודעה פון תולדות אהרן אין דער בלאט, האבן זיי געלייגט אין דער איד אן הכחשה אז ח"ו זיי זענען נישט עובר אפען איסור חמור פון מרן בעל ברך משה...

1.א) דער צד השני של המטבע: עס איז קיין שום עוולה, ביי א מחלוקת – און נישט קיין נפקא מינה וואסארא מחלוקת, זיך צי האלטן פאסיוו, תולדות אהן מיטן נישט אריין לייגן עד'ס אינעם בלאט, האט זיך געפירט "בשב ואל תעשה עדיף" – עס בפירוש נישט פון די אויפגאבעס פון תו"א צו גיין נאכקוקן די חתימה פונעם ברך משה זי"ע, וואלט דער בלאט גהעאט אביסל שכל – און נישט זיך געיאגט, וואלטן געהאט אביסל געדולד, נישט גלייך נאכן ערשטן – צווייטן וואך געפנט א פראנט קעגן תו"א, מיט די צייט וואלט זיך תו"א נישט געקענט מתעלם זיין פונעם בלאט – נישט געקענט מתעלם זיין פון אזא גרויסן ערליכן ציבור, נישט געקענט זיך שטעלן איינזייטיג.

נאר "פחז כמים" – וויא נאר דער בלאט איז ערשינען, האט תו"א געדארפט תיכף ומיד, אנהויבן צו אדווערטייזן, נישט זיי לאזן בכלל זיך איבער טראכטן, א מינוט – עס זענען דא נאך פראבלעמען דא, לאז א אטעם כאפן – וויא לויפט איר – פאוואליע, ניין – וועט אירש וין יעצט אריין געבן עד'ס איז אוקיי, אז נישט ביזטו מיין שונא – אין מיר וועלן עפענען שוין א מלחמה קעגן ענק – וכך הווה

חברים טייערע, פון יעדן אספעקט וואס מיר וועלן דאס קוקן, וועלן מיר שטענדיג ווערן או געקלאפט פירסט "תו"א לייגט נישט קיין עד'ס אין בלאט" – מיט דעם הייבט זיך דאס אהן, און מיט דעם וועט זיך דאס ענדיגן, ווען תו"א וועט בעז"ה אריין לייגן עד'ס אינעם בלאט, וועלן זיי ווערן אונזערע בעסטע פריינד.

בכל אופן האבן מיר אהרוינים מיט די אייגענע הענט האפ געסטעמפלט תו"א אלס אונזערע שונאים, אין יעדן געלגנהייט האט דער בלאט געזוכט וויאזוי צו מאכן חויזיק פון תו"א, געזוכט שטענדיג פון אונטער דער ערד, חסרונות – און מער וויא איינמאהל געשריבן גרויליגע שקרים, ו "שמחת בית התועבה" יוכיח.


2)
אבער... אפאר וואכן שפעטער, ווען זיי האבן געמאכט זייער אבן הפנה פאר זייער נייע בילדונג האבן זיי געמאכט א דשורנאל ווי זיי האבן אריין געלייגט מזל טוב פון בני יואל, חרדים וכו', דעמאלס איז נישט גילטיג געווען די איסור פון בעל ברך משה...

 

2.א) ערווארט נישט פון דיין 'שונא' וואס דו בויעסט מיט דיינע אייגענע הענט, זאל זיך ממש רעכענען מיט דיינע געפילן.

(בכל אויפ וואלט איך געוואלט זעהן א קאפי פון דעם, איך געדענק נישט נישט אזא מודעה, אין די קומענדיגע פארגארפן דיינע, זענען דא פיל מיט שקרים, אזוי – אז איך וואלט געמעגט טראכטן אז אויך דער פארגראף פון די בני יואל איז שקר, ביב דו וועסט ברענגען א קאפי)


3)
תולדות אהרן האט געפייט מיט ציין אין נעגל אז ר' ישראל חיים מנשה זאל ווערן גאב"ד אין ירושלים.

3.א) דער תו"א רבי, איז געוועהן דער הערשטער וואס האט מציע געוועהן צי ברענגען הגאון הגדול ר' יצחק טוביה ווייס שליט"א, צי די העדה החרדית, ווען דאס האט זיך לכתחילה נישט אויס געארבעט, איז דער נאמען פון ר' יחמ"פ, ארויף אויפן טיש – יא און תו"א האט געפאשט און איז געוועהן דערפאר, איז וואס? ערווארט נישט פון דיין 'שונא' וואס דו בויעסט מיט דיינע אייגענע הענט, זאל זיך ממש רעכענען מיט דיינע געפילן.

4)
תולדות אהרן האט דעמאלס אראפ געשלעפט דעם אלטן ר' נפתלי ראזענפעלד, וואס האט שוין נישט געוואוסט אויף וועלכע וועלט ער געפינט זיך, צו קענען שטימען פאר ר' ישראל חיים מנשה התמנות.

4.א) איז וואס? ערווארט נישט פון דיין 'שונא' וואס דו בויעסט מיט דיינע אייגענע הענט, זאל זיך ממש רעכענען מיט דיינע געפילן.


5)
תולדות אהרן האט געפייט מיט ציין אין נעגל אז מען זאל ארויס ווארפען ר' נחמן יאקאב פון די עדה.


5.א) שקר וכזב, לא דובים ולא יער – ואפילו משל לא היה, עס איז פשוט נישטא אזא מציאות, ארויס ווארפן א חבר הנהלה, על לא עוול בכפו, עס איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס מען זאל אים ארויס ווארפן


6)
תולדות אהרן האט געשטעלט דעם אכזר עקשטיין, ארויס צו פארן אויף אמעריקא גיין נאך געלט פאר די עדה החרדית מקפח זיין די פרנסה פון ר' נחמן יאקאב, - די סוף זיינע איז געווען ביטער ווען ער האט געכאפט א סטראוק.

6.א) שקר וכזב, לא דובים ולא יער – ואפילו משל לא היה, ר' נחמן יאקאב שליט"א, אלס איינער וואס גייט מיט אונז, האט וויא פארשטענדליך נישט געקענט מער גיין נאך געלט ביי די זאליס, האט די העדה החרדית געשיקט עקשטיין, וואס האט דאס מיט תו"א? זעראו – אבי געזוכט צו שיסן.

7) תולדות אהרן רבי האט געפירט א שבת אין קרית יואל פאר אלע שונאים ומושחתים, טראץ וואס מען האט אים געבעטען אז ער זאל נישט קומען.

7.א) תו"א האט געפירט א שבת אין קרית יואל, מען האט געבעטן רשות פון די קהילה – און פון רבינו שליט"א, און תשובה איז נישט געקומען, נישט אויף יא – און נישט אויף ניין, מען האט זיי ארום געשלעפט א גאנצע וואך מיט תשובה, ערווארט נישט פון דיין 'שונא' וואס דו בויעסט מיט דיינע אייגענע הענט, זאל זיך ממש רעכענען מיט דיינע געפילן


8)
תולדות אהרן רבי איז דער זנב פון יחזקאל בראך, און טוט אלע וואס ער הייסט אים.

8.א) יחזקאל בראך איז היינט צו טאג שטיצער נומבער 1 פאר תו"א, יחזקאל בראך האט פארן נייעם בנין פון תו"א אין ירושלים, שוין אוועק געלייגט איבער 3.5 מיליאן דולר, רוף דאס 'ראש'  אפילו זנב, מיר זענען נישט בעסער פון תו"א, לאמיר זעהן וויא מיר וועלן זיך פירן מיט אזא ספונסער.

9)
תולדות אהרן רבי איז געוקמען באזיכען רבינו שליט"א נאכן באזיכען דעם מישמאשער, און געקומען 2 שעה שפעטער ווי אפגעשמיסט.

9.א) שקר וכזב, דער בלאף ווערט אלס איבער געחזר'ט, אויך און דעם אשכול ווערט דאס דערמאנט, איך האב זיך נישט געפוילט, און מברר געוועהן, וואס עס איז פארגעגאנגען יענעם פרייטאג, באלד וויא דער תו"א רבי איז געקומען קיין קרית יואל דאנערשטיג נאכט, האט האט מען אנגערופען בבית רבינו שליט"א, ווען דער תו"א קען אריבער קומען צו רבינו, וויא עס פאסט צו באזוכן צום הערשט דעם מרא דאתרא, פון רבינו שטוב האט מען אלס געזאגט אז מען קען נישט יעצט, מעיבי שפעטער, אזוי האט מען זיי אלס געשלעפט.

די מטרה פונעם שלעפן איז געוועהן אז מען זאל נישט דארפן ענפערן תשובה וועגן דעם שבת, וואס תו"א האט געוואלט צו פירן אין ק"י.

אזוי איז געוועהן א 'פינג פאנג' א גאנץ פרייטאג, באלד נאכן דאוונען פרייטאג אינדערפרי, האט מען געקאהלט לבית רבינו, ווען דער תו"א רבי קען אריבער קומען, און אלס איז געוועהן די זעלבע תשובה, נאכנישט – נאכנישט, ביז ממש פארן זמן, האט מען שוין נישט געקענט זיך מער ארום שפילן, האט מען סוף סוף מאשר געוועהן אז מען קען אריבער קומען, ווען דער תו"א רבי איז געקומען, איז ער אויך נישט גלייך אריין געלאזט געווארן, ווייל עז איז 'פונקט' געוועהן דעמלטס ביי רבינו שליט"א עפעס א יונגערמאן מיט זין בר מצווה בחור, נאך 10 מינוט ווארטן, איז דער תו"א רבי אריין געלאזט געוורן צו רבינו שליט"א, מאכן מיר זיך נישט קיין שונאים מיט די אייגענע הענט?

10)
תולדות אהרן רבי קומט יעדעס יאר אויף ווילי, אין דאווענט אינעם גע'גנב'טען ראדני ביהמ"ד.

10.א) דער תו"א רבי שליט"א, וויא זיין פאטער בעל דברי אמונה זי"ע, דאווענט אלע יארן אין ראדני ביהמ"ד, עס איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס ער זאל נישט גיין דארט מער, ערווארט נישט פון דיין 'שונא' וואס דו בויעסט מיט דיינע אייגענע הענט, זאל זיך ממש רעכענען מיט דיינע געפילן

11)
ווען רבינו שליט"א איז געווען אין ארץ ישראל האט ער געשיקט בנו הגה"צ אב"ד דקהלתינו וויליאסמבורג שליט"א צו טיילן געלט פאר אלע מוסדות על טהרת הקודש, האט תולדות אהרן געזאגט אז זיי נעמען נישט פון די געלט, און אוודאי קען ער נישט קומען באזיכען, ווייל יחזקאל בראך און מעכיל שלעזינגער לאזן נישט.

11.א) זאג מיר נאר וואסאר פנים האט דאס צו גיין בעטן געלט, אויף דעם סארט אויפן, איך פארשטיי אז די וואלסט געוואלט שרייען 'א באנדע חזירים תו"א – ווען עס קומט צו געלט זענען זיי שוין דא' – אוקעי, זיי האבן דיר נישט געוואלט מהנה זיין מיט דעם – טו וואט?

12) 
פאר 8-9 יאר צוריק ווען אין ר' דוד עקשטיין איז געגאנגען זאגן א גוט שבת פאר תולדות אהרן רבי ווען ער איז געווען אין ראדני, און מען האט אים צושלאגען פאר זיין נאז, איז ער געשטאנען אין געשמייכעלט, טראץ וואס ר' דוד עקשטיין פלעגט זיין פון זיינע גרויסע שטיצערס.

12.א) טיפשות – רשעות – שקר וכזב, קענסט מיר אפשר מסביר זיין פארוואס האט ער געדארפט צו לאכן? ביזטו אינגאנצן פון קאפ געפאלן, מיינסטו אז איינער וועט דיר גלייבן דיינע טיפשות'דיגע בלאף? נישט מער און נישט ווייניגער, וויא ר' דוד – האט זיך ממש געפריידט, ווען מען האט צו מקל'ט דוד עקשטיין די ביינער?

יעצט פאר איאהר צוריק בערך, איז  ר' דוד עקשטיין געועהן אין ירושלים עיה"ק, פרייטאג צו נאכט איז ער געועהן אין תו"א, מען האט אים שיין אויף גענומען, עס שטימט ממש מיט דיין שיינע געבאקענע מעשה.


13)
תולדות אהרן פלעגט זיצן און מאכן פאשקאווילען מיט יצחק ווייס און נחום אטיק ווי אזוי צו פיקסען סאטמאר.

13.א) נישט אמאהל ווערד א תגובה, יצחק ווייס? ווער איז דאס בכלל, עפעס א גרויליגער ראצער, איך וואלט געוואלט מיינען, אז דער תו"א רבי פלעגט זיצן ביי יוסף90, און געשריבן מיט אים פאשקעווילן – אוח אוח..


אזוי איז דא נאך אין נאך שאי אפשר לפורטם.

איך האב ארויס געברענט די נקודות נישט אז סאטמאר צוקארצט זיך פון תולדות אהרן, עס איז נישט דא איין אהרוני וואס שלאפט נישט ביינאכט ווייל תולדות אהרן איז מוחרם אין סאטמאר, סאטמאר האט גארנישט וואס צו דערלייגען פון מחרים זיין תולדות אהרן, עס איז פארקערט, תולדות אהרן דארף פון סאטמאר געלט געלט געלט, טא איז מען פטור פון אפאר 100 ירושלימער שנארערס.

סאטמאר דארף נישט תו"א? – פיין, משכנות הרועים דארפן זיי? אפשר קרעטשניף? מאך זיך נישט צו נער, תו"א איז היינט צו טאג די גרעסטע היימישע קהילה אין ארץ ישראל, מיר וואלט זיך זייער געפריידט ווען זיי וואלטן געוועהן מיט אונז.

קוק נאר וויא דו ביזט זיך סותר, ווען רבינו שליט"א איז געוועהן און ארץ ישראל, שרייבסטו אז "אב"ד קהילותינו וויליאמסבורג, האט געטיילט געלט, קענסטו מיר אפשר זאגן וואס עפעס פלוצלונג האט מען געטיילט געלט? ודוק'

תו"א דארף טאקע צו האבן געלט, זיי דארפן אסאך געלט, ווער דארף נישט? מיר דארפן נישט קיין געלט, זענען מיר שוין מסודר מיט אונזערע אלע מוסדות און בתי מדרשים אין וויליאמסבורג? – יא אלע דארפן געלט – אויך תו"א – און אויך סאטמאר, נעם נאר אין באטראכט, אז תו"א גייט שוין אן באלד 15 יאהר – אן אונז – אן סאטמאר, זיי געבן זיך אן עצה, זיי האבן אוועק גשטעלט א פראכטדיגן בנין – פון קרוב צו 20 מיליאן דאלאר, אן סאטמאר.


.................


טאטלע » 16/6/2011 00:35

ווי אין די וועלט איז געהערט אז א ב"ד זאל געבן א עיקול אויף אזאך וואס איז נישט קלאר אין אפען אקעגן די תורה ?

א ב"ד געט נאר א עיקול ווען דער נטבע האט געטיען עפעס וואס איז אקעגן די תורה ,למשל איינער איז אריין צי יענעם אין עפעס ציגענימען פין יענעמס רשות
נישט ווען למשל צווי רביס האבן א דספיוט איבער א נאמען ,אדער למשל צוויי ביזנעס לייט וואס האבן די זעלבע ביזנעס אין האבן א דיספיוט איבער נאמען/פלאטץ/קאסטעמערס , אין זיי גייען צי דין תורה וועט א ב"ד נישט געבן א עיקול

בנידון דידן אז זיי האבן א טענה אז זיי דארפן נישט צאלן קיין טעסעס אין די ווילעדזש (אין איעדע נארמאלע בר נש) האלט אז זיי דארפן יא צאלן ,קענען זיי געזינטערהייט שיקען א הזמנה , אבער א עיקול קען א ב"ד נישט שיקען

דאס צייגט די קוואליטי (איידעל גערעדט )פין דעם ב"ד 

טאטלע » 16/6/2011 01:07

דאס איז חוץ וואס זיי שרייבן שקר אין די הזמנה אז די ווילעדזש האט צי גענימען די עקזעמפשאנס פין זייער שיל
אין די צייט וואס מהאט נאר ציגענימען די קעזעמפשאנס פין די דירה העכער די שיל

oאטמארער » 16/6/2011 01:14

דאס אלעס קענסטו ענטפערן ביי בית דין

איך האב אמאל געהערט א טעיפ ווי ר' אהרן זאגט פאר יוסל וואלדמאן: שיק מיר א הזמנה וועל איך גיין צו דין תורה,

זעט אויס היינט צוטאגס גייט ער שוין נישט צו דין תורה אפילו מיט א הזמנה

Ahroiny » 16/6/2011 01:17

פאר ווער עס וויל וויסן, די ווילידזש איז נישט רעספאנסיבל אויף טעקס עקזעמפשאנס, די טאון האט לעצטנס ארויפגעלייגט צענדליגע בילדינגס אויף די טעקס ראולס אריינגערעכנט די הויז פון רבינו שליטא ט http://m.recordonline.com/apps/pbcs.dll/article?AID=/20100615/NEWS/6150315&template=wapart

גערעכט » 16/6/2011 13:46

אזוי וויא אויבן דערמאנט, תולדות אהרן האט גארנישט מיט דעם קעיס - TA KJ איז א קאנגעריישן פון ש.צ.א., און ער דאס געטוהן על דעת עצמו.

עם כל זה, האט זיך די הנהלה פון תו"א אין ירושלים, געוואנדן צו ש.צ.א, אז לא יתכן מיטן נאמען פון TA, זאל ער טוהן אזעלכע זאכן, האט ער געפאלגט - און מבטל געוועהן זיין אפיעל.

moashopee » 16/6/2011 14:07

גערעכט!
זייער געשמאק אפגעווישט אלע טענות מיט כל מיני תירוצים וואס איך גיי נישט אריין דא אויב עס איז אמת צונישט.
סוף פסוק!
תו"א רעכנט זיך נישט מיט יענעמס געפיהלן

גערעכט » 16/6/2011 14:39


וואס מיינסטו צו זאגן אז תו"א רעכנט זיך נישט?

יענקי123 » 17/6/2011 16:44

דאס ערשטע מאל וואס די אהרוינים האבן געטהון א געלונגענע שריט, כאטש ס'איז ניט געטהון געווארן אויף א ערליכע שיינע נאר אויף זייער א געמיינע מיאוסע אופן. די אהרוינים האבן געוואוסט אז די איינציגע קהילה וואס וועלן ווערן דערציטערט הערנדיג אז א ערליכער איד גייט צו ערכאות, בפרט אז יענער האט מרמז געווען די הייליגע נאמען תולדות אהרן, דעראיבער זענען די אהרוינים געגאנגען און מפרסם געווען אין די גאנצע וועלט: "היתכן תולדות אהרן גייט צו ערכאות" כאטש זיי האבן קלאר און דייטלאך געוואוסט אז נישט נאר דאס האט גאר נישט מיט תולדות אהרן נאר ס'איז א פרייוועט סכסוך פון ש צ א מיט די שטאט, נאר זיי האבן אויך קלאר געוואוסט אז די ראשי הקהילה פון תולדות אהרן האבן ניט אמאל געוואוסט פון דעם.
אבער וואס - כאן מצא בעל חוב לגבות את חובו, די אהרוינים האבן געכאפט צוויי פייגעלעך אין איין שאס פון איין זייט וועט מען אריין שמייסן אונזער שונא תו"א, פון די צווייטע זייט ווייסן מיר דאך אז תולדות אהרן וועט נישאט רוען ביז מ'וועט מבטל זיין די תביעה אין ערכאות, ווייל פארט ווייסן מיר (אהרוינים) דאך אז זיי זענען די הערליכע אידן וואס עס טהוט זיי נאך וויי די כבוד שמים, און בא זיי איז די הייליגע ווערטער פון "ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם" איז נישט נאר אויף צו הערן פון א שיינעם בעל קורא, נאר מען דארף דאס מקיים זיין אויכעט.   
די מיאוס'קייט פון דעם, איז זייער פשוט, אנשטאט צו אויפהייבן איין טלפון צו די הנהלה פון תו"א אין ירושלים, און זיי לאזן וואוסן אז מיט זייער נאמען איז געטהון געווארן אזא חילול השם, ניין חלילה, מיר וועלן לאזן זיי וואוסן? אויב מיר וועלן דאס טהון וועלן מיר דאך זיי ניישט קענען שמייסן.
און לשבחו פון ר' ש,צ,א, מוזן צוגעבן אז מ'זהעט קלאר אז פארט איז ער נאנט צו תולדות אהרן רבי'ן, ווייל גלייך ווען מ'האט אים אויפמערקזאם געמאכט האט ער נישט געטראכט אסאך נאר פארארבעט מעשים אראפ צונעמען זיין תביעה, כאטש ס'האט אים געקאסט אסאך געלט און טראץ די אלע שוועריקייטן האט ער דאס אויפן שנעלסטן אופן מבטל געווען.
אזא מין פנים האט איר.