היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שרעקליכע בזיונות ביי זופניק'ס ספר תורה

שרעקליכע בזיונות ביי זופניק'ס ספר תורה

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2897862

אדמיראל » 10/6/2011 08:53

ב"ה דער צאנאמי איז פאראיבער מען האלט שוין נאך יום טוב
אין די מאפע האט זיך נישט געטוישט אין סאטמאר איז געווען אלפים רבבות יודען
אין ביי זשיגאן איז געווען ליידיג אין ליצנות

ביי די זאלי'ס רייסט מען זיך די האר פין קאפ ווי אזוי מעו געט זיך אן עצה מיטן יום טוב ס'איז ליידיג דער לא איכפת לא ליה שרייט פין אלע ווינקלען
האט מען באשלאסן מען גייט מאכן סאמטינג פאן אין אינטערטעניג צי שלעפן אן עולם

איז אינטער געקומען עפעס א פארצווייפלטע  פסל'ע ספר תורה פין 2 אכציג יעריגע בחורים וואס זענען מחללי שבתים
אין זאגן אז ס'איז פין הייליגען דברי חיים למעשה האט עס קיין צאנזער אייניקיל נישט געוואלט קויפן

זשיגאן האט זיך ארויף געכאפט אויפן וואגן אין גע'שתל'ט ביי משה שמואל זשפניק עס אפציקויפן

מען האט איבער געקערט א שטאט ס'קליינקייט פין הייליגען דברי חיים א ספר תורה
מען גייט הערן קולות וברקים מען זעהט טרערן פין דברי חיים קול אריה האט אין דעם עולה געווען

ר' זלמן לייב פילעף האט געהלאטן א דרשה אין ראדני אז מי שעמדו רגליו על הר סיני מיז קומען שבועות צים הכנסת ספר תורה
ר' מנשה פילעף מיטן זין זיינער האבן אפגעשריבן גאנצע מאמרים אין גונת ורדים אז לויט אלע השארות קען זיין איז עס יא פינעם דברי חיים
שלמה יאנקל האבן זיך געשווארין ביי מאיר ראטה'ס בארד אז זרילע זאגט אז ס'איז יא פין צאנזער רב

קיצור די זאלי'ס זענען אלע געווארן טראגעדיג אז ס'איז מעגליך אז היי יאר שבועות וועט שוין יא קומען עפעס אן עולם

מען האט ארויס געגעבן פונקטליכע אונסטריקציעס אין אנווייזנגען ווי די רבבות גייען טאנצען אויפן גאס אין ספציעלע ציגערייטע הויכע שטאקיגע פאראנטשעס פאר די קידער אין די נשים אויף ראסס סטריט ס'זאל ח"ו נישט צי קומען צי קיין תערבות

די זאלי'ס האבן אפילו באשטעלט פאטאגרפערס טראץ חילול יום טוב אין זשיאגן'ס איז נישט מוחל בזה ובבא

למעשה איז די גאס געווען פוסט אין ליידיג פין מענטשן  קיינער איז  נישט געקומען
א חוץ די פאליציי האט זיך קיין מענטש נישט באוויזן אין גאס

אין שול גופא איז אויך געווען חרפה'לעך נישט וואס ס'פאסט זיך פאר שבועות אין אווודאי נישט פאר א דברי חיים'ס ספר תורה

ר' משה מנחם איז געוקמען פין זיין שול צים הכנסת ספר האט עולה געווען מפטיר ווייל ער האט נישט געווען עולה זיין אין די פסל'ע ספר תורה 

ר' מנשה פין ראסס סטריט האט נישט געוואלט קומען האט ער זיך אריין געלייגט אין בעט טענה'נידג ער האט א רויז

די רעשט פינעם יום טוב האט שוין געטראגן א שרעקליכן נאך טעם אין ס'איז געווען געפערליך אויס געשפילט

פאר יום טוב האט מען זיך גערישט אויף א סמעשניג סוקסעס האט שלמה יאנק ארויס געגעבן אן ארדער צי זיכן
 די תשעה באב בענקל פינעם ראפשציער רב לכבוד תשעה באב
אין לולב פינעם ישמח משה
אין די ספר תורה פינעם בעל שם טוב ווייל זיי האבן זיך שוין איינגערעדט אז די זאלי'ס קומען נאר אזוי צי גיין

אבער יעצט הייסט עס אז מען האט אלעס גע'קענסלעט ווייל ס'העלפט נישט

אז מען האט א רבי'ן אן עם הארץ אין א ליידאג וויל זיך קיין שום נארמאלער מענטש מיט אים נישט אנקערן אין אן ערנטשן טאג
פארגאנגענע וואך איז זשיגאן געגאנגען אין קווינס ישיבה פארלערנען סוגיא לכבוד קרעפיל פשטעל
ער איז אן געקומען צים שיעור האט ער פארגעסן וואס ער האט ציזאגן ער האט זיך געריבן די שטערן אין געווארט 5 מינוט
אין דער עם הארץ האט ארוןיס שפאצירט

ניטש קיין ווינדער אז ר' טודרוס מיט ר' מנשה אין ר' משה מנחם רייסן פין אים ארויס די סמעטענע
ווייל צי קיין עם הארץ אין א ליידאג וויל מען נישט אין מען טאר נישט האבן קיין שייכות







תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 10/06/2011 21:26:29

אדמיראל » 10/6/2011 08:57

דער מחלל יום טוב יאסעלע פריעד געכאפט דעם בילד בעצם יום טוב
[בילד – נישט אפגעהיט]

מלוה_מלכה » 10/6/2011 09:12

דאס איז בלויז די עפטער-שאק פון די "הדרא דלא אפשר למיפרט בשפותא" וואס קומט געווענליך יעדן מוצאי שבועות פון  קרי.

פאמאגראנט » 10/6/2011 15:50

נישט קיין ווינדער פינעם ציבור געבן זיי נישט ארויס די בילדער די מחללי יו"ט ווייל ס'איז געווען פוסט אין ליידיג
נאר ווי דער זשיגאן מיט זושפניק טאנצען דעס געבן זיי ארויס

נישט דא נאך א היפעקריצווע ווי דעס נאך א נאמען געבן דברי חיים'ס ספר תורה
דער דברי חיים וואלט דאך מרעיש עלומות געווען אז אויף זיין נאמען פארריפט מען זיך מיט א חילול יום טוב בפרהסיא
אין אלעס מיט די היתר פין פארשאלטענע לישקע קישקע וואס אויס רייסן די תורה איז ביי זיי א פריארטי

מען דארף טאנצען אין די גאסן אז אינז האמיר מיט די פוקרים אין מופקרים נישט קיין שייכות
די זענען די ארגעסטע וואס איז געווען אין אלע דורות

upstate1 » 10/6/2011 18:28

די ספר תורה איז יעצט ביי משה שמואל ביז שמחת תורה ביי די זעקסטער הקפה אַז דער עולם זאל קומען צו די זעקסטער הקפה קוקן די ספר תורה 


תוקן על ידי upstate1 ב- 10/06/2011 18:30:45

פאמאגראנט » 10/6/2011 20:26

א נחת ציליינען זייער וויסטע פראפגאנדע וואס מען האט אויסגעטיילט
[בילד – נישט אפגעהיט]

פאמאגראנט » 10/6/2011 21:26

די גבורים אין עסקנים לבית סאטמאר-צאנז
[בילד – נישט אפגעהיט]

ויואמ_אמת » 10/6/2011 22:09

אדמיראל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ב"ה דער צאנאמי איז פאראיבער מען האלט שוין נאך יום טוב
אין די מאפע האט זיך נישט געטוישט אין סאטמאר איז געווען אלפים רבבות יודען
אין ביי זשיגאן איז געווען ליידיג אין ליצנות

ביי די זאלי'ס רייסט מען זיך די האר פין קאפ ווי אזוי מעו געט זיך אן עצה מיטן יום טוב ס'איז ליידיג דער לא איכפת לא ליה שרייט פין אלע ווינקלען
האט מען באשלאסן מען גייט מאכן סאמטינג פאן אין אינטערטעניג צי שלעפן אן עולם

איז אינטער געקומען עפעס א פארצווייפלטע  פסל'ע ספר תורה פין 2 אכציג יעריגע בחורים וואס זענען מחללי שבתים
אין זאגן אז ס'איז פין הייליגען דברי חיים למעשה האט עס קיין צאנזער אייניקיל נישט געוואלט קויפן

זשיגאן האט זיך ארויף געכאפט אויפן וואגן אין גע'שתל'ט ביי משה שמואל זשפניק עס אפציקויפן

מען האט איבער געקערט א שטאט ס'קליינקייט פין הייליגען דברי חיים א ספר תורה
מען גייט הערן קולות וברקים מען זעהט טרערן פין דברי חיים קול אריה האט אין דעם עולה געווען

ר' זלמן לייב פילעף האט געהלאטן א דרשה אין ראדני אז מי שעמדו רגליו על הר סיני מיז קומען שבועות צים הכנסת ספר תורה
ר' מנשה פילעף מיטן זין זיינער האבן אפגעשריבן גאנצע מאמרים אין גונת ורדים אז לויט אלע השארות קען זיין איז עס יא פינעם דברי חיים
שלמה יאנקל האבן זיך געשווארין ביי מאיר ראטה'ס בארד אז זרילע זאגט אז ס'איז יא פין צאנזער רב

קיצור די זאלי'ס זענען אלע געווארן טראגעדיג אז ס'איז מעגליך אז היי יאר שבועות וועט שוין יא קומען עפעס אן עולם

מען האט ארויס געגעבן פונקטליכע אונסטריקציעס אין אנווייזנגען ווי די רבבות גייען טאנצען אויפן גאס אין ספציעלע ציגערייטע הויכע שטאקיגע פאראנטשעס פאר די קידער אין די נשים אויף ראסס סטריט ס'זאל ח"ו נישט צי קומען צי קיין תערבות

די זאלי'ס האבן אפילו באשטעלט פאטאגרפערס טראץ חילול יום טוב אין זשיאגן'ס איז נישט מוחל בזה ובבא

למעשה איז די גאס געווען פוסט אין ליידיג פין מענטשן  קיינער איז  נישט געקומען
א חוץ די פאליציי האט זיך קיין מענטש נישט באוויזן אין גאס

אין שול גופא איז אויך געווען חרפה'לעך נישט וואס ס'פאסט זיך פאר שבועות אין אווודאי נישט פאר א דברי חיים'ס ספר תורה

ר' משה מנחם איז געוקמען פין זיין שול צים הכנסת ספר האט עולה געווען מפטיר ווייל ער האט נישט געווען עולה זיין אין די פסל'ע ספר תורה 

ר' מנשה פין ראסס סטריט האט נישט געוואלט קומען האט ער זיך אריין געלייגט אין בעט טענה'נידג ער האט א רויז

די רעשט פינעם יום טוב האט שוין געטראגן א שרעקליכן נאך טעם אין ס'איז געווען געפערליך אויס געשפילט

פאר יום טוב האט מען זיך גערישט אויף א סמעשניג סוקסעס האט שלמה יאנק ארויס געגעבן אן ארדער צי זיכן
 די תשעה באב בענקל פינעם ראפשציער רב לכבוד תשעה באב
אין לולב פינעם ישמח משה
אין די ספר תורה פינעם בעל שם טוב ווייל זיי האבן זיך שוין איינגערעדט אז די זאלי'ס קומען נאר אזוי צי גיין

אבער יעצט הייסט עס אז מען האט אלעס גע'קענסלעט ווייל ס'העלפט נישט

אז מען האט א רבי'ן אן עם הארץ אין א ליידאג וויל זיך קיין שום נארמאלער מענטש מיט אים נישט אנקערן אין אן ערנטשן טאג
פארגאנגענע וואך איז זשיגאן געגאנגען אין קווינס ישיבה פארלערנען סוגיא לכבוד קרעפיל פשטעל
ער איז אן געקומען צים שיעור האט ער פארגעסן וואס ער האט ציזאגן ער האט זיך געריבן די שטערן אין געווארט 5 מינוט
אין דער עם הארץ האט ארוןיס שפאצירט

ניטש קיין ווינדער אז ר' טודרוס מיט ר' מנשה אין ר' משה מנחם רייסן פין אים ארויס די סמעטענע
ווייל צי קיין עם הארץ אין א ליידאג וויל מען נישט אין מען טאר נישט האבן קיין שייכות







תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 10/06/2011 21:26:29




ר' משה מנחם איז נישט געווען ביי די הכנסת ספר תורה ער איז געקומען פין מאנטיראל פירן אליין אין וומ''ס, אין איז געקומען נאכען דאווענען עולה זיין מפטיר אין ראדני וואס איז לדעתי די שטערקסטע ראי' אז ער איז נישט מקבל מרות פין רז''ל, איך ווייס נישט אויב ער איז אפי' אנגעקומען צו נעילת החג ווייל ער האט אליין געפירט מיט זיינע חסידים, פין די אנדערע דייני רז''ל איז אויך געווען א חלק וואס האבען אליין געפראוועט דעם יום טוב,
שטעלט אייך פאר איין קהילה אין די וועלט אדער אפילו אין סאטמאר ביז לעצטנס אויב א דיין פראוועט אין די זעלבע שטאט א יום טוב, לדעתי איז דאס די גרעסטע ראי' אז זיי זענען קיינער נישט מקבל מרות פין רז''ל

היראים » 13/6/2011 01:21

פין זייער ווילדקייט קוקט אויס ווי יעדע אשכול וואס רעדט פין זייער דורכגעפאלענע פראפאגאנדע שטעכט עקסטער
זייער איינציגסטע ראי' וואס זיי האבען אז זייער יום טוב איז נישט געוען אזא דורכפאל איז ווייל מ'האלט זיך אינטער אויף זייערע בזיונות

זיי האבן אפי געפנט א סעפציעלע אפיציעלע ניק אויף היידפארק מיטן נאמען ''בצל הקודש'' צו קענען פארקויפן די לאקשען פונעם יום טוב אבער......


זיי האבען איז זייער מעכטיגע פראפאגאנדע ליטארער גערעדט פין צילייגן זיצן אין ראדני אויף יום טוב
אבער אויף די מאפע זעהט מען אז זיי האבען שבועות געלאזט די נייע טישן אין בענק
וואס דעקט וועכענטליך די גרויסע לאך פין די ליידיגע זיצן מיט די פילע נייע דוכגענגע אין טישן אנשטאט שטענדערס, נאכדעם וואס די אלטע לאנגע בענק אין שטענדערס איז נישט מעגליך געווען אנצופילן

דאס איז ביי זיי טויזענטערס...
קוקט אויס אז זייערע נומבערס קומען פין שלמה יענקל'ס קאלקולעיטאער

היראים » 13/6/2011 01:35

וואס איז יא זיס צו באמערקן איז
אז יעדע מענטש וואס זיי האבען געברענגט אויף יום טוב איז געווארען ביי זיי א דיין......

א שטייגער ווי יצחק אהרן פילאף (מנשה'ס ברודער) איז זייער דיין אין אנטווערפן אא''וו
זיי האבען נישט נאר ג'פועלט ביי רוב פין זייערע דיינים צו פארמאכען אדער איבערלאזען די שולן נאר אפ'י געברענגט זייערע דיינם פין די גאנצע וועלט,
(זעהט אויס אז ר' משה וואלף זארגער האט פארלוירן זיין פאזיציע ווען ער האט באזוכט סאטמאר רבי, אין ר' חיד''א ווייס איז מער נישט זייער דיין ווען ער האט אנטייגעלנומען ביים געהויבענעם אבן הפינה פארן נייער גרויסען ביהמ''ד)

פייוויש » 14/6/2011 18:33

איך שעם מיך אז איינער וויל דאס פארגלייכן!!
נאדער די בילדער פון די שוהל'ן אין קרית יואל און ראדני ווי עס איז אויסגעשטעלט לכבוד יום טוב.

קרית יואל איז אויסגעשטעלט ווי אלע יארן, א געווענליכע יום טוב שביעות. ווידעראום ראדני איז אויסגעשטעלט גאר קונצליך מיט בענק "און טישן" צו קענען אקאמאדירן די רבבות אידן וואס זענען געקומען אויף יו"ט צום גרויסן הכנסת ספר תורה.

גוט א קוק און א שמייכל!





[בילד – נישט אפגעהיט]



[בילד – נישט אפגעהיט]

מאטעלע » 14/6/2011 19:09

מה כל הרעש? עס איז גענוג א גרויס בית המדרש אפילו מיט די טישן!
לויט וויפל איך האב געקענט ציילן, גרייכט דער בית המדרש אינאיינעם מיטן פאליש, זיכער אריבער 1000 זיצן
איך ווייס נישט צו דער קר"י'לער שוהל איז צופול גרעסער.

צום_ענין » 14/6/2011 20:36

ווי עס קוקט אויס לעבן די חברה ערנסט נישט אויף דעם פלאנעט ער פייערט ניצחון אויף משוגע מיטן נעבעכדיגן הס"ת  און פון די אנדערע זייט איז אין ק"י געווען גאר זויער....

איז אזוי.

איך בין דעם יו"ט – דאס ערשטע מאל – געווען אין וומ"ס און וואס איך קען ענק איז אז עס איז א שאד א יעדעס ווארט די חברה זענען אדער פראפעסיאנאלע שפילער אדער טאטאל פאריקט, רעדן בכלל און ווער רעדט נאך פון פייערן ניצחון פון א יו"ט וואס פאפא וואלט געמאכט א שווייג דערפון (פאר ווער עס מיינט עס איז א גוזמא, עס איז נישט...) איז אין מיינע אויגן....נישט צו דער זאך.... אה און אין ק"י וואס עס איז געווען לכל הדיעות (מיין איך לכל מענטשן מיט דעת...) שווערע טויזעטער איז געווען זויער....

איך מיין... קאם אן מיט וועמען רעדן מיר דא, רבותי די פערד האבן מיט פאקט גארנישט גארנישט איינגעלייגט ביי זיי איז 500 א 1000,000 און 1+1 איז א טיש (פאר די וואס קענען רעכענען..) איעדער ביליגער מוסר איז א עסקן נמרוץ (אדער 4 גבורים...) יעדער וואס האט א געקאטשקעטע אינטערשריפט איז א קול קורא (פאשקווילן) שרייבער און ווען זלמן טילעפ זאל ווערן געזונט וויינט בדמעות שליש פארלערנענדיג הלכות "בציעת הפת".... וויינען די חלמער מיט...

הפנים נאכן דא זיין פאר יו"ט און באטראכטן די שיינעדיגע זינען מיט לבנה'ס זאג איך ענק עס איז א שאד א יעדעס ווארט די קליינע מוח'ס (אויב בכלל) וועלען קיינמאל נישט פארשטיין וואס א יו"ט שבעות און ק"י מיינט והא ראי' עס זענען דא אשכולת בכלל איבערן זיבעציג זינעדיגן יו"ט...... עס איז די העכסטע צייט צי סטאפן די נאנסענס און אויב זיך טענען זאל עס זיין אויף זאכן וואס עס איז שייך זיך צו טענען (מיינט עס איז דא צוויי צדדים....) און מענטשן וואס מען קען זיך טענען (מיינט מענטשן פון דעם פלאנעט)

Just for the record אין ק"י איז דא נארמאל א שבת ארום 1,800 זיצן און שבועות ארום 3,500 אבער ווי געזאגט די פערד האבן מיט פאקט גארנישט גארנישט איינגעלייגט!

מאטעלע » 14/6/2011 20:52

איך אנטשולדיג מיר פארן אינטערשאצן די קרית יואלע נאמבערס

צום ענין, שכח

have_hope » 14/6/2011 21:24


די פיקטשערס ווי אזוי זיי האבן אנגעגרייט זייער ביהמ"ד צו קענענן אויפנעמען די טויזענטער געסט רעדט פאר זיך אליין, לויט די פיקטשערס זעט מען קלאר אז זיי זענענן די גרעסטע קהלה און וומסב"ג נאך פאפא קהלה

מאטעלע » 14/6/2011 22:21

פון וויפל באשטייט פאפא וויליאמסבורג?

טאטלע » 15/6/2011 02:25

באקימען אין אישי



די געפלאפטע יום טוב ביי די זאוליס איז אסאך ערגער ווי דער עולם מיינט  רוב עולם איז געווען אין קרית יואל אין האט אפילו נישט געקוקט אדער אינטערסירט אויף זאוליס יום טוב אבער פין די דערמאלעזאציע דארט זעהט מען אז די פלאפס איז געווען אסאך גרעסער ווי זיי האבען זיך געקענט פארשטעלן נאכדערצו ווען מען האט אראפגעפלאשט א האלב מיליאן דאללער אין גארביטש פאר א ספר תורה וואס קיינער וויל נישט אננעמען אז עס באלאנגט פארן דברי חיים זצל + די האלב מיליאן דאללער וואס זיי האבען אויסגעגבן פאר האטעלן טיקעטס אין טומעל פי אר

כדי צו שלעפן מענטשן האבען זיי באצירט די גאנצע בית המדרש מיט קלויסטער בלעטער אויף גרינע אין געלע באליס איך געדענק נישט די נאמען אבער די דיזיינער האט געזאגט אז דאס איז זייער פאפולער אין די לאקאל טשורטש עס האט זיך אנגעהויבן א באלאגאן מענדל מאיר יאקבאביטש האט פארפירט אז א שול קומט מיט רויזן נישט קיין קלויסטער דיזיינער עס האט נישט געזומען לאנג אין ער האט אראפגעריסן אלע געלע באליס פין די ארון קודש אין דארט געלזאט בלויז עטליכע גרינע באליס אין אנשטאט דעם געכאפט פין באזאר אפאר וואזען מיט רויזען אין ארויפגעלייגט בייגעלייגט איז א בילד ווי מענדל מאיר פארעט זיך

 



[בילד – נישט אפגעהיט]


דא האט יזעהט מען די גרינע אין געלע קלויסטער באליס אויף די שטאנגען פין ווייבער שול

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]


אנפאנג האבען די ציקוקער נישט געכאפט וואס דארט גייט פאר אבער נאך א לאנגע צייט האט מען זיך געכאפט אין מען האט אים אפגעהאלטן פין ענדיגן זיין ארבעט די רעזולטאטען דארף איך נישט פארציילן אזוי האט זיך אנגעהויבן די יום טוב

 

די טיש תיקון ליל שבועות איז נישט דא די ווערטער צו באשרייבן די בישות

ציפרוה ביי אקדמות איז געלונגען צו ברענגן א גרעסערע עולם ווי פאריאר אבער זייער שוואך אז עס זאל זיך האבען אויסגעצאלט די אלע געלטער וואס מען האט געפלאשט זיי האבען אין די לעצטע מיניט געקענסלט די ברענטשעס וואס האבען געדארפט זיין אין די גאס זיי האבען נאר געלאזט 1 ברענטש פאר קינדער קעגן די שול אין די ברענטשעס אויף ביידע זייטן פין די גאס האט מען נישט געמאכט אזוי איז אלעס געגאנען מיט א שלעכטע טעם אין מויל ביז די נעילות החג וואס האט זיך איבערגעחזרט היסטארישע בזיונות די האלבע בית שני איז געווען פארמאכט אין די פאליש איז געווען פארמאכט די בחורים זענען געשטאנען אויף ליידיגע סטעיזשעס נאר אויף מזרח איז געווען ברענטשעס שטריימליך איז געווען צו פארמעסטן מיט פאפא אין די באגלייטן האט זיך גענדיגט מיט מער פרויען ווי מענער באגלייט מיט שווערע דעפרעסיע

מי שלא ראה פלאפ זו לא ראה פלאפ מימיו

היראים » 17/6/2011 00:12

עטליכע טעג נאך די דורכפאל ווען כ"ק ר' לייבוש האט זיך אנטזאגט עולה צו זין אינעם ס''ת, טראץ וואס עפ''ל האט יצחק אהרן פילאפ געברענגט אז ר' לייבוש האט אים געזאגט אז ער וויל עולה זיין מאנטג אינדערפרי אונעם ס''ת, ר' לייבוש האט געזאגט אז ער זעהט נישט קיין שום ראי' אז דאס האט עפעס מיטן ד''ח און אפי' אויב יא וויל ער קודם הערן פון א באגלייבטע סופר אז די ס''ת איז כשר און ראי' צו מאכען א ברכה, איז ענדליך געלונגען אז ירושלימער רב האט היינט געאווענט ביי "זופניק אינדערהיים" עולה צו זיין אונעם ס"ת.......

מאטעלע » 17/6/2011 03:21

היראים איך וויל דיר בעטן אויב האסטו פרוף אז די מעשה מיטן פשעווארסקער איז אמת, פארצייל מיר עס זיי מוחל אין אישי, אדער גיב מיר אן אדרעס ווי זיך נאכצופרעגן.

היראים » 17/6/2011 04:09

דאס האב איך געהערט נעכטן און אז די דארפסט פרוף: דאס אז יצחק אהרן פילאפ האט געברענגט די א"ג מעסעזש דאס קענסטו זעהן אויף זייער פארום און אז ער האט נישט עולה געווען, איז די מציאות וואס זיי לייקענען דערוויל נישט זיי געבן נאר אויס די ווייטאג אויף דעם יענעם,

היראים » 20/6/2011 02:01

זעה איך גיט משה שמואל'ס זון אברמי דרייווט דעם גאב''ד?
האט דאס עפעס מיט די שחרית ביי משה שמואל אינדערהיים?

איז דאס נישט ליצנות געמאכט פין גאב''ד?
קען איינער דאס מסביר  זיין?

[בילד – נישט אפגעהיט]

משהלע » 20/6/2011 19:00

וואס איז שלעכט? ווער האט געדרייווט דעם דברי יואל אדער ברך משה? וואס האסטו געוואלט אז ר' טודרוס זילבער אדער ר' חיים דוד כ''ץ זאל דרייווען?

SatmarBum » 7/10/2011 01:30


http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=32449


[בילד – נישט אפגעהיט]  
המסע נחתם עם הספר של ה'דברי חיים' • תמונות
האדמו"ר מרחמסטריווקא ששהה בארה"ב הגיע להתפלל בבית משה זופניק, המחזיק בספר התורה של ה'דברי חיים' מצאנז זי"ע • האדמו"ר עלה לתורה, ערך הגבהה - ושב ארצה
משה ויסברג, בחדרי חרדים 18:18 22/09/2011
[בילד – נישט אפגעהיט]
האדמו"ר עם ספר התורה של ה'דברי חיים'. צילום: בחדרי חרדים   
 
[בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]8
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarBum » 7/10/2011 01:38

* xcodebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab" height="500" width="700" classid="clsid:D27CDB6E-AE6D-11cf-96B8-444553540000" > <*

תוקן על ידי SatmarBum ב- 07/10/2011 01:40:35