היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » הדרא דלא אפשר למפרט בשפותא: רבבות בצל הקודש שבועות אין ווילי...

הדרא דלא אפשר למפרט בשפותא: רבבות בצל הקודש שבועות אין ווילי...

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2897853

בצל_הקודש » 10/6/2011 05:54

הדרא דלא אפשר למפרט בשפותא: רבבות בצל הקודש שבועות אין וויליאמסבורג
רבבות תלמידי וחסידי סאטמאר געפינען זיך יעצט אצינד אונטערן רישומא קדישא פונעם היסטארישען יו"ט שבועות שנת ה' תשע"א לפ"ג וואס מ'האט געהאט די זכי' מיטצולעבן אויף א זעלטענעם דערהויבן פארנעם במקום שהתפללו בו אבותינו ורבותינו הקדושים זי"ע בצילא דמהימנותא קדישא פון ממלא מקומם וממשיך דרכם אבינו רועינו הוד כ"ק מרן אדמו"ר עטרת תפארת ראשינו שליט"א במקהלות רבבות חסידים פון די נאנט און פון די ווייט אין שפיץ פון הרבנים הגאוה"צ רבני ודייני קהלתינו שליט"א פון איבער די וועלט וועלעכע האבן געוויילט אויף יו"ט בצל הקודש אין שטאט וויליאמסבורג,

אצינד א שעה נאכן זמן שטייען טויזנטער אידן זקנים עם נערים אין א בחינה פון קשה עלי פרידתכם צונויפגעפרעסט אין ביהמ"ד הגדול ביים שלחן הטהור נעילת החג ווי מ'קען זיך שווער שיידן נאך אזא דערהויבענעם יו"ט וואס איז געווען איין קייט פון התעלות ותענוג רוחני וואס וועט בלייבן איינגעקריצט ביי די פילע טויזנטער חסידים,

א פונקליכע באריכט פונעם יום טוב און ספעציעל פונעם היסטארישען הכנסת ספר תורה פון מרן בעל דברי חיים מצאנז זי"ע במקהלות רבבות אלפי ישראל ביום א' דשבועות העעל"ט וועט נאכפאלגען בעז"ה.


תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 10/06/2011 19:32:09


דזשיגאן » 10/6/2011 09:21

איך בין נישט דאהי געווען יום טוב, נאר איידער איך בין געקומען קוקן דעם אשכול האב איך געזען ווי די אהרונים טאנצן און שפרונגן, מ'שומפט און מ'שעלט ווי זייער אלטע שטייגער קללות. שטעל איך זיך פאר אז דער יו"ט איז געווען דערהויבן העכער אלע קלימאקסן.
 
זעץ פאר מיט א רעפארט ביטע.
 
(נ.ב. האט איינער אפשר געזען אויף דעם פורום א אשכול וואו מ'רעדט פון דעם דזשיגאן עם הארץ'נס יום טוב?)

סטראבערי » 11/6/2011 00:16

אשריך סאַַטמאַר! ואשרי עין ראתה!
           
ווי זאל איך אנהויבן?

  • פון'ם זכי' וואס מיר האבן צו האבן אזא לעכטיגן רבי'ן וואס יעדע געלעגנהייט שיינט מער און מער ארויס די חסדי השם, אשר השבית לנו גואל?!
  • פון די שווערע טויזענטער טויזענטער געסט, מסלתה ומשמנה פון די גאנצע וועלט!?
  • פון האבן די זכי' צו האבן אלע דייני סאטמאר פון וויליאמסבורג, ניי- וויליאמסבורג, ירושלים, ב.פ., ק"י, מאנטריאל, אנטווערפן,אונטער איין דאך?!
  • פון די הערליכע זעלטענע ארבעט וואס די עסקנים האבן דעליווערט משך'ן יו"ט, א טאטאל סוקסעס!?
  • פון די הערליכע בילד וואס האט זיך מיר אנטפלעקט אריינטרעטנדיג צו מנחה אין גרויסן ביהמ"ד פרעכטיג אויסגעצירט ווי קיינמאל בעפאר?! 
  • אנגעפאקט עד אפס מקום מיט געסט פון איבעראל!?
  • די התעוררות וואס יעדער האט געשפירט ביים היסטארישען שחרית דאווענען, וואס די געפילן זענען געלאפן אן קיין אפשטעל: אז אט אט גיי מיר האבן די זכי' צו מיטהאלטן א ליינען אין א ספר וואס די הייליגע צדיקים האבן געליינט און אין א ספר וואס אזעלכע צדיקים ווי דער הייליגער תפארת שלמה האט עולה געווען!!?
  • די אהבה רבה וואס סאטמאר האט זעלטן ווען אזאנס געזען, די ביהמ"ד פון מזרח צו מעריב, צפון צו דרום איז איין שטיק פלאם, און די פארצייטישע ניגון דביקות ווערט וואס א מינוט העכער און קאכעדיגער?!!
    - אה! הלואי נאכאמאל יעצט! אזא טרערן-פולע אהבה רבה!
  • די שיינע הלל, ווי די רבי זינגט פאר יעדע שטיקל און ס'דאכט זיך אז די ווענט זינגען מיט!?
  • תיכף נאך שחרית די ביטער-זיסע געדרענג ווי די גאנצע עולם ווארפט זיך ווי ים-כוואליעס,
    אבער ווער פילט יעצט עפפעס?:
    אלעמענ'ס אויגן איז יעצט געוואנדן צום צענטער פונקט: צום מעריב פאליש טיר, 
    די עקנים האבן שוין כמעט אויפגעגיבן אין גאַס צו האלטן ארדענונג, אלע גאסן ארום זענען שווארץ פון מענטשן 
    "אנה יכנס כל זה???"
  • א שנעלע בליק אויפ'ן טערמעסטאט צייגט גאנצע 100 דעגראד!, 
    אט הערט זיך א ממש א אויפרייס די גאנצע שוהל אויף מעריב זייט ברעכט אויס אין א געזאנג! עליונים ששו ותחתונים עלזו! בקבלת תורה מסיני! עס כאפט זיך זיך אריבער ווי הייליג פייער צום גאנצען ביהמ"ד, יעדע אינטש איז געדרענגט, אלעס טאנצט דאכט זיך דער ארון הקודש טאנצט מיט!
  • און אט באווייזט זיך דעם רבי'נס צורה מיט'ן ספר תורה! 
  • אלעמענס קעפ שפרינגען ספאנטאן אויף! די צאנזע ספר תורה איז דא אין ביהמ"ד! 
    די רבי גייט יעצט ארויף אויפ'ן סטעידזש וואס מ'האט יעצט אין סעקונדען אויסגעלייגט רינגס און ארום דעם ביהמ"ד, נישט מעגליך מיטצולויפן קוים וואס רבי זלמן לייב פעלדמאן דאריאגט דעם רבי'ן, מ'דארף זיך רייסן מיטן עולם וואס וויל גיבן א קיש דעם ספר! 
    משה גבאי איז יונג געווארן מיט צוואנציג יאר... ער לויפט פלינק נאך דעם רבי'ן!
  • מ'הייבט אן דעם 6ט'ן הקפה ניגון מענטשן פליען אויף אלע זייטן, ביי די טירן רייסט מען זיך אריינצו שטופן אין'ם היכל, מורא'דיג!
    יעצט הייבט אן די קאפעליע א באוואוסטע אלטע צאנזע'ר ניגון, יעדער ווערט מיטגעריסן אלעס שפרינגט!
    אט הייבט די רבי שליט"א אויף דעם ספר אין די הייעך אין די הויעך!
    און טאנצט מיט אזא התלבות "וגילו ברעדה" א מחזה וואס וועט קיינמאל אי"ה נישט פארגעסן ווערן פון אונז און די קינדער! - דאן די ניגון "
    ק-ה זכות אבות יגן עלינו" עלטערע יודן האבן זיך געווישט די טרערען זעהענדיג ווי די יונגע דור האט אזא געפיל פאר א חפץ פון א צדיק! "לנצח על מלאכת בית ד'"
  • די רבי זי"ע שרייבט אין די הקדמה צום ויואל משה 'בזכות אבותי ורבותי', האט ער געזאגט אז 'רבותי' מיינט ער די צאנזע רב! דער קדושת יו"ט פלעג ער זאגן איז געווען א שטיק צאנז!
  • עס געדענקט זיך גוט ווי די רבי האט אנגעהויבן די של"ש תורה פ' משפטים "היינט 60 יאר איז די טאטע אוועק פון אונז, די טאטע האט נאך געהאט דעם הייליגן צאנזער רב, מיר האבן שוין גארנישט!"
  • און דא האבן מיר געפילט א שטיקל קשר מיט די אלע צדיקים, די עקסטאז און די הערצה וואס יעדער זקינים ונערים האבן ארויסגעוויזן און אליין געפילט, ווייזט אט דאס אז יעדע רייסט זיך אזוי א בליק צו טאהן, ווער רעדט נאך דער וואס האט א קיש געטאהן! דאס איז א עדות אז עוד יוסף חי! 
  • צוריק צום מעמד אט גייט די רבי צום ארון הקודש לייגט אריין דעם ספר' יעדע וועג פון'ם ספר נעמט 10 מאל אזוי לאנג סיי צוליב'ן געדרענג און סיי וויל יעדער קריכט אויף טיש און בענק א קיש צו טאהן!
  • אט הערט זיך די רבי'ס שטימע מלא התרגשות אבער פעסט "לדוד מזמור לד' הארץ ומלואה תבל ויושבי בה!" אויך וואס דער עולם ענטפערט נאך מיט א דונער!
  • מ'פירט דעם ספר צום בלעמער,
    מ'רופט אויס די סאטמאר בארא-פארק'ער דיין שליט"א פאר - כהן,
  • טויזענטער מענטשן הייבן אן זיך צו שטופן צום פארנט פון באלעמער וואס איז שוין אזוי אויך אנגעלייגט, אז א נאדל גייט נישט אריין.
  • על הטוב יזכר, די שמש ר' זלמן לייב  וואס האט אראפגעלייגט אזא געניטע ארבייט צום באוואונדערן, בעיקר פאר'ן ארבייטן איבערמידלעך דער עולם זאל נישט שטיין פארנט פון באלעמער, אזוי האט יעדער געקענט מיטהאלטן די קריאה!
  • א שטילקייט באפאלט דעם עולם, און די רבי הייבט אן "אקדמות מילין ושריות שותא"
  • די שטימעס ווערן העכער און העכער, איה הסופר ואיה הדיו וואס זאל דאס באשרייבן?!
  • מ'ענדיגט מיט א לייב'ס געשריי "צבי וחמיד ורגיג ונתן לן אורייתא!"
  • א עלעקטראנישע שטראם באהערשט דעם עולם, און דער דיין שליט"א, -אליינס א אייניקל פון'ם דברי חיים - הייבט אן מיט א קול געשטיקט "ב-ר-כ-ו  א-ת  ד'  ה-מב-ו-ר-ך!"
  • דאן הייבט די רבי אן צו ליינען מיט א זעלטענע נעימות, ס'דערקענט זיך אז ער האלט איין די געפילן אין זיך, "א-נ-ו-כי-  ד'- א-ל-ו-ק-י-ך-  א-ש-ר- וכו'" 
  • אשרי אוזן! וואס האט דאס מיטגעהאלטן: א לעכטיגע קריאה!
  • די דיין מאכט א מי שברך פאר קהל יטב לב-באראפארק, מיט א נגיד וואס האבן אים געקויפט די עלי'.
  • צו לוי האט עולה געווען די סאטמאר דיין אין מוירטל, און געמאכט א מי שברך פאר ר' שלמה יודא מאשקאוויטש און נאך איינעם ווואס האבן אים עס געקויפט.
  • צו שלישי האט עולה געווען ר' משה שמוא'ל'ס טאטע, וואס די קינדער האבן אים געקויפט.
  • צו רביעי איז עולה פאיע'ר רב שליט"א, דאן מאכט ער א מי שבירך פאר בני ר' יעקב נחמי' יאקאבאוויטש ע"ה וואס האבן אים עס געקויפט.
  • צו חמישי איז עולה די רבי שליט"א, די התרגשות פון'ם עולם איז אויפ'ן העכסטן אקטאווע וואס איז שייך! 
  • צו הגבהה רופט מען אויס ק"י דיין שליט"א
  • צו גלילה רופט מען אויס הרב הגאון ר' יצחק אהרן פילאפף פון אנטווערפן, ער מאכט אויפ'ן בקשה פון פשעווארסקע רבי א מי שבירך פאר מורינו רבי חיים ארי בן מורה מורינו רבי יעקב.
  • (אגב, פשעווארסקע רבי האט גערופן דעם רבי'ן אז ער איז דא נעקסטע וואך און ער האט זייער חשק צו עולה צו  זיין אין'ם ספר.)
  • צו מפטיר איז עולה מאנטריאלע דיין שליט"א, עלי' געקויפט דורך הנגיד רבי מרדכי קאהן - פון מאנטריאל 
  • אזוי אויך האט מאנטריאלע דיין צוריקגעפירט די תורה צום ארון הקודש, א וועג פון 20 מינוט....
  • צו הגבהה אויפ'ן 2ט'ן ספר איז עולה דער ירושלימע'ר דיין שליט"א 
  • און גלילה איז רבי יעקב יאקאבאוויטש הי"ו
    ________________________
    כך מעשהו בשני'!
  • אומגלויבליך! 2ט'ן טאג איז גארנישט ווייניגער געווארן דער עקסטאז!
  • ווען ר' זלמן לייב שמש האט געברענגט די ספר תורה פון'ם נייעם סעי"פ - וואס איז אינסטאלירט געווארן אין קהל,
    [אזוי אויך אינ'ם רבינ'ס הויז איז אינסטאלירט געווארן א נייע סעי"פ]
    9 אזייגער צופרי, האט ער זיך געמוזט אפשטעלן א האלבע שעה אויפ'ן ארון הקודש! און ס'האט זיך תיכף פארמירט לאנגע שורות א קיש צו טאן דעם ספר! 
    (הפנים, ער האט געמיינט אז אזוי וועט מען שוין נישט היינט שטופן ביים טראגן, און ברענגען די תורה צום באלעמער...)
  • צום ליינען האט היינט געליינט רבי יושע הענדלער, וואס האט נישט געקענט באהאלטן זיין התרגשות ביים ליינען און געליינט מיט א קענטיגע איבערגענומענקייט!
  • צו כהן האט עולה געווען, הנגיד רבי יענק'ל כהנא - דער ראש הקהל,
    געקויפט דורך זיין איידעם הנגיד 
    רבי בעריש בערגער פון לאנדאן
  • אזוי אויך האט רבי יענקל גע'שנדר'ט 10 טויזענט דאללער פאר בדק הבית קאמפיין!
  • לוי האט עולה געווען רבי שמוא'ל קרויס פון קר"י, געקויפט דורך זיינע קינדער און איידעמער
  • שלישי - רבי עזראיל גליק - משב"ק, און געמאכט א מי שבירך פאר הנגיד רבי ישראל גב"ג וואס האט אים עס געקויפט.
  • רביעי - הנגיד רבי ישראל גב"ג פון קרית יואל, געקויפט דורך זיינע קינדער.
  • חמישי - די רבי שליט"א
  • הגבהה - הנגיד הזקן רבי יושע לעפקאוויטש פון בארא-פארק
  • גלילה - הנגיד רבי לייבל פריעדמאן פון באראפארק
  • 2טע ספר הגבהה הרה"ח רבי שלום קרויס פון אנטווערפן

  • אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו!- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -
    *
  • ריזיגער נעילת החג און באגלייטן, מיט די היסטארישע דברי ברכה פון'ם רבי'ן - אי"ה קומענדיגע געלעגנהייט.
    *
  • נ. ב. ס'איז געשריבן געווארן 1) אין גרויס איילעניש און 2) אין א צייט ווען די געפילן לויפן נאך גאר גאר הויעך, במילא האב איך זיכער ארויסגעלאזט חלקים, ועוד חזון למועד.
  • - און די וואס האבן א בעסערן פעדער פון מיר, זענען מכובד!





 

דזשיגאן » 11/6/2011 00:36

סטראבערי, איך האב נישט די ווערטער דיר צו באדאנקן פאר דעם היסטארישן געפילישן רעפארטאזש. דו האסט מיך ממש מיטגעשלעפט אין דעם עקסטאז און התלהבות וואס האט געהערשט יום טוב בחצר הקודש.
 
אשרי עין ראתה!

דזשיגאן » 11/6/2011 00:41

וויפיל מ'הערט קומט זיך הויפענס קרעדיט פאר דעם בארימטן עסקן נמרץ לטובת חצה"ק סאטמאר הר"ר אייזיק דאסקאל הי"ו וועלכער האט אראפגעלייגט דעם יום טוב א פענעמאלער ארבעט. הן ביי די לעכטיגע טישן, און הן ביי דעם געהויבענעם הכנסת ספר תורה, דער הייליגער נעילת החג טיש און דער פייערליכער באגלייטן.

ספרינטער » 11/6/2011 00:41

די בעסטע פעדער מיט די שענסטע גזמאות קענען נישט און וועלן נישט קענען ארויסברענגען די דערהויבענע געפילן וואס האט זיך אפגעשפילט אין דעם הייליגן בית המדרש, אלטע ווי יונגע זענען אלע געשפרינגען אין די לופט [נאסע לופט] פון גרויס התלהבות!!!

הנגיד_רבי » 11/6/2011 00:43

סטראבערי
שפתיים ישק, ביים ליינען האב איך באמת געשפירט ווי איך גיי איבער דעם יו"ט איבערלעבעניש פון דאסניי.

איין הערה, ר' יצחק אהרן פילאפף איז ר' ליבבוש'ס נעפיו, און ביים זיך געזעגענען האט אים ר' לייבוש געבעטן 2 זאכן איינס ער זאל אין אינזין האבן ביי די תורה, און ער זאל אים מאכן א מי שבירך.

נאכאמאל א ריזן ייש"כ פאר'ן ווארימען באשרייבונג 

ספרינטער » 12/6/2011 07:51

עס איז נאך אלץ דאס געשפרעך איבעראל.

polen » 13/6/2011 18:38

פארוואס ברענגט קיננער נישט קיין בילדער פונעם ׳ריזיגן׳ עולם???

סטראבערי » 13/6/2011 21:09

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי סטראבערי ב- 13/06/2011 21:35:22




תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 15/06/2011 02:17:17


סטראבערי » 13/6/2011 21:13

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי סטראבערי ב- 13/06/2011 21:31:19




תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 15/06/2011 02:17:41


סטראבערי » 13/6/2011 21:17

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי סטראבערי ב- 13/06/2011 21:29:34




תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 15/06/2011 02:18:02


מאטעלע » 13/6/2011 23:26

טיפע כוונות אבער גראדע נישט אזא קלאסישע ארבעט!

ספרינטער » 13/6/2011 23:39

שוין לאנג נישט געווען קיין געלעגנהייט פאר די בחורים צו בויען עפעס, די פסוקים זענען טאקע שיין, אבער זיי זענען זאך נישט עקספיריענס צו בויען
מאטעלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
טיפע כוונות אבער גראדע נישט אזא קלאסישע ארבעט!

זעליג_כהן » 14/6/2011 22:58

בריך רחמנא דיהיב ימים טובים לישראל!
אזא שיינע יו"ט לאזט אקסידזשען אין די בלוט פאר א שיין שטיק צייט.
און ס'איז ווי א אינזל פון רואיגקייט אין דעם היינטיגן שטורמישן לעבן ווי אלעס דרייט זיך ווי א צויבער ראד....

ביי די וועי, א גרויסע ייש"כ פאר הער סטראבערי זייער א שיינע לעבעדיג-פארביגן דעסקריבשען פון די יו"ט!

מיטטעלמאן » 15/6/2011 04:54

די ביהמ"ד און די גאסן אויסגעצירט לכבוד די הכנסת ס"ת
[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

הנגיד_רבי » 15/6/2011 05:45

'ספר המיליון' הוכנס לסאטמר בשבועות • תמונות
בעיצומו של חג השבועות חגגו חסידי מהרי"י מסאטמר את הכנסת ספר התורה של בעל ה'דברי חיים' מצאנז, שנרכש תמורת סכום אגדי • 'בחדרי חרדים' עם סיקור ותיעוד בלעדי
משה ויסברג, בחדרי חרדים 15:34 14/06/2011


http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=28666



תוקן על ידי הנגיד_רבי ב- 15/06/2011 05:45:23

SatmarBum » 15/6/2011 13:06

לויט די תקנות הפארום איז נישט ערלויבט צו לייגן דא קיין בילדער פון אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, מען קען ווערן אויסגעשפארט פאר דעם. ההנהלה


תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 15/06/2011 14:05:35

SatmarBum » 15/6/2011 16:35


http://matzav.com/photos-taken-on-shavuos-at-hachnosah-in-satmar-of-divrei-chaims-sefer-torah-purchased-from-jeruchem-brothers


Photos Taken On Shavuos at Hachnosah in Satmar of Divrei Chaim's Sefer Torah Purchased from Jeruchem Brothers

Wednesday June 15, 2011 8:25 AM - Leave a Comment

[Photos below.] On the first day of Shavuos, a hachnosas Sefer Torah of a Sefer Torah used by the Divrei Chaimof Sanz, the founder of the Sanz dynasty, and later by his oldest son, the Shinever Rov, was held. The Sefer Torah was recently purchased by Rav Zalman Leib Teitelbaum of Satmar, a descendant of the Divrei Chaim, from other descendants of the Divrei Chaim who had inherited it from their forefathers.

The Sefer Torah was sold by Rabbis Mosheh and Chaim Yitzchak David Jeruchem, who inherited the Sefer Torah.

The hachnosas Sefer Torah took place on the first day of Shavuos after Shacharis. The Sefer Torah was used for Krias HaTorah and Rav Zalman Leib Teitelbaum received an aliyah in the special Sefer Torah.

Many of today's chassidishe rabbinical families trace back to Rav Chaim Halberstam zt''l (1793-1876), revered Sanzer Rav and author of the Divrei Chaim.

The Divrei Chaim had fourteen children. The two youngest sons survived into their nineties and were murdered in the Holocaust. Miraculously, a few religious items that belonged to the Divrei Chaim survived the Holocaust and are priceless. They include a Sefer Torah, a Sefer Torah crown, a kiddush cup, and some other singular items.

The Jeruchem brothers who were in possession of the Sefer Torah sold it to Rav Zalman Leib Teitelbaum several weeks ago.

See below for photos taken on Shavuos, at the hachnosas Sefer Torah, by a non-Jew, Stefano Giavonnini:


{Shmiel Gellman-Matzav.com Newscenter}

https://picasaweb.google.com/matzav613/PhotosTakenOnShavuosAtHachnosahInSatmarOfDivreiChaimSSeferTorahPurchasedFromJeruchem




http://www.vosizneias.com/85172/2011/06/07/brooklyn-ny-historic-sefer-torah-to-be-brought-to-satmar-shul/


Brooklyn, NY - In a historic event, a Torah written in the 1800's, owned by a noted hasidic rabbi and passed down to his descendants for six generations will be brought to the Satmar synagogue at 152 Rodney Street on Wednesday June 8th. The procession, will take place from 12 noon to 3 PM, and will begin at 550 Bedford Avenue.

Thousands attend this event.

The Torah which belonged to Rabbi Chaim Halberstam, the Sanzer Rebbe, is of great historical value not only because of its age but also because many of today's Hasidic leaders are direct descendants of the Sanzer Rebbe. It was bought by a Williamsburg philanthropist for the sum of $500,000 in honor of the Satmar Rebbe, himself a descendant of the Sanzer Rebbe.

After being used in the synagogue on the holiday of Shavuos, it will be stored at an undisclosed secure location.




תוקן על ידי SatmarBum ב- 15/06/2011 16:35:41

SatmarBum » 15/6/2011 16:39

SatmarBum כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לויט די תקנות הפארום איז נישט ערלויבט צו לייגן דא קיין בילדער פון אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, מען קען ווערן אויסגעשפארט פאר דעם. ההנהלה


תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 15/06/2011 14:05:35




די בילדער איז נישט פון רבי
עס איז פון די עולם טאנצען אידרויסען אויפן גאס געכאפט דורך א גוי

SatmarNews » 16/6/2011 02:53

העדה פרשת שלח
[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי SatmarNews ב- 16/06/2011 02:51:46

HTML clipboardSatmarNews


דאסטערס » 16/6/2011 05:42

זייער שיין געווען אבער נישט געווען קיין פלאץ עס איז געווען א ריזיגע עולם קוים וואס די רבי האט געקענט גיין צוויי טריט אן וואס ער זאל נישט כאפן א זעץ שוין אפגערעדט אויפן וועג פון און צום באלעמער

מאטעלע » 16/6/2011 07:31

דאסטערס אין בין נישט מחולק מיט דיר אין מציאות אבער די וועג וויאזוי דו לייגסט עס אראפ לאזט זיך הערן אז דו ביזט נישט געוואוינט זיך אויסצודריקן אויף א גרויסער עולם... די רבי..געכאפט זעצעס....

ספרינטער » 17/6/2011 07:59

אין דער איד איז עס זייער שיין באשריבן, אויך איז דא א קעסטל מיט די ווארימע דברות קודש וואס די רבי שליט"א האט געווינטשן ביים באגלייטן.

SatmarNews » 17/6/2011 14:39

סוג » 20/6/2011 23:59

[בילד – נישט אפגעהיט] 

תוקן על ידי סוג ב- 21/06/2011 00:16:30

סוג » 21/6/2011 00:17

המודיע
[בילד – נישט אפגעהיט]

סטראבערי » 21/6/2011 01:12

ייש"כ סוג
פון ווי איז די אויסשניט, מיט'ן קעפל "תורת חיים"?

חמץ_גמור » 21/6/2011 01:32

סטראבערי
פון די צייטונג 'בקהילה'

סוג » 27/6/2011 20:20

מאגאזין "מורשה"
[בילד – נישט אפגעהיט]

קארופציע » 27/6/2011 20:43

די מעשה מיטן פשעווארסקן רבין איז שוין עפעס 'ספייסי'

עםהארץל » 29/6/2011 02:28

עס ציפט גוט, הא?

SatmarBum » 7/7/2011 06:06

דירעקט לינק צו דער פייל פונעם קונטרס "בספר חיים" וואס איז פארטיילט געווארן פארגאנגענעם יו"ט שבועות בחצר הקודש סאטמאר, צו די היסטארישע חגיגת הכנסת הספר תורה של הרה"ק רבינו מצאנז זי"ע, ע"י נכדו כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א
בספר חיים



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 07/07/2011 15:13:07

הנגיד_רבי » 6/9/2011 05:59

ווייסט איינער אויב די ספר גייט גענוצט ווערן בימי ימים נוראים אדער שמחת תורה?

זעליג_כהן » 30/10/2011 22:29

ס'איז נישט דורך א טאג זינט דעם גרויסן געשעעניש וואס די ארונים זאלן נישט זיים ביזי מיט דעם, יעדן טאג א פרישע אשכול.
סארא געלעכטער.

אזוי ארים איז זייער רבי ער שטעלט זיי נאר צו איינמאל א חודש צו האבן פון וואס צו רעדן (= זיינע פאני דרשות, אזוי ווי למשל ביי די באגלייטן "פון קאפ ביז פיס דרשה.... וד"ל)

פריינדליך » 31/10/2011 02:52

זעליג. דו ביסט פונקט ווי דער קלויזענבורגער וואס פלעגט אייביג רעדן אויפן רבין ז"ל ווען ער פלעגט רעדן פון צניעות און חטא הידוע. דו ביזט אזוי קראנק אויף אים. ווי דער פ. האט געזאגט: דער אהרן מאכט מיר ממש קראנק. זאל ער שוין פגרן.... רעדט ער פון צניעות? איז ער א חזיר. רעדט ער פון תורה. איז ער א בעל גאוה. אז ער וועט רעדן פון דיינע יענקיס וועסטו צופרידן זיין???

liner1 » 31/10/2011 05:42

ווער איז דאס פ.?

סעלפאן » 31/10/2011 16:38

פישער.