צענטראלער אשכול: אהרונישע קללות אויפן ספר תורה פון הייליגן דברי חיים
ווי באקאנט האט מרן רבינו שליט"א זוכה געווען עס דער הייליגער ספר תורה פון זקנו מרן הרה"ק הדברי חיים מצאנז ע"ה איז אנגעקומען לידו. ווי פארשטענדליך האט דער צד שכנגד גלייך אנגעהויבן מיט א שמוץ קאמפיין, נעמליך זייער מנהיג האט דאס נישט באקומען, נישט אז איר זאלט דאך איינרעדן אז ער האט דאס געדארפט, נאר פשוט זיי היטן אויפן כבוד פון דברי חיים. אלזא איז פאסיג צו עפענען א אשכול צוזאמקלייבן אלע קללות און געבעקסן וואס איז שוין ארויסגעקומען פון די אהרונים, און סוף דבר לאכן א גוט'ס.
איך הייב אן מיט די וואס כ'דענק, און איך בעט דער עולם זאל העלפן
* דער ספר תורה הייבט נישט אן צו זיין דעם דברי חיים'ס, די ירוחם ברודער האבן דאס איינגעטונקן אין קאווע, געל געמאכט, און פארקויפט פאר רבינו שליט"א.
* דער דברי חיים האט קיינמאל נישט געליינט אין קיין תורה בכלל, איז דאך דער גאנצער מציאות פון דעם ספר תורה הוילע געלבמאן געשיכטעס.
* משה שמואל זופניק האט געקויפט דעם ספר תורה פאר זיך, ר' זלמן לייב גייט דאס ניטאמאל באקומען.
* באבוב און דער דזשיגאן עם הארץ האבן "אפגעווארפן" דעם אנבאט צו קויפן דעם ספר תורה ווייל עס איז נישט דעם דברי חיים'ס.
* באבוב און דער דזשיגאן עם הארץ האבן "אפגעווארפן" דעם אנבאט צו קויפן דעם ספר תורה ווייל עס איז פסול.
* דער ספר תורה איז א ספרד'ישע ספר תורה געשריבן לויט זייער מסורה.
* דער דברי חיים אין זיינע תשובות שרייבט אז זיין אייגענע ספר תורה איז פסול.
* דער גאנצער ספר האט נישט קיים שום ווערד, ווייל א ירושה חפץ האט נאר די קדושה ווען עס ליגט ביי אזא קדוש ווי אהרן טייטלבוים. אבער איינמאל עס ליגט ביים יונגערן ברודער איז די קדושה אויס.
* זייט ווען גיבט מען אויס געלט פאר א ירושה ספר תורה? אויף א קאפל און גארטל האט מען שוין געהערט, אבער א ספר תורה, מאן דכר שמי'.