היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » פרישע "היסטארישע קליפ" ישראלישע סאלדאטן נעמען איבער די הר הב...

פרישע "היסטארישע קליפ" ישראלישע סאלדאטן נעמען איבער די הר הב...

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2897278

lankee » 5/6/2011 23:41

פרישע "היסטארישע קליפ" ישראלישע סאלדאטן נעמען איבער די הר הבית אין 1967

FiveBoro » 6/6/2011 00:29

איך וועל זיך נישט שטעלן אויף דאס ווארט "היסטארישע", ווייל לדוגמה א בילד ווי מען ברענגט אום אידן רח"ל ביים צווייטן וועלט קריג ווערט אויך באצייכנט אלס היסטראיש..

אבער א צווייטער תיקון טעות: ציוניסטישע סאלדאטן.

געגאנגען » 6/6/2011 07:02

נעבעך א רחמנות אויף די פרומע ציונים, איבעראל קומען זיי נעבעך אן שפעט.

דוקא היינט, ווען כמעט אלע פון די גענעראלן וועלכע האבן איינגענומען דעם הר הבית באוויינען יענעם טאג, זענען אנגעקומען די פרומע רעכטע עקסטרעמיסטן און איבערגענומען די 'שמחה' פונעם 'יום ירושלים'.

מ'קען זיין רואיג אז ווען אפילו אביגדור ליבערמאן וועט שוין איינזען אז מ'מוז צוריקגעבן די אקופירטע שטחים וועלן דוקא די ליטווישע און חסיד'ישע ציונים איבערדרייען די שטאט אז מ'מוז עס אנהאלטן פאר יעדן פרייז.

א וואונדער אז זיי האבן לעצטנס אנגעהויבן צוביסלעך צו כשר'ן דעם צה"ל?!

נאר פשוט א רחמנות אויף די אידישע קרבנות וועלכע ווערן אומגעברענגט רח"ל אויפ'ן מזבח פון די ציוני'סטישע עבודה זרה, און פאר גארנישט און נישט, ווייל אין די ענדע וועלן זיי עס במילא מוזן צוריקגעבן.