היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » היסטארישע ווידיאו'ס: צען יאר צו די וואלן אין סאטמאר תשס"א

היסטארישע ווידיאו'ס: צען יאר צו די וואלן אין סאטמאר תשס"א

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2896939

היסטאריע » 3/6/2011 05:25

אין די וואכן ווערט אפגעצייכענט צען יאר פון די היסטארישע וואלן אין ק"ק סאטמאר וועלכע איז פארגעקומען אין די וואכן פון ספירה תשס"א.

אויב מ'וועט אנהייבן שרייבן וועט מען קיינמאל נישט ענדיגן, און מיר ברענגן אייך דא די ווידיאו איר זאל אייך אליין איבערצייגן אין די אלע פאקטן פון די דעמאלסטיגע געשעענישן.

בלויז א קליינע הקדמה פעלט זיך אויס צו פארשטיין וואס עס האט זיך דעמאלס אפגעשפילט.

ווינטער תשס"א האט דער רבי דער ברך משה זי"ע ארויסגעשטעלט פון די קהלה די קשר בוגדים ובראשם בערל פריעדמאן און יצחק ראזענבערג, צוליב דעם וואס זיי האבן זיך מתחצף געווען צום רבי'ן, און מער נישט געוואלט אויספאלגן זיינע הוראות. די אהרונים זענען דאן באגאנגענען א פאטאלע טעות, וואס זיי האבן אלע יארן חרטה געהאט, זיי האבן אנערקענט אין די הוראה פון רבי'ן, און זינט דאן זענען בערל פריעדמאן מיט יצחק ראזענבערג מער קיינמאל נישט ארויפגעקומען אין קהל'ס אפיס, און אויפגעהערט צו דינען זייער קהל'ישע שטעלעס.

ווען די אהרונים האבן זיך געכאפט זייער טעות און דורכפאל, האבן זיי שנעל פאררופן דעם "אלף שמות מיטונג", און געגרינדעט זייער ביז היינטיגע גלות קהילה. דער מיטונג איז פארגעקומען אין א בעיסמענט אין וויליאמסבורג, די ספינקא זאל, וואו זיי האבן דערקלערט מיט פאטאס אז זיי זענען די רוב פון די הנהלת הקהילה און פון די חברי הקהילה. אגאנצע ווינטער האט זיך געצויגן פארשידענע פארהאנדלונגען אונטערן טיש און אויפן טיש, וואו מ'האט פרובירט אויסצוהאמערן א שטיקל שלום פלאן צווישן די צוויי צדדים. אבער אן ערפאלג.

בחודש אייר תשס"א האט קהל אנאנסירט אז עס וועט פארן לעגעטימע וואלן פאר די קהלה. די אהרונים וואס האבן געוואלט ווייזן אז זיי זענען רוב פון די קהלה האבן צו דער זעלבער צייט אויך אנאנסירט וואלן, אבער ווי זייער שטייגער איז דאס פארגעקומען אויף א גלות שטייגער. קיין שום לעגטימקייט איז נישט דא געווען פארהאן. אנגעהויבן פון א גענעראל פארזאמלונג וואס דארף ע"פ די שטאטון פארקומען אין ביהמ"ד, איז דאס פארגעקומען אין יצחק ראזענבערג'ס ראוז קעסיל זאל.

ביי די וואלן גופא, וועלכע זיי האבן פראקלאמירט און געפרעדיגט ביי זייערע קעלבער אז דאס וועט פארקומען אין שוהל, איז זיי געלונגן אויף א שטיק צייט צו פארכאפן די דעמאלסטיגע בית קויפמאן שטיבל (היינטיגע בית הכסא'ס..), אבער נאך א שטיק צייט ארויסגעשליידערט געווארן פון דארט בחרפות ובבושות, און יוסי בראך האט געמוזט ברענגן א מאביל אויף ראדני וואו עס זאלן קענען אפגעהאלטן ווערן וואלן.

פון יענעם מאביל איז ארויסגעקומען די מעסעדזש קליפ און קלאר אז די אהרונים זענען נישט קיין מערהייט און ניטאמאל א מיעוט אין סאטמאר, און זיי האבן זיך געמוזט שיידן פון דעם בית המדרש הגדול אויף ראדני סטריט. עס האט זיך דאן אנגעהויבן א סעריע גלות ליידן, קודם אינעם הויף פון א פובליק סקול דערנאך קיין הופפער סטריט. אינצווישן איז נאך פארגעקומען אפאר פראבעס דורכן כת אלף שמות צו פארכאפן דעם בית המדרש הגדול, אבער יעדעס מאל האט זיך דאס געענדיגט מיט ביטערע דורכפעלער.

אין ליכט פון דעם אפצייכענונג פון די צען יאר ווען עס איז נתפרסם געווארן ווי א שטארקע רוב די אהרונים זענען, וועלן מיר ארויפלייגן קליפ'ס פון די היסטארישע זכרונות. יאוש און פארלוירענקייט, צעלאזקייט און דעפרעסיע שיינט אראפ פון די נעזער פון די קארפן קעפ. אנגעהויבן פון דעם הויפט קארפ דער דיין שלום לאנדא, וועלכע האט פון די גרויסע דאגות וועלכע זענען געליגן אויף זיין קאפ דעמאלס, פארגעסן זיין הוט אינדערהיים. און אזוי אויך לייבוש טייטלבוים, דער אומבאלומפערטער נפתלי משה אינדיג א.א.וו. ווי איר וועט שוין אליינס זען.

דער ווידיא איז די ערשטע פון א לענגערע סעריע וואס וועט ערשיינען אין די טעג. זעהט'ס און האטס הנאה.

______________________

פאר הערות און הגהות ביטע שיקט צו SatmarHistory@gmail.com



תוקן על ידי היסטאריע ב- 03/06/2011 05:37:25

היסטאריע » 3/6/2011 05:27




תוקן על ידי היסטאריע ב- 03/06/2011 05:27:34

היסטאריע » 3/6/2011 05:28

http://youtu.be/qdwL2QM6ckY

_________________

זעליג_כהן » 3/6/2011 05:29

לייג א לינק אויכעט ביטע

היסטאריע » 3/6/2011 05:32

SatmarHQ: RT @SatmarHistory: First in Series of Historic Videos: Votes in Satmar May 13, 2001, follow @SatmarHistory for updates! http://bit.ly/l7iyI9




תוקן על ידי היסטאריע ב- 03/06/2011 05:34:15

ספרינטער » 3/6/2011 06:04

די ארונים גייען זיכער שיסן א נוקלעארע באמבע אלץ נקמה פאר דעם מעכטיגע קליפ.

_________________

דאסטערס » 3/6/2011 06:08

דזשעי נעט בלאקט עס ווי אזוי קען איך עס זען?

ביידען » 3/6/2011 06:11

אה דאס ברענגט אויף געמישטע זכרונות פון איין זייט האט מען נאך מורא געהאט פונעם טעראר וואס די ארונים האבן נאך פרובירט אנצודרייען ווי מען זעט אויפן קליפ, אין פון די אנדערע זייט האט מען זיי געוויזן די וועג ארויס אין עווענטועל באפרייט די גרעסטע חסידישע קהילה פון  די טעראריסטישע נעגל,
חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

הדלקה » 3/6/2011 09:18

זכרונות......
[בילד – נישט אפגעהיט]

מאנרא_בוי » 3/6/2011 10:21

עס איז נישטא די ווערטער אין מויל, און וויפיל מ'זאל דא זען וועט מען קיינמאל נישט שפירן א אפס קצהו וואס האט זיך ווירקליך אפגעשפילט אין די הערצער פון טויזענטער חסידי סאטמאר.
 
די אהרונים האבן שוין פון יענעם זונטאג אנגעהויבן צייגן זייער ראסיסטישע מהלך. זיי האבן געשריגן אויף מייק'ס מיאוס'ע לאזונגען, פארשעמט און געשלאגן מענטשן. אזוי אז עס פאר יעדן בר דעת קלאר געווען וואס דער ציהל פון די חברה איז, די חברה זוכן נישט צו ראטעווען קיין קהלה, נישט אפשוינען דעם כבוד פון ברך משה, בלויז איין זאך: אני אמלוך אני ולא אחר. און ווי נאר מ'האט געזען אז דער חלום הייבט אן אויסרינען ווי א זייפן בלאז, האט מען אנגעהויבן מתיר זיין אלעס, פון שלאגן, שרייען און פלינדערן ביזן גיין אין ערכאות של עכו"ם.
 
אמערסטענס צייגט נאך ארויס ווער זענען געווען זייערע פירער דעמאלס, נישט קיין צווייטער ווי יוסי בראך, וועלכע די אהרונים אליין שעמען זיך שוין היינט אז מ'האט זיך פינעף יאר אינדענטיפיצירט מיט אים, און ער איז געווען דער אויסגערופענער העלד וואס גייט דעליווערן סאטמאר פאר אהרן טייטלבוים. צו יוסי'ס הילף זענען אויך געשטאנען א גרופע וועלכע טייל זענען שוין היינט בכלל נישט אויף די מאפע. שלום לאנדא דער לובלינער דיין, נחמי' מארקאוויטש (וועלכער איז געווען דער מייסטער-קאפ פון די אהרונים יענע צייטן, און דער מייסד פון די 160 ראדני אפיס. דער נחמי' איז עפעס מיסטעריעז נעלם געווארן פון די ארענע וד"ל), לייבוש טייטלבוים, נפתלי משה אינדיג, דער דעמאלסדיגער גרוש הלל ראזענבערג, בני בערל יאקבאוויטש און נאך וועם כ'גלייב אז דער עולם דא וועט אינדעטיפיצירן. די גרופע היץ קעפ זענען געווען די אפיציעלע קערפערשאפט פון די אהרונים אין וויליאמסבורג, און האבן געזאלט הייסן די "רוב" חברי הקהילה און "רוב" ראשי הקהילה...

מאטעלע » 3/6/2011 18:27

היסטאריע טייערער,
וואס מיינסטו מיט דעם אשכול ארויסצוברענגען?

oאטמארער » 3/6/2011 20:46

דער אשכול ברענגט ארויס אז די אהרונים האבן געוואונען,

כנלע"ד העני'

אינטערעסאנט צו קוקן ווי דער אינדיג און ט"ב רעדן דארט מיט די הענט און די פיס, הרב לאנדא שאקלט זיך ווי ביים דאווענען, זושא פעדער היט ביים טיר, ישכר בער ביים מייק און נאך,

איינער ווייסט ווער איז דער וואס כאפט די ווידיא אויפן דאך פונעם מאביל?

Pictures » 15/6/2011 14:39

Riot Police at Satmar Fights in Rodney - ABC7
* xcodebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab" height="510" width="640" classid="clsid:D27CDB6E-AE6D-11cf-96B8-444553540000" > <*

Pictures » 15/6/2011 14:40

דאסטערס » 16/6/2011 05:25

עס איז צוקער זיס ברענג נאך פליס