איך וועל ענטפערן אויף לא עליכם, צוטיילט אין דריי ענינים וואס ער האט בארירט:
1) ער שרייבט אז ער איז מודה אז אתרא קדישא איז נישט ריכטיג און אביסל ווילד.
קענענדיג די נושא דורך און אדורך, קען איך אזויפל זאגן, אז אויב איז אתרא קדישא "אביסל ווילד", דאן איז משה גבאי א צדיק.
דער פראבלעם מיט אתרא קדישא איז נישט בלויז ווילדקייט, וואס דאס אליינס האט שוין אויך גורם געווען אסאך אסאך חילולי קברים. דער פראבלעם פון אתרא קדישא איז, אז אינטערעסן איז "פאר אלעם", און פאר אלעם מיינט, פאר קברי ישראל, און פאר השי"ת ברוך הוא.
איך גיי נישט דא איבערגיין אויף אלע שוין-לאנג-דעבאטירטע פרטים, אבער אויב מיינט איינער אז ער ווייסט וואס עס מיינט "עולם השקר", זאל ער וויסן אז אלעס וואס ער ווייסט איז "אמת" אקעגן די שטיק שקר פון גאנץ אתרא קדישא, מראשו ועד כף רגלו.
2) ער שרייבט אז אהרעלע יאקטער איז א קריאוזער מענטש. איך קען אים גוט, און איך קען נישט זאגן אז ס'איז שלעכט געזאגט. אבער: וואס איז אייזיק ווייס? וואס איז יחזקאל קאלמאנאוויטש? וואס איז עמרם טייטלבוים? וואס איז יצחק ווייס? נישט קיין קריאוזע מענטשן?
איין אמתער חילוק איז פאראן צווישן די צוויי סארטן: אהרעלע איז א קריאוזער - אבער א תמימות'דיגער (א וואילער מענטש וועלכע האט שוין אסאך אידישע קינדער געהאלפן), און די אלע אנדערע זענען קריאוזע 'רשעים'! (לבי לא נוקפי צו שרייבן רשעים, בין לשמים ובין לבריות).
3) ער איז באזארגט אז די אגודה למניעת חילול קברים האט נישט קיין רבנים, און קיין מבינים אויף קברים.
לאמיר אייך פארציילן וואס איר ווייסט נישט. (איך האב עס שוין אפשר יא אמאל געשריבן, איך געדענק נישט זיכער).
דער אגודה איז בכלל נישט קיין נייע זאך! און די אגודה ווערט ניטאמאל געפירט דורך אהרעלע! (און פרעגט מיר נישט פארוואס אין בחדרי שטייט אלעמאל "יו"ר האגודה" אדער ענליכע לשונות אויף אים, ווייל ווער עס קען די מהלך פון בחדרי, זענען זיי גאר גאר ווייניג מקפיד אויף די פונקטליכקייט פון זייערע באריכטן. זיי נעמען א מעשה, און שרייבן דאס איבער מיט וויפיל אינפארמאציע זיי האבן ערהאלטן, און די איבריגע וואס פעלט זיך אויס צום שלימות, לייגן זיי אליינס צו כאוות נפשם, וויאזוי עס גלאצט שענער).
וואס איז יא די אגודה, און וואס איז אהרעלעס פאזיציע? איז אזוי, דער אגודה איז געגרינדער געווארן דורך איינעם הרב מיכה רוטשילד, א חשובער ערליכער איד וועלכע האט געארבעט אין אתרא קדישא און צוגעזעהן די השחתה, און נישט קענענדיג אויסהאלטן דעם מצב, האט ער געגרינדעט א אייגענע אגודה (בערך 15-20 יאר צוריק).
בשעתו איז ער אויסגעשטאנען פראטעסטן מיט פאשקעווילן, ער איז איבערנאכט געווארן א מחלל קברים, א משתף פעולה עם רשות העתיקות, וכו' וכו', אבער ער האט דאס איבערגעלעבט.. און ער איז אנגעגאנגען מיט א באשיידענעם ארגאניזאציע, אן קיין פרסום, מיט איין אמתדיגן ציהל, צו ראטעווען קברי אבותינו, און ער האט געהאט די שטילע שטיצע פון אלע גדולי ישראל. אבער, יעדע פלאץ וואו אתרא קדישא איז שוין געווען אנגעקומען, האט ער דאס איבערגעלאזט, נישט זוכנדיג זיך צו פאראמפערן מיט די רשעים, און אזוי האט ער געקענט אנגיין.
מיט קרוב צו צוויי יאר צוריק בערך, האט ער געהאט א שווערע עקסידענט, פון וואס ער איז ל"ע אריינגעפאלן אין א קאמא רח"ל, ה' ירפאהו ויחלימהו, און דערמיט האט זיך צייטווייליג געהאט אפגעשטעלט א עפאכע פון הצלת קברי ישראל. (אגב: די אשקלון מערכה האט זיך אנגעהויבן קורץ נאך די תקופה, אויב ווילט איר קענט איר ציען פאראלעל).
נאך וואס עס איז אדורך א לאנגע צייט, און די מצב מיט די קברי ישראל איז געווארן שווערער און שווערער, ווי כהאב שוין געשריבן אז די רשות העתיקות האט אויפגעהערט צו אינפארמירן די משרד הדתות וואו מען גראבט, און אזוי ארום האט מער קיינער נישט געהאט א השגה וואו אלס מען גראבט, און דאס אלעס איז געקומען צוליב די פארדארבענע אויפפירונג פון אתרא קדישא.
דערצו איז אפירגעקומען א נייער עסקן, הרב אהרעלע יאקטער, וועלכע האט אינמיטן דעם סאמען ברען פון די יפו מערכה, וואו ער האט געארבייט פאר אתרא מיט בלוט און שווייס, האט ער באמערקט אינצווישן וואס דא טוט זיך, אז די גאנצע מערכה וואלט געקעאנט קומען צו א אפשטעל ווען מען וויל ווען, און ער האט אנגעהויבן פרעגן קושיות, און זייענדיג שוין בעובי הקורה האט מען אים נישט געקענט ענטפערן די נארישע תירוצים וואס מען האט פארקויפט פאר די צייטונגען, בקיצור, ער האט געכאפט פונקטליך וואס דא גייט פאר.
האבן זיך צאמגענומען אלע געוועזענע ארבייטער פון מיכה רוטשילד, וואס אגב, אלע פון זיי האבן אמאל געארבעט פאר אתרא קדישא, און זיי האבן באשלאסן זיך צו רעארגאניזירן, און פרובירן צוריקצושטעלן די זאך אויפן פלאץ.
למעשה ווערט דאס טאקע אנגעפירט דורך יענע אידן, איך האב שוין גערעדט מיט איינעם פון זיי לאנגע שעות, איך קען זאגן מיט א זיכערקייט אז דער איד האט נישט קיין שום כוונה אויסער הצלת קברי ישראל. נאר וואס דען? יעדער פון זיי ציטערט דאך פארן לעבן. איינמאל מען ווערט געוואויר זא זיי שטייען דערונטער, איז די זאך געענדיגט מיט זיי. דעריבער, ווען עס קומט צו רעדן אויף די גאס, איז דא איין אהרעלע יאקטער, וועלכע איז גרייט אויף מסירת נפש, עד כדי להמית.
די פירער פון די אגודה זענען אין פארבינדונג מיט ערנסטע גדולי ישראל, און אייער פון זיי איז דער ראב"ד. איך האב דאב ביז היינט נישט געשריבן, ווייל איך האב געשוינט די לעבן פונעם ראב"ד, אבער אויב איז דאס שוין אין די נייעס, איז עס מער נישט קיין סוד.
און אז איך זאג געשוינט זיין לעבן, איז כדאי נאכצוזאגן, אז איינער פון די עסקנים אין די אגודה האבן געהאט א שמועס מיט הרב וואזנער ביי איינע פון די לעצטע פרשיות וואס האבן געהאט שייכות צו אתרא קדישא (איך קען נישט שרייבן דעם פרט), און ער האט אים געפרעגט צו ער האלט אז אתרא איז גערעכט, האט הרב וואזנער געזאגט אז זיכער נישט. האט ער געפרעגט אויב אזוי פארוואס קומט די רב נישט ארויס דערקעגן? האט ער געזאגט פשוט א פראסט "איך האב מורא, איך שטיי ווייט". האט דער עסקן געפרעגט: וואס טוט זיך מיט "לא תגורו"? האט ער געענטפערט: לא תגורו איז נישט פון די שלש עבירות, מ'איז נישט מחוייב זיך צו לאזן הארגענען (!!!).
עכ"פ, אזוי זענען דא עטליכע רבנים אין די עדה, וועלכע האלטן מיט טריט ביי שריט וואס די אגודה טוט, און יא, הרב יאקטער האט שוין ארלעדיגט מען זאל צוריק אנהייבן באקומען די באריכטן פון די ארכילאגן דורך די משרד הדתות, און די אגודה זענען היינט די איינציגסטע וועלכע ווייסן וואו מען גראבט אלס, און זייערע משגיחים ארבעטן פלייסיג אויף מערערע פלעצער, וואס אתרא קדישא חלומט ניטאמאל אז דארט בויט מען בכלל!
איך מיין אז איך האב אויף אלעם געענטפערט, און מיט מיין לעצטע שטיקל האב איך געענטפערט די הויפט קושיא וואס דרוקט מן הסתם פאר אסאך: פארוואס איז אתרא קדישא יעצט אזוי ווילד?... דו"ק ותשכ"ח.