די מעשה איז אזוי איך האב מיך אנגעשטאלפערט אין דעם צביעות'דיגער אשכול וואס דער מנהל דארט האט געשריבן ווי פאלגענד:
שטרענגע און לעצטע ווארענונג בנוגע סקווירא פרשה!
די הנהלה אויף "אידישע געדאנק" האט היינט נאכט באשלאסן אז די געפערליכע הסתה און חוצפה וואס טוט זיך אויף דעם פארום קעגן ק"ק סקווירא און איר מנהיג האדמו"ר שליט"א, מוז קומען צו א האסטיגער אפשטעל זאפארט!
מיר האבן זיך אפגעהאלטן ביז היינט פון נעמען שריט, היות דער מצב איז נאך געווען אזוי הייס. אבער אזוי ווי געוויסע שרייבער זענען ארויס פון גלייכגעוויכט, און גענומען פאר לייכט דאס באשמוצן דעם סקווירא רבי שליט"א, זענען מיר געצווינגן דאס אפצושטעלן איינס און פאר אלעמאל.
דעריבער מעלדן מיר ווי פאלגאנד:
1) א ניק וואס וועט פוגע זיין בכבודו פון סקווירא רבי שליט"א, וועט זאפארט אויסגעשלאסן ווערן אן קיין אויסנאמען און אויסריידן.
2) ווער עס וועט עפענען א פרישע אשכול וועגן די סקווירא פרשה, וועט אויסגעשפארט ווערן אויף א שטיק צייט, און ער וועט צוריקבאקומען זיין רשות נאר טאמער ער וועט זיך מתחייב זיין מער נישט צו שרייבן וועגן די פרשה.
3) נוצן דעם פארום אויפצוהעצן די גאס מיט ביליגע מאטריאל קעגן ק"ק סקווירא וועט מער נישט טאלערירט ווערן.
ווער עס שפירט אז די א.ד. תקנות זענען צו שווער פאר אים, איז מכבוד זיך צו זוכן א צווייטע פארום אויסצואיבן זיינע געשרייבעכץ.
ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.
מיט שעצונג. די הנהלה.
שטרענגע און לעצטע ווארענונג בנוגע סאטמאר רבי!
די הנהלה אויף "אידישע געדאנק" האט היינט נאכט באשלאסן אז די געפערליכע הסתה און חוצפה וואס טוט זיך אויף דעם פארום קעגן ק"ק סאטמאר און איר מנהיג האדמו"ר שליט"א, ר' אהרן, מוז קומען צו א האסטיגער אפשטעל זאפארט!
מיר האבן זיך אפגעהאלטן ביז היינט פון נעמען שריט, היות דער מצב איז נאך געווען אזוי הייס. אבער אזוי ווי געוויסע שרייבער זענען ארויס פון גלייכגעוויכט, און גענומען פאר לייכט דאס באשמוצן דעם סאטמאר רבי שליט"א, זענען מיר געצווינגן דאס אפצושטעלן איינס און פאר אלעמאל.
דעריבער מעלדן מיר ווי פאלגאנד:
1) א ניק וואס וועט פוגע זיין בכבודו פון סאטמאר רבי שליט"א, וועט זאפארט אויסגעשלאסן ווערן אן קיין אויסנאמען און אויסריידן.
2) ווער עס וועט עפענען א פרישע אשכול וועגן ר' אהרן, וועט אויסגעשפארט ווערן אויף א שטיק צייט, און ער וועט צוריקבאקומען זיין רשות נאר טאמער ער וועט זיך מתחייב זיין מער נישט צו שרייבן וועגן די פרשה.
3) נוצן דעם פארום אויפצוהעצן די גאס מיט ביליגע מאטריאל קעגן ק"ק סאטמאר וועט מער נישט טאלערירט ווערן.
ווער עס שפירט אז די א.ד. תקנות זענען צו שווער פאר אים, איז מכבוד זיך צו זוכן א צווייטע פארום אויסצואיבן זיינע געשרייבעכץ.
ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.
מיט שעצונג. די הנהלה.
עד כאן פון מיין אשכול:
נאך בערך 5 מינוט, און בערך 50 צפיות האט עס די מנהל אפגעמעקט,
גענצליך ערוואטעט,
בין איך געגאנגען אין געעפנט א פרישע אשכול, ווי פאלגענד:
טעות לעולם חוזר: מ'מעג יא שרייבן השמצות אויף סאטמאר רבי!
די הודעה וואס מ'האט פריער געשריבן אז מ'טאר נישט באשמיצן ר' אהרן, אין האט שויו געהאט 50 צפיות, איז א טעות, אדרבא, מ'מעג יא, ביתר שאת וביתר עז, וכל המרבה הרי זה משובח.
I PROVED MY POINT
א גוטן טאג און א גוטן חודש!
עד כאן ההשתלשלות, קאמאנטארן זענען איבריג,
אגב: איך האב מפייס געווען דעם מנהל אין אישית, ווייל איך זיך נישט צו טשעפען קיינעם, כאנאר געוואלט פראוון א פוינט וזה הוא
[ביטע מאכן א געהעריגן קעפל פאר אן אשכול. די היגע הנהלה]
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/06/2011 06:11:52