היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » א יום כפור'דיגע מעריב אין סאטמארער ביהמ''ד אויף ראדני סט.

א יום כפור'דיגע מעריב אין סאטמארער ביהמ''ד אויף ראדני סט.

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2896682

oאטמארער » 1/6/2011 21:51

אריינפאלנדיג נעכטן אין סאטמארער ביהמ''ד אויף ראדני סט. צו דאווענען מעריב, האב איך געהאט די זכי' מיטצוהאלטן א גאר געהויבענע מעריב, וואס האט געלאזט אויף מיר א מורא'דיגער רושם. הלואי זאל איך נעילה שפירן אזא התעוררות ווי איך האב געשפירט ביי דעם מעריב. די קולות קלינגען נאך אין מיינע אויערן, און די ווארימקייט ווארימט נאך מיין הארץ און מיין געפיל, און גיסט זיך אריבער אויף די קנעפלעך וואס מיינע פינגער דרוקן אראפ.

ביים עמוד זעה איך שטיין דעם אלטן גאון וצדיק וואס כולו אומר כבוד הגאון הצדיק הישיש מרן ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט''א, און ער דאווענט פארן עמוד מיט אזא השתפכות הנפש, יעדעס ווארט זאגט ער מיט אזא ערענסקייט, און נאכאמאל יום הקדוש ביי נעילה האב איך נישט אזוי אינזין ווי ער האט אינזין א פלענע מעריב. עס גריצלט אין מיינע אויערן זיין קדיש (ער האט געדאווענט נאכ'ן מאמען), יעדער קדיש (נאך שמו''ע, עלינו, ספירת העומר) מיט די זעלבע מתינות, די זעלבע נוסח, די זעלבע קוועטש, ובפרט ביי ''בחייכון וביומיכון ובחיי דכל בית ישראל'' מיט א ספעציעלן הויעכן געשריי וואס האט יורד ונוקב געווען לחדרי בטן. איך האב נאך קיינמאל בעפאר נישט פארשטאנען די באדייטפולע ווערטער, מ'איז מתפלל מ'זאל זוכה זיין צו זעהן דעם ''יתגדל ויתקדש שמי' רבא' אין אונזערע טעג, אוי זיסער טאטע. יא דער גרייז-גרויער ראב''ד האט מיר געלערנט פירוש המלות.

מ'האלט ביי ספירת העומר, דער ראב''ד זאגט די ברכה מיט א זעלטענע השתפכות הנפש און מיט א התעוררות נפלא וואס צוגייט אין אלע ביינער.

מ'ענדיגט די ברכה, און דאן....................................... הער איך קולי קולות, איך בין נישט מגזם, עס האט אויסגעקוקט ווי יום הקדוש ביי 'ה' הוא אלקים', פון פארענט הערט זיך קולות, און פון אונטערוויילעכץ הערט זיך קולות. איך דריי מיין קאפ, זעה איך פארענט ווי דער געהויבענער חו''פ הרב הצדיק אדמו''ר ממבקשי אמונה שליט''א, שטייט און ווארפט זיך הענד און פיס און מיט קולי קולות מיט א דביקות עילאה זאגט די ברכה פון ספירת העומר. אן ענדליך מחזה שפילט זיך מיר אפ הונטערוויילעכץ, דער באקאנטער עובד ה' וירא שמים מרבים החסיד ר' יעקב דאווידאוויטש מנקיי הדעת בירושלים עיה''ק, ווארפט זיך און שאקעלט זיך מעלה מטה, א קלייניגקייט א מצות עשה דאורייתא פון ספירת העומר. די ברכה מיט די ספירה ציילן האט זיך געצויגן פאר לאנגע סעקונדען, און האט מיר איבערגעלאזט א מורא'דיגער רושם.

איך בין נישט אויסן אראפצושרייבן אלע מיינע מחשבות וואס זענען אדורכגעלאפן אין מיין קאפ, ביים מעריב וואס איך האב מיך געשטעלט מיטן נעקסטן מנין. אבער אזויפיל האב איך צו מיר געמאכט א חשבון הנפש, וויאזוי קוקט אויס א מעריב ביי אזא זקן ויושב בישיבה ווי דער סאטמארער דיין, יעדער קדיש איז ביי אים ווי דער ערשטער קדיש, אויסגעטוען פון אונזער וועלטל, פאברענגט נישט קיין מינוט, א ריכטיגער זך ונקי כפים ובר לבב, זיין מוח און הארץ שוועבט אין העכערע וועלטן, נענטער צום אייבערשטן ווי צו ערדישקייט. עס איז פאר מיר געווען מער ווערד געווען ווי א דרשת התעוררות לכבוד מתן תורה,

איך האב לעבעדיג בייגעוואוינט וויאזוי געהויבענע אידן רעכטן אפ א פשוט'ע תפלת מעריב, פול מיט יראת שמים און דביקות בה'. יא אויך אין אונזער דור זענען נאך דא אידן וואס טראגן אונז צוריק צום עבר, וויאזוי ערליכע אידן האבן זיך אויפגעפירט. א וועלט וואס איז ריין געווען פון די איבלן פונעם דור, פון די טעלעפאן און טעקס מעסעדזשעס, א דור וואס מ'האט נישט געאטעמט פאליטיק אדער צייטונגען אדער נייעס, א דור ווען פאר מעריב איז מען צוגעגאנגען מיט אן הכנה און התבוננות, מיט א חסיד'יש ספר און מיט א חובת הלבבות, ווען פארן גיין שלאפן האט מען געמאכט א חשבון הנפש אויף אלע מעשים פונעם טאג, א דור וואס בכל דרכיך דעהו, יעדער מינוט איז געווען מוקדש לה'.

איך בין נישט אויסן די צו רימען די אויבנדערמאנטע עובדי ה', ואתכם הסליחה פארן שרייבן זייער נאמען, איך נעם נאר ארויס וואס איז נוגע פאר מיר און פאר נאך מענטשן בני גילי.

(קרעדיט אידישע וועלט)

אומזיסט » 1/6/2011 22:08

די נייטראלע הנהלה דארט האט אראפגענומען דעם אשכול

_________________

oאטמארער » 1/6/2011 22:17

פארדעם האב איך עס אהערגעלייגט

סענעטאר » 1/6/2011 22:58

אומזיסט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די נייטראלע הנהלה דארט האט אראפגענומען דעם אשכול

_________________


וואס דארף שלעכט זיין מיט אזא אשכול? און פארוואס זאל דאס די הנהלה דארט אויף איי.וועלט ברויכן אראפנעמען?

הדלקה » 1/6/2011 23:01

פאר ווער ס'ווייסט, די הנהלה איז ווייט פון נייטראל, א באנדע אהרונים שטייען דארט אין שפיץ פון די זאך

oאטמארער » 1/6/2011 23:29

עס איז ידוע, אז די אהרונים ווען זיי האבן אנגעפאנגען די מלחמה אנטקעגן רבינו שליט"א, די ערשטע שריט איז געווען אראפרייסן די דיינים, ווייל אזוי קען מען טאן וואס מען וויל, און אויב דער דיין וועט זאגן א ווארט וועט מען שרייען סטעמפ לעקער (עפרא לפומם)

ממילא אויב די חברה זעען א שיין ווארט אויפן ראב"ד שליט"א, מוז מען עס אויסמעקן כדי די גרויסע קינדער זאלן נישט אנפאנגען צו טראכטן

ספרינטער » 2/6/2011 00:06

אבי גערעדט! איך האב עס יעצט געזעהן דארט אויף איי-וועלט.

_________________

וואלןסח » 2/6/2011 00:10

הדלקה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פאר ווער ס'ווייסט, די הנהלה איז ווייט פון נייטראל, א באנדע אהרונים שטייען דארט אין שפיץ פון די זאך


איך קען דיר נישט העלפן, אבער איך קען די הנהלה, ס'איז צוזאמען שמעלץ פון ארונים און זאלונים, און זיי שטייען גוט אויף די וואך נישט צו לאזן קיין פאליטיק
אדרבה, פרוביר צו מאכן א ארטיקל און באשרייבן וואסערע הייליגע איד ר' געציל איז, און קוק ווי לאנג ס'וועט מאריך ימים זיין

איך ווייס נישט וויפיל איר דרייט זיך דארט, איך דריי מיך דארט זייער אסאך, מער ווי דא, און מער ווייניגער רוב שרייבערס וואס שרייבן אסאך קען מען נאך א שטיק צייט האבן א פראפייל פון זיי צו וויסן ווי זיי באלאנגן, און כ'קען זאגן ס'איז דא שרייבערס פון ביידע צדדים, וועסט נישט טרעפן קיין ווארט לגנאי קעגן קיין שום צד, און דארט עקזעסטירט נישט סתם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, דו דארפסט שרייבן פון וועם דו רעדסט

דאראגער » 2/6/2011 00:11

אומזיסט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די נייטראלע הנהלה דארט האט אראפגענומען דעם אשכול

_________________

נאר איך זעה דעם אשכול, וואו ס׳ שטייט נאך דארט אומבארירט??

וואלןסח » 2/6/2011 00:12

אפשר לינקסטו אהין

דאראגער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די נייטראלע הנהלה דארט האט אראפגענומען דעם אשכול

_________________

נאר איך זעה דעם אשכול, וואו ס׳ שטייט נאך דארט אומבארירט??

oאטמארער » 2/6/2011 00:12

אנבעליוועבעל

די חברה האבן עס צוריקגעלייגט

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=14066

סקאטמאלען » 2/6/2011 00:13

oאטמארער » 2/6/2011 00:14

וואלןסח כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פאר ווער ס'ווייסט, די הנהלה איז ווייט פון נייטראל, א באנדע אהרונים שטייען דארט אין שפיץ פון די זאך

איך קען דיר נישט העלפן, אבער איך קען די הנהלה, ס'איז צוזאמען שמעלץ פון ארונים און זאלונים, און זיי שטייען גוט אויף די וואך נישט צו לאזן קיין פאליטיק




ע. פון קר"י איז א גרויסער ארוני

דאראגער » 2/6/2011 00:26

גראדע דריי איך זיך דארט אויך ״היפש״, און עס איז זויבער פון עני פאליטיק. אגב, איך וואלט יא פארשטאנען דעם (אידישע) געדאנק, נישט צו לאזן דעם אשכול.

געזינט » 2/6/2011 00:36

עס איז געווען דארט א גאנצע צייט, און עס האט גארנישט ציטיען מיט פאליטיק,  

חויזעק » 2/6/2011 00:49

דא האט איר זייער מיינונג אויף די גאנצע היי פארק
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=13936


תוקן על ידי חויזעק ב- 02/06/2011 00:50:24

דאראגער » 2/6/2011 01:20

״זייער״ מיינונג?, און וואס איז ״דיין״ מיינונג?

עםהארץל » 2/6/2011 04:52

oאטמארער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
עס איז ידוע, אז די אהרונים ווען זיי האבן אנגעפאנגען די מלחמה אנטקעגן רבינו שליט"א, די ערשטע שריט איז געווען אראפרייסן די דיינים, ווייל אזוי קען מען טאן וואס מען וויל, און אויב דער דיין וועט זאגן א ווארט וועט מען שרייען סטעמפ לעקער (עפרא לפומם)

ממילא אויב די חברה זעען א שיין ווארט אויפן ראב"ד שליט"א, מוז מען עס אויסמעקן כדי די גרויסע קינדער זאלן נישט אנפאנגען צו טראכטן


גוט געזאגט!

סקאטמאלען » 2/6/2011 17:53

דער אמת איז: ווער זענען מיר ראצערלעך היידפארק שרייבערלעך, בזוים ושפלים, מחוצפים, זיך צו פארמעסטן אדער האבן א מיינונג אויפ'ן גאון דער דיין וראב"ד, וואס פסק'נט שוין כריתות 40 יאר
המהרהר אחר רבו כאילו מהרהר אחר השכינה, גזירה הוא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה.


תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 02/06/2011 18:08:45


גוגל טאלק: mollen.hydepark@gmail.com
Only available when actively writing on hydepark 



תוקן על ידי המהדרין ב- 02/06/2011 23:36:38

משהלע » 2/6/2011 19:01

גראדע האב איך זייער ליב דעם אשכול "א יום כפור'דיגע מעריב אין סאטמארער ביהמ''ד אויף ראדני סט." , איי ווי ביטער וואלט געווען ווען מען שרייבט די שיינע מעריב אין ירושלים,  יא, זיינע תפלות אין ראדני קען זיין יום כיפור'דיג, און אפאר יאר צוריק ווען ער האט נישט באקומען דעם גאב''ד ירושלים טיטול, איז זיין מעריב געווען תשעה באב'דיג, אבער ווי לאנג עס איז אין ראדני, איז זייער גיט,
 
איי ווי גערעכט איז סקאט, די גאנצע ערכאות עפאכע איז אויף זיין פיקעל, ער דרייט מיט די תורה כאוות נפשו, און ער איז עתיד ליתן את הדין.  
א יום כפור'דיגע מעריב אין סאטמארער ביהמ''ד אויף ראדני סט.

דאראגער » 2/6/2011 21:47

סקאט, זיי זענען געווארן ברוגז שוין גלייך ווען ער האט זיך צוגעשטעלט צו מהריי״ס רבנות, נאך אסאך אסאך פאר די ביטערע ערכאות.

איך זעה אז דער מעריב ארטיקל האט גורם געווען צו ׳מתוך שבחו בא לידי גנותו׳.
איך האף נאר אז נישט דאס איז געווען אמשטרדאמעס ציהל.

סקאטמאלען » 3/6/2011 15:58

ביטע ערקלערן די אורזאך פון צענזורירן מיין תגובה, אויב צוליב חסידישע בייעס, דיין בעט איך אייך א געפעליקייט, מחאני נא מספרך, נעמט ביטע צו פון מיר רשות כתיבה לצמיתית, ס'עט זיין נאה להם ונאה לעולם,

עםהארץל » 2/11/2011 04:10

די ארונים דארטן האבן עס שוין ווייטער אראפגענומען

פריינדליך » 3/11/2011 14:34

דו ביסט גוט משוגע פארן גיין נאכטשעקן אן אלטן אשכול אויב עס איז דארט...און דרך אגב. צוויי פון די גרעסטע שרייבער דארט (וואס איך ווייס. קען זיין אז עס איז דא מער) זענען פארברענטע זאליס. איי וועלט בכלל האט זיך געעפנט דורך אפאר יונגעלייט וואס האבן זיך פארעקלט פון די פאליטיק. און זיי ארבייטן ביטער שווער עס צוהאלטן נייטראל(דארט מעקט מען תגובות וואס קענען אויסגעטייטשט ווערן פאר פאליטיק. אפילו פאר א דזשאוק) און צו גיין פארשפרייטן סתם לגיונות(נישט אז איינער נעמט אן וואס עס שטייט אויף היידפארק). איז סתם רשעות אקעגן די יונגעלייט

עםהארץל » 24/11/2011 04:55

אזא ארטיקל איז פאליטיק?