די זעלבע טרייב-קראפט וואס טרייבט זייער הארץ צו ווערן צוריסן פון יעדע דבר טוב וואס ווערט אויסגעפירט אין סאטמאר, די זעלבע טרייב קראפט וואס האט געטריבן זייערע עלטערן אויסצורודפן רביה"ק בעל ברך משה ז"ל עד חרמה, די זעלבע וואס האט זיי געטריבן אונטערצוברענגען יעדע געדאנק פון "הנהגה" משך אלע יארן, דאס זעלבע טרייבט זיי ארויסצוטרעטן און העצן קעגן יעדע קהילה\הנהגה'.
(אגב: היינו טעמא דסקווירא והיינו טעמא דוויען - ווי איינער האט שוין ערווענט).
עכ"פ, נאכן זעהן אז עס טויג נישט פאר זייער אימעדש, איז דרינגענד באשלאסן געווארן צו נעמען שריט, צוטיילט אין 3 פאזעס: צוערשט וועט אויפקומען א אומבאניצטע ניק (מאנרוי בוי) און פארלאנגען א טויש, צווייטנס, וועט דערנאך דער מנהל שרייבן א ווארענונג אז מען דארף אויפהערן בארעדן סקווירא, און דריטנס, וועט 'נפל' שרייבן א תגובה אויף צוריק, זיך אנצונעמען פאר סקווירא.
וועט איר פרעגן וויאזוי קען דער זעלבער ניק וואס האט געגאסן שמוץ, יעצט קומען און גיסן זייף? קיין פראבלעם. די נייע תגובה איז נישט אייגנס, נאר דאס האט ער באקומען פון זיין [סקווירא'ער] שוואגער אין אישי...
און, דער נייער מהלך איז אריין אין שוואונג.
שטעלט זיך אבער ארויס א מאדנער קלעש.
דער זעלבער פריש-אקטיווער ניק וואס האט פארלאנגט אנצוהייבן דעם נייעם ניגון, שרייבט יעצט אויך אין די ארומיגע נושאים, וועלכע רעדן נאך פון די 'אלטע' סאטמארע אישו'ס.., און עס קומט ארויס א ערנסטער סתירה פון צווישן די תגובות אויף די צוויי באזונדערע נושאים.
אין א אשכול וואו זיי באוויינען די נייע זיכערהייט קאמערעס וואס דער קר"י ווילידש אינסטאלירט יעצט, א זאך וואס וועט צוריקהאלטן פון ווארפן גארבעדש.. און וועט אויך מער נישט ערמעגליכן צו רופן די הצלה אינמיטן א פראטעסט פאר א אויפגעטראכטע עקסידענט.. וכו' וכו', און דאס ברענגט ביי זיי אויף בייז בלוט, שרייבער דער ניק ווי פאלגענד:
אפשר טאקע זאלן זיך תושבי קרית יואל, אהרונים ווי זאלונים צוגלייך, זיך צוזאמנעמען אונטערשרייבן פעטיציעס און אריינשיקן קיין אלבאני אפשרייען די ביטערע גזירה.
גענוג באשמיצט א קהלה קדושה בישראל. אז ס'געפעלט דיר נישט סקווירא מהלך, זיי נישט קיין סקווירא חסיד, קיינער צווינגט דיך נישט צו זיין.