מיט א פרואוו אפצואווישען זייערע מעשי נבלה האבן זיך די אהרונים ארויסגעשטעלט בחרב ובחנות צו שטיצען די טעראריסטישע אטאקעס וואס עטליכע הפקר יונגען אין סקווירא האבן אפגעטוהן אנקעגן די הנהגה און אנקעגן די תקנת המקום ובראשם נגד מנהיג העיר און מרא דאתרא כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און דער רבי שליט"א האט זיך גאר שארף אויסגעדרוקט פארגאנגענע וואך אנקעגן די אומדערהערטע אקט וואס געוויסע יחידים האבן דורך געפירט מיטן פרואוו צו באשמיצען און ברעכן די תקנת והנהגת העיר,
ליידער ליידער ויבוא גם השטן די באקאנטע מחרחרי ריב פון וועם סאטמאר ליידט זיך שוין צוזאם אזויפיל יארען גלייך אנגעהויבן צו פארענפערן און גערעכט געבן לטהר את מעשיהן הרעים און אזוי זיך ריינוואשען און מ'זאל חלילה פארגעסן זייערע שמוציגע מעשים אנקעגן די סאטמארע הנהגה,
פון די אלע מחרחרי ריב וואס זוכן ליידער צו צוברעכן די סאטמארער הנהגה האט זיך שוין אפילו האדמו"ר מהר"א צוזאם געליטן פון זיי, אזוי ווי עס איז באקאנט די דרשות וואס מהר"א פלעגט רעדן אין ישיבה אנקעגן זיי און אייביג פארדאמט זייערע טעראריסטישע מעשים אינעם הייליגן שטאט קרית יואל און כסדר געזאגט אז עס איז נגד רצונו און זיי טועהן עס על דעת עצמם אנקעגן די הנהגה ותקנת העיר,
אצינד ליידער ליידער שטייען די זעלבע מחרחרי ריב און געבן חיזוק פאר די מחרחרי ריב פון א צווייטע שטאט וואס גייען אין זייערע פיס טריט, און דערמיט געבן זיי חיזוק פאר די יחידים אנצוגיין מיט זייערע שלעכטע מעשים אנקעגן די הייליגע סקווירא קהלה און דערמיט זענען זיי מצער מרן מסקווירא שליט"א און זיי דערגייען אים די יארען רח"ל אלעס זיך צו ריינוואשען און ווייזן פאר די וועלט אז זיי זענען נישט די איינציגסטע, הוי זהיר בגחלתן! געבט אכטונג וואס ענק טוען! אית דין ואית דיין! הערטס אויף חרוב צו מאכן דעם הייליגן שטאט סקווירא! הערטס אויף חרוב צו מאכן די הייליגע הנהגה דורכ'ן גערעכט געבן פאר די מחרחרי ריב ענקערע שותפים אין שיכון סקווירא!

_________________
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 31/05/2011 01:49:15