היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » וואס מיינט א חסיד?

וואס מיינט א חסיד?

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2896216

קוק_ווינקל » 30/5/2011 22:10

דא אין הייד פארק איז א לכאורה די איינציגסטע פלאץ ווי אידן פון אלע חסידות'ער און אלע עדזשעס קענען זיך רואיג צוזאם שמועסן אן איבערשרייען איינעם דעם צווייטן און אן אנדערע פראבלעמען ווען מ'שמועסט געווענלעך.

ס'ווערט דא אסאך מאל פארשידענע ויכוחים וואס מ'מעג טוהן פאר חסידות וואס נישט, איך בין נישט א גרויסע היסטאריקער, אבער איך וויל וייסן למשל איך בין גוי, א ווילד פרעמדער, "וואס מיינט א חסיד? און וואס מיינט א חסידות? וואס מיינט א רבי? וואס מיינט א עכטע חסיד? "

די ערשטע מאל וואס מ'טרעפט די ווארט חסיד איז אין נ"ך , שמרה נפשי כי חסיד אני, שפעטער אין גמ' חסידים הראשונים, וואס דארט רעדט מען פון איינער וואס טוט לפנים משורת הדין, לכאו' נישט פון דעם רעדט מען,
שפעטער איז געווען די הייליגע בעש"ט איז אויפגעקומען מיט א דרך החסידות וואס איז געווען א חבריה קדושה פון הימל אידן א רבי מיט תלמידים וואס די רבי האט אויסגעלרנט פאר די תלמידים די דרך החסידות, ס'זעט נישט אויס ווי מ'רעדט פון דעם, 
יעצט ווער קען שרייבן ווייטער די השתלשלות פון די ווארט חסידות? ווען האבן די רבי'ס פארלורן די טיטל חסידים? ווען איז פון תלמידים געוארן נאכפאלגער? וכו' וכו'

_________________

קליפ » 30/5/2011 22:18

הוא [הלל] היה אומר אין בור ירא חטא, ולא עם הארץ חסיד

פרק ב, משנה ה

_______________

__



תוקן על ידי קליפ ב- 30/05/2011 22:21:45

סטראבערי » 30/5/2011 23:04

איין זאך וויי איך,
ס'איז דא חסידות'ער ליידער היינט
וואס ווען זיי ווילן רימען זייער רבי
דארפן זיי 'מסביר זיין' אז זייער רבי איז נישט 'אינגאנצן 'אזא' מענטשן פרעסער און טערראריסט,
'נאר' ער 'ווייסט נישט' אלעס, איז במילא, איז ער יא ראוי צו זיין א רבי....
*
אנשטאטט וואס ביז אינגאנצן 15 יאר צוריק
האסטנו נישט געקענט זיין קיין רבי אהן זיך אויסטוהן פאר יעדן יוד וואס קומט אריין צו דיר זיך אויסרעדן.

רשכבהגולם » 31/5/2011 00:39