דער עוכר ישראל המוטל על ערש דוי, האלט אין איין רעדן פון חילול השם, ווען ער איז דער מחלל שם שמים בפומבי אויפן ערגסטן פארנעם, ער ברענגט שיינע מאמרי חז''ל אויף די הארבקייט פון חילול השם, און כאפט גארנישט אז דאס אלעס איז געזאגט כלפי עם אליין, ער זעט גארנישט אויס אזוי צו געלייגט פון די גאנצע טראגעדיע, ווייסט איר פארוואס? ווייל מיר זעט אויס אז ער פרייד זיך פאר איין סיבה, די בארד איז עם שוין לאנג געווען א פראבלעם, ער וואלט געוואלט אויסזען ווי זיין זיסער איידעם, קליר קאט!, אבער ער האט זיך געשעמט אפ צושניידן די בארד, על כן איז ער בשמחה אז מלאכתו נעשה על ידי אחרים, מארק מיי ווארד, די בארד גייט שוין קיינמאל נישט צוריק, יו קען קיס איט גוד ביי,
וועגן זיין לאו סאט, האט ער א גאר שווער פעלד, אוודאי וועט דאס גורם זיין צער און עגמת נפש פאר סקווירא רבי און די ראשי הקהלה, אבער צו געווינען דארף ער איבערצייגן אז זיי האבן געשיקט, אדער אפילו געוויסט אז מען גייט דאס טון, און אז זיי האבן דאס געקענט און געדארפט פארמיידן, און דאס איבער צו צייגן איז זייער שווער, צענדליגע עדות וועלן קומען עדות זאגן אז מען האט כסדר געווארנט נישט צו טון קיין ווילדע אקציעס, יא, מען האט עם גערודף'ט און מען האט עם אויסגעשלאסן פון די קהלה, אבער דא קומט אריין רעליגיע, וואס די קארטס וועט אוועק שטיין דערפון, מענטשן פארגעסן איין זאך, אז אין אמעריקע איז טאקע א לאנד פון פרייהייט, מען קען קיינעם נישט ארויף צווינגען קיין רעליגיע, אבער פונקט אזוי איז דא א קאנסטיטוציע קלאוס וואס הייסט פרידום אוף רעלידזשן, און די קארטס זענען זייער האקל פון דאס צו טשעפען, דער סקווירער רבי האט געבויט דאס שטעטל בזיעת אפו, יעדער איז דאס מודה, די פארשריפטן פון די קהילה (קאמיוניטי) איז שוין זייט דאס שטעטל שטייט, קיין שום נארמאלער ריכטער אין אמעריקע וועט נישט באשולדיגן די סקווירא קהילה, נאר דעם אויסווארף ראטענבערג, ווען איך וואלט געווען דער לויער פאר סקווירא, לייג איך דעם ראטענבערג אויפן סטענד און מאך דאס קורץ אין שארף,
לויער: מיסטער ראטענבערג, ווי לאנג שטייט שוין דאס שטעטל סקווירא,
ראטענבערג: 50 יאר,
לויער: איז סקווירא א סקיולער שטעטל אדער א רעליגיעזע שטעטל?
ראטענבערג: דאס שטעטל איז א שטעטל אין די פרייע אמעריקע און יעדער קען לויטן געזעץ טון וואס ער וויל!!!
לויער: ווי לאנג וואונסטו שוין אין סקווירא?
ראטענבערג: 35 (?) יאר,
לויער: וואוינען אין סקווירא מחללי שבתים?
ראטענבערג: נישט וואס איך ווייס,
לויער: וואוינען אין סקווירא גויים?
ראטענבערג: ניין,
לויער: וואוינען אין סקווירא פרייע אידן?
ראטענבערג: ניין,
לויער: קען א פרוי אין סקווירא גיין אויסגעלאסן נישט בצניעות?
ראטענבערג: מען מעג לויטן געזעץ גיין וויאזוי מען וויל.
לויער: גייען אין סקווירא פאויען אויסגעלאסן?
ראטענבערג: ניין!
לויער: פארוואס?
ראטענבערג: ווייל דאס איז א רעליגיעז שטעטל, און יעדער וואס קומט וואוינען קיין סקווירא ווייסט די רולס,
לויער: האט מען די גערודף'ט אין סקווירא?
ראטענבערג: זייער שטארק!
לויער: פארוואס?
ראטענבערג: ווייל איך האב מיך נישט געוואלט אינטערווארפן אינטער די רולס פון די קאמיוניטי,
לויער: (דרייט זיך אויס צום דזשאדזש אין זאגט) יור אנער, איי רעסט מיי קעיס!!!
אוודאי איז קרימינאלע אקציעס נישט בארעכטיגט, אבער ווען איינער גייט א קעגן א גאנצע קאמיוניטי, און רייצט זיך מיט זיי, און שרייט אז קיינער וועט מיר נישט איינטיילן, דאס ווערט נישט באטראכט ביי די קארטס ווי א נרדף צו א קרבן, זיי באטראכטן דאס ווי א מזיד און א מאבד עצמו לדעת, און די קאנסעקווענצן האבן געקענט פארמיטן ווערן, ביי דעם באטרעפנדן. על כן נזכה ונחי' ונראה...