די וואך האט דער בלאט געדריקט א בילד פון פרעזידענט אבאמא מיט מדינת ישראל פריים מיניסטער נתניהו
אין א פרואוו צו ציען אויפמערקזאמקייט האבן זיי שווארץ געמאכט דעם פנים פון נתניהו
[בילד – נישט אפגעהיט]
פארשטייט זיך אליינס יעצט וועט די מידיא ארויפטאנצן דערויף און דער בלאט וועט געבן סטעטמענטס וכו
דערקענט זיך אז די זעהסט קיינמאל נישט די בלאט, יעדע וואך אנגעפולט מיט שטותים און נארישקייטן.
_________________
נעבעך איז שוין ווייניג געזאגט.
_________________
איך האב די וואך א בליק געטון אויפן בלאט דעקל אין געשעפט, און איך בין אנציקט פון זייער געוואלדיגער ארבעט, איך ווייס ממש נישט פארוואס אפילו אין זייער באשטעלטן ניו יארק פאסט ארטיקל פארגאנגענעם חודש תשרי האבן זיי געשריבן אז דער איד האט מער סעילס ווי דער בלאט.
איין קעפל אויפן דעקל לויטעט: מתנה לכבוד'ן 109'טן געבורטסטאג: א נייע נאז! (יא איר ליינט גוט, אזא צייטונג קויפן ערוואקסענע מענטשן אויך...)
אינעם צייטונג זעלבסט איז דא א צווייטע קעפל וואס מעלדט מיט פאטאס: קידוש השם אין לופט-פעלד ווען פאסאזשיר (ספעלינג געוואלדיג!) צאלט שיך-פיצער!
א דריטער קעפל שרייט: 'קאווע גבאים' וועלן דארפן שווערער ארבעטן צו טרעפן נדבנים!
לדעתי דארף דער בלאט זיך בכלל נישט אפגרעידן מיט א קינדער צייטונג, אזוי ווי דער איד, זייער גאנצער צייטונג איז געאייגענט פאר קינדער.
דעם היינטיגע טאג זענען זיי ארויסגעקומען מיט שרייעדיגע קידוש לבנה אותיות אז הגה"ק האט שטארק מחזק געווען דעם היילגע מוסד נטרונא.
\
זיי פרובירן דורך אלע ערליי מיטלען אהערצושטעלן א פנים אז דער הגה"ק איז באמת א קנאי, אבער ב"ה דער עולם ווערט נישט אריינגעשלעפט אין דעם זאק, ווייל יעדער זעעט במילא ווער עס איז לוחם קעגן ציונית און ווער עס פיקטשערט זיך מיט די ציונסטישע רע-ביס
ענדליך איינער דעקט עס שוין...
Satmer cuts Netanyahu's head from iconic photo
Der Blatt, a Satmer hasidic newspaper published in Brooklyn, NY, blacked out the face of Israel's prime minister, Benjamin Netanyahu, in an iconic photograph of Netanyahu's recent meeting with US President Barack Obama. Sources told Yourjewishnews.com that Satmer holds that it is forbidden to look at the face of an Israeli Prime Minister, as they are enemies of God.
קעציל:
ווער איז לוחם קעגן ציונות?