א דירעקט לינק צו דאונלאודן דעם פייל — גליון ה', יומא אריזאנע מצות:
אין די אידישע זייטן פונעם גליון, הייבט זיך אן א סעריע ארטיקלען אין פארזעצונגען אהערצושטעלן די קלארע פאקטן ארום די זאלציקייט אן די וואסארען פונעם קאלאראדא ריווער, און דער אפעקט וואס ס'ברענגט אויף די געוויקסן, וועלכע זענען ברור כעיני השמש דורך צענדליגער און הונדערטער דאקומעטן פון פארשער און עקספערטן. נאכדעם איז דא א בריוו פון א אינגערמאן "זאלץ שמעקערס" וועלכער ברענגט אויך פון א צאל פארשער איבער די קאלאראדא ריווער וואסערן. אויך ווערט איבערגעדרוקט א יסודות'דיגער מאמר פון הרב ב. טויב וועלכע איז ערשינען מיט עטליכע יאר צוריק אין 'דער איד'.
תוקן על ידי באלאנד ב- 29/05/2011 22:41:24