כידוע, גייט מען דאך דא טענה'ן אז דער ארגינעלער דשאדשקע, דער נבלה סרוחה "לינדע ריד", איז געווען זייער איינזייטיג און האט נישט געטארט זיצן איבער דעם קעיס, האפט מען אז מען שטעלט פאר די טענות פאר פרעמדע ריכטערס וואס קענען נישט דעם דשאדשקע און האבן נישט קיין שום קשר צו איר, וועלן זיי אפשר האבן א אוזן קשבת איבער די הימל-שרייענדע אומרעכטן וואס דער מכשיפה איז דא באגאנען
דערוויילע קומען איצט באריכטן אז נישט מער און נישט ווייניגער אז אטער דער שיקסע ריד, גייט, בו ביום וואס מ'גייט אויסהערן די רובאשקין קעיס, זיצן מיט די זעלבע אפילס ריכטער וואס גייען אויס הערן די רובאשקין קעיס, באהאנדעלען אנדערע קעיסעס פארשטייצעך,
איי וועט איר פרעגן, מה לכהן בבית הקברות, ווי קומט זי אן צו די העכערע אפילס קארט, זי איז דאך א דיסטריקט דשאדש, דער תירוץ איז, אז מאת ה' היתה זאת, אז פונקט איז דער אפילס געריכט, אונטערשטעליג פון שופטים, און אין אזא פאל קען מען אסאך מאל ארויף רופן א דשאדש פון א נידעריגע געריכט זאל פריפיזאריש ערזעצן די פאזיציעס פון די אפילס קאורט,
לעגאלע עקספערטן זאגן אז ס'לעולם נישטא קיין סאך וואס מ'קען טאן דערוועגן, נאר זיך בייסן די ליפן און זיך אויסוויינען צום בוכ"ע
דער ריד איז ווי א בייזער שאטן וואס מ'קען נישט לויז ווערן