דער דזשיגאן עם הארץ פיקטשער רבי האט ענדליך עררייכט זיין ציל...
נאך 20 יאר לייגן טעראר - אסאך ערגער ווי היינט אין סקווירא - פארברענען קאר'ן, אויסשיסן פענסטער'ס, מבזה זיין תלמידי חכמים, נאכשרייען \ ארויסווארפן אידן פון ביהמ"ד, געגאסען אידיש בליט ווי וואסער אינעם הייליגן שטעטעלע קרית יואל, כבוד התורה פון גדולי הדור מבוטל געווארען דורך איעדע ישיבה-בחור, אלעס מיט איין ציל ווייל זיי זענען נישט געגאנגען מיט אים אין שפאן און זענען נישט געווען איינשטימיג מיט אים אויסצופירן זיינע בייזוויליגע פלענער צו (אראפ)פירען סאטמאר וויאזוי ער וויל,
און נאך 7 יאר פירען אן אפענע מרידה אנטקעגן זיין הייליגען פאטער דער רבן של ישראל מרן רביה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע און אים נישט געטוהן אפשוינען עד כדי מסירה רח"ל, אלעס מיט איין ציל און כוונה צו ווערן דער אויסשליסליכער סאטמארער רבי און פארכאפען גאנץ סאטמאר אונטער זיין טעראריסטישע הנהגה, רח"ל,
היינט שטייענדיג אין יאר תשע"א האט דזשיגאן עררייכט זיין ציל! אבער נישט אין סאטמאר ב"ה, נאר אין די בילדער מאגאזינען, דארט איז ער דער 'אויסשליסליכער סאטמארער רבי'! עס איז ממש מלא כל הארץ כבודו!! אבער נישט אין די 10 סאטמארער בתי מדרשים אין וויליאמסבורג און אויך נישט אין די 10 גיגאנטישע סאטמארער מוסדות בנינים אין וויליאמסבורג! נאר אין "אלע" בילדער מאגאזינען אהן אויסנאם....
רבות מחשבות בלב איש, ועצת ה' היא תקום