גוד פוינט!
מן הסתם, האט רבינו שליט''א נישט אזוי רחמניות געהאט, ווען יוזל מיט זיינע שתפים האט געכאפט אביסל פעטש,
ווייל יוזל מיט זיינע שתפים די טעראריסטן האבן אים פארברענט די הייליגע חדושי תורה,
אים אים אונטערגעלייגט א ליכט, אויפן געז פייפ פון ביתו נאווה קודש,
אים געשטראשעט זיין טאכטער מיט הוצאת שם רע,
און א טישער פון די וואלדמאן משפחה האט ארום געפירט הרבנות הצדיקות אשכנזי תחי' און אלע קלאסען פון מיידל סקול, און געוויזען פאר די מיידליך '' אזוי זעט אויס א מיידעל וואס ביי און שטוב רעד מען ''עיברת'' '' זי איז דאן אלט געווען א קנאפע 7 יאר,
געוואלט מאכן א דאמי פונעם זיין הייליגען טאטען,
פארקלאפט די טיר פארן זיין הייליגען טאטען און פנים, ווען ער איז געקימען זאגן גוט שבת פאר זיין מימע,
AP ווילסט נאך ????
איך גלייב אז ווען דער סקווירער זאל אזאנס מיט מאכן, וואלט ער אויך געזאגט אז עס איז שטיל!!!!
דאס האט די הייליגע ברך משה זי''ע געזאגט ביי א דרשה כ''ו אב תשנ''ב! (
קרעדיט וואלן ס''ח)
אויסגעלאזט דאס אלעס האט זיך דאס און ישיבה, איך קען אייך גארנישט זאגען וואספארא צרות דער רב האט דא געהאט, דער רב וואס ער זיצט דא נעבען מיר, איך קען אייך גארנישט זאגען, עס איז נישט געווען צו וועמען צו רעדען, אבער וויפיל טרערן ער האט מיר פארגאסן, פארוואס איך האב איהם אריינגשטעלט און די ישיבה!!. איר קענט פארשטיין אז א שייינער טאג האט מען איהם ארויס געמאפט אלע ספרים פון זיין שטוב, א שיינער טאג ער קומט אן און עס איז נישט דא א ספר, וואס עס איז געווען און זיין שטוב, שוין אפגערעדט מען האט איהם געוואלט אינטער צינדען דאס הויז, עס איז געשען ניסים אז עס איז נישט פארברענט געווארן, אוועקגע'גנב'ט טלית ותפילין איז פון די קלייניקייטן עד היום הזה האט מען עס נאכנישט אפגעגעבן . . ., איינמאל האב איך איהם געזען וויינען, עס איז געוועזן ווען זיי האבן אונגעצינדן פלוצלונג אנגעשיט בענזי"ן און געמאכט א שריפה און זיין אפיס, ער איז צו מיר געקומען אז ער קען נישט מער אויס האלטן, אבער איך האב איהם געזאגט פארפאלן אזוי איז דער 'גורל' איך קען נישט לאזן. . . , וואס זאל איך זאגן זאל איך איהם מאכן אויס ראש ישיבה, דאס ווילן זיי דאך, דאס איז דאך דער זייער גאנצער ציל, דאס איז דער תכלית!!,
_________________
תוקן על ידי מישמאש ב- 27/05/2011 19:32:54