היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ברעקינג! היסטארישע הייליגע הכנסת ס"ת - ביו"ט שבועות!

ברעקינג! היסטארישע הייליגע הכנסת ס"ת - ביו"ט שבועות!

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2895355

סטראבערי » 25/5/2011 23:40

די הייליגע היסטארישע ירושה ספר תורה וואס איז נתקדש געווארן דורך די 3 לייבן
-די עבודה פון הייליגן צאנ'זער רב  -דער בעל דברי חיים זצוקק"ל,
 -און נאכדעם ביים זוהן דער בעל דברי יחזקאל - שיניאווער רב זצוק"ל
-און דאן ביים זוהן רבי משה'לע שיניאווער זצוק"ל
*
וועט אי"'ה פארקומען פייערליך,
ברוב פאר והדר במעמד אלפי ישראל,

ביום חג השבועות - יום מתן תורה, - פאר קריאת התורה,
און וועט תיכף נתחנך ווערן ביי קריאת התורה,

ווי ס'וועט געצויגן ווערן די גאלדענע קייט פון די לעכטיגע צאנז'ע דינאסטיע,
ווען רבינו שליט"א וועט אי"ה עולה זיין דערין!!
*
אה! וואויל וועט זיין די אויגן וואס וועלן דאס צוזעהן!


תוקן על ידי סטראבערי ב- 25/05/2011 23:44:33


זאנוויל » 26/5/2011 00:10

איז פאראן קלארע זאכן אז די 3 צדיקים האבן אין דעם געליינט?

 





_________________

[/quote]

_________________

הנגיד_רבי » 26/5/2011 01:38

גייט ארויס גיין פון רבי'נס שטוהב?

דאס גייט זיין א דערהויבענע געשעעניש!

oאטמארער » 26/5/2011 19:54

די ספר תורה גייט אי"ה ארויסגיין פון רבינס שטוב נאך שחרית צום בית מדרש הגדול

סטראבערי » 26/5/2011 23:26

די פאקטן אין קורצן ווי די שטוב מענטשן גיבן איבער:
2 אייניקלעך פון דברי חיים - תינוקות שנשבו - נעבעך,
האבן איבערגעלעבט דעם קריג,
און האבן מיטגעברענגט בירושה די ס"ת, וואס זיי האבן געהיט ווי א אויג אין קאפ, וויסנדיג די חשיבות דערפון.
יעצט ווען זיי זענען שוין אויף דער עלטער,
און נישט האבנדיג קיין יורשים,
האבן זיי אנגעהויבן צו זוכן א צאנזער אייניקל וואס זאל זיין וויליג און ביכולת צו צאהלן דערפאר, און זאל זיין ראוי עס צו באקומען,
*
במשך פון די לעצטע יארן האט מיט זיי פארהאנדעלט א שיינע פאר אייניקלעך, אבער זיי האבן דוקא געוואלט עס זאל אנקומען צו א רבי'שע הויף, און נישט פריוואט פאר א יחיד.
*
צווישן אנדערע איז עס געווען געאפפערט פאר רבי בנציון באבובער,
וואס האט אבער זיי אנגעשריגן פאר'ן בעטן  2 מילליאן דאללער,
און זיי האבן מער נישט געוואלט דילען מיט אים,
(אפילו נאך וואס רב"צ איז שוין נאכדעם צוריקגעקומען זאגענדיג אז ער איז מסכים צו פארהאנדלען אויפ'ן פרייז!)
*
דאן ר אהרן דידן וואס האט אויך פראבירט זיין א אויבער חכם, - און זייענדיג א ביטטערע קארגער כידוע -, 
זיי געגיבן אין 7'טן ריפ, פאר'ן בעטן 2 מילליאן, זאגענדיג, "עטס זענטס אלטע בחורים, עטס זענטס נישט ווערט צו האבן די היילגע ס"ת,  ווי וועט עס אנקומען??, איך גיב ענק 500 טויזענט דאללער, דאס אלעס".

זיי האבן ווייטער זיך באליידיגט, און זיך אפגעשאקלט פון אים, און נישט געוואלט מער פארהאנדלען מיט זיינע צענדליגע שליחום!.
*
אפאר חדשים שפעטער האבן זיי מיט די הילף פון א באבובע צאנזער אייניקל פראבירט 
צו קאנטאקטן ר' שמוא-ל ט"ב דער גבאי,
וועלכע האט אבער -נישט וויסנדיג אז זיי מיינען עס ערנסט-, 
זיך נישט געהעריג באצויגן דערצו,
דאן איז דער באבובע'ר אייניקל אריבערגעקומען,
צו רבינ'ס שטוהב און פארציילט וואס דא טוט זיך!,
----
די רבי האט זיך אויפ'ן נעקסן טאג פארבינדן מיט זיי
זאגן זיי אים די נושא, די אוצר וואס זיי האבן, און אז זיי פארלאנגען 2 מילליאן דאללער,
די רבי  - חכם עדיף מנביא -
האט אנשטאט האנדלען פרייזן, תיכף געזאגט:
"די זיידע'ס ספר תורה, איז ווערט, אפילו מער פון 2 מילליאן דאללער!"
---
די רבי האט דאן נאכ'ן באקומען אלע פרטים ארום די ס"ת פון צאנזע אייניקלעך ארום די וועלט,
אנגערופן רבי משה שמואל אויב ער וויל האבן א חלק אין אזא חשובע חפץ,
אויף וואס רבי משה שמואל האט תיכף מסכים געווען.
-------
נאכדעם האט זיך אנגעהויבן די פארהאנלינגען בכבוד הראוי
און זיי זעהענדיג אז דא מיינט מען עס מיט די מערסטע ערענסקייט און קיינער זוכט נישט זיי אראפצו קלאפן,
האבן מער נישט געוואלט האנדלען מיט קיינעם
און האבן אפילו אראפגעלאזט צו סוף די פרייז אויף האלב! =איין מילליאן.
--------
דרך אגב איז אינטערעסאנט אז דער צאנזער פון נתני' האט גערופן בעטן אז ער איז מסכים צו צאהלן דאפלט וואס מ'האט געצאלט עס צו אפקויפן פון רבי'ן.
ווי אויך האבן צענדליגע צאנזע אייניקלעך איבער די וולט אנגערופן דא צום רבי'נס שטוהב און אויסגעדרוקט הכרת הטוב פאטר'ן אויסלייזן די חפץ, אין וואס דער ד"ח פלעגט ליינען, און מעביר סדרה זיין (כידוע האט ער זיך געפירט צו מעביר סדרה זיין אין א ס"ת) ווי אויך צו בעטן ווען זיי קענען קומען כאפן א בליק דערויף!

ספרינטער » 26/5/2011 23:45

איך האף עס וועט זיין אנגעגרייט בעסער ווי פאראיאר ביים הכנסת ספר תורה, עס איז נישט געווען קיין פלאץ זיך צי רירען, איך געדענק ווען די ס"ת איז אריינגעברענגט געווארן צים היכל פון בית המדרש זענען צענדליגע אידען אונצווישען עלטערע אידן אומגעפאלן פון די שטופעריי. די געיטס ביי די סטעפס וואס זענען הארמאטיש אריינגעהאקט זענען ארויסגעריסן געווארן צוליב די וואג פון די גרויסע צאהל מענטשן וואס האבן אריינגעשטראמט אויף איינמאל.
 
שוין אפגערעדט וואס עס האט זיך אפגעטון ווען רבינו שליט"א האט געטאנצען אין די רינג מיטן ספר.
 
ווי פארשטענדליך וועט היי יאר זיין נאך אסאך גרעסערע עולם דעריבער האף איך אז די עסקנים דארט וועלן פון פריער זיך באווארענען און זיכער מאכן אז עס זאל זיין על צד היותר טוב אזוי אז יעדער דאל קענען מיטהאלטן די היסטארישע מאמענטן.

_________________

וואלןסח » 27/5/2011 01:04

דער סטראבערי האט מעשיות אז מען קען זיך באלעקן
אפשר ברענגסטו פראפ אז זיי זענען בכלל געווען ביים רבין אפפערן<?
און געב מיר ביטע א דעיט (בערך)?

_________________

SatmarNews » 27/5/2011 03:48

זמן מתן תורתינו: כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א וועט דעם יום טוב אריינגעבן די "ספר תורה" פון הרה"ק מרן בעל דברי חיים מצאנז זי"ע צום גרויסן סאטמארער בית המדרש אין וויליאמסבורג במקהלות רבבות אלפי ישראל

ריזיגער צוזאמענפאר פון טויזנטער חסידים פון איבער דער וועלט איז ערווארטעט צו דער גרויסער יום טוב און היסטארישער חגיגה

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

HTML clipboardSatmarNews



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 03/06/2011 04:11:53


עםהארץל » 27/5/2011 04:21

פארדעם רעדט דיין קדושל נאר צו יענקעלע גליק?

סטראבערי » 27/5/2011 07:36

כהן האלט שוין אריבער 55 טויזענט דאללער
די בידס קומען פון אינטערנאציאנאל!
פרטים יבואו!

עםהארץל » 27/5/2011 18:02

וואס איז מיט די איבריגע עליות? ביטע האלט אונז אינפארמירט

עפלסיידער » 30/5/2011 05:06

איך ווייס נישט אויב עס בעלאנגט דא אבער עס וואלט געווען א שיינע זאך אז כאטש לכבוד התורה זאל מען אויפפיקסן די אריינגאנג צום שוהל

סטראבערי » 30/5/2011 05:10

העיט טו דיסעפאינט יו,
די צאנזע אייניקלעך פארציילן אז די היסטארישע הייליגע ס"ת האט מורא'דיגע הידורים און חימרות,
וואס ווייניג ס"ת האבן אפי' היינט צוטאג!
אשרינו מה טוב חלקינו!
עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה מסיני!
______________________________________
*



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 03/06/2011 04:08:47

סטראבערי » 31/5/2011 01:43

‎‎מענטעלע פון לעכטיג'ן ספר תורה[בילד – נישט אפגעהיט]




תוקן על ידי סטראבערי ב- 31/05/2011 01:51:40


קוק_ווינקל » 31/5/2011 05:44

אין קורצן 
1) דער ספר תורה איז פסול
2) ס'איז בלל נישט פון ד"ח
3) ס'איז נישט קיין חשובת א ס"ת פון ד"ח
4) ס'איז יא א חשובת אבער מיט 
100 טויזענט דאללער קען מען טוהן בעסערע זאכן
5) ער האט נישט געצאלט אזויפיל ער האט געצאלט ווייניגער
6) וכו' וכו'

אויטענטיש » 31/5/2011 21:46

משהלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האלט נאך אינמיטן פלאצן... איך האב געפלאצט פאר געלעכטער ווען איך בין געווען ביי משה שמואל זופניק אין בעיסמענט די פאריגע וואך, און צו קיקענדיג ווי אויף 8 טישן איז אויסגעשפרייט גליונות פונעם ספר תורה וואס משה שמואל האט געפלאטיעט א האלבע מעלאנע, ביי יעדן טיש זיצט א סופר און ארבייט מיט שווייס צו פארעכטן ס'זאל כאטש זיין כשר בדיעבד, ועל גבם שטייט דער באקאנטער סופר משה דוד טייטלבוים, און יעדע מינוט הערט מען א צווייטן סופר שרייען אז ס'איז אומעגליך דאס כשר צו מאכן, און משה דוד שרייט צוריק פראביר..., דאס דארף כשר ווערן אויף שבועות, אוי האב איך געפלאצט פאר געלעכטער... איך האלט נאך אין איין פלאצן...



אופפפפססססס! משהלע איז געווען ביי משה שמואל זופניק אין בעיסמענט.......

ווייזט זיך אויס אז נאכדעם ווי ער האט געסעטלט די פרשה מיט'ן בחור וואס באכעט נשים אין די הויכע חדשים, האט ער אנגעפאנגען א פרישע אונטערנעמונג.....
http://www.bhol-forums.co.il/topic.asp?whichpage=4&topic_id=2895071&forum_id=21016

הנגיד_רבי » 1/6/2011 23:34

שמעתי:

צו די הכנסת ספר תורה
 קומט ארויס א  "נייע ספר"  וואס איז מלקט א הערליכע שלל 
פון די היסטאריע פון די "צאנזע ספר תורה"
כליל בתוכו, עדות'שאפטן פון צאנזע אייניקלעך:
ובתוכם 
רבי שלמה'לע באבובער זצוק"ל,
כ"ק אדמו"ר פשעווארסק שליט"א - בשם אביו זצוק"ל,
 הרה"ג ר' ברוך אברהם האראוויץ שליט"א בשם חותנו כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצ"ל,
 
הרה"ג ר' ברוך דוד הלברשטאם שליט"א אב"ד סארוואש. הרה"ג ר' ברוך אברהם הלברשטאם שליט"א בשם אביו הרה"צ ר'שרגא פייוויל ז"ל, 
הרה"ג ר' יעקב אהרן וויגדער שליט"א - בשם הרה"ח ר' אהרן שטערן ז"ל ממאנסי שהיה מחסידי שינאווא 
ועוד ועוד .....

פרטים יבואו!


תוקן על ידי הנגיד_רבי ב- 01/06/2011 23:45:19

הנגיד_רבי » 2/6/2011 19:03

הרה"ג רבי חיים דוד כ"ץ שליט"א - דומ"ץ סאטמאר ב.פ. - וחבר ביד"ץ דקיט"ל
גייט אי"ה קומען אויף יו"ט שבועות קיין וויליאמסבורג, מיטצוהאלטן דעם יו"ט און הכנסת ס"ת ביים רבי'ן שליט"א

_________________

SatmarNews » 3/6/2011 03:56

[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarNews » 3/6/2011 03:57


[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarNews » 3/6/2011 03:58

[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarNews » 3/6/2011 04:02

[בילד – נישט אפגעהיט]

זעליג_כהן » 3/6/2011 05:14

:satmar news
Thank You For Keeping Us Updated

זעליג_כהן » 3/6/2011 05:16

ס'ווערט צוגעגרייט א הערליכע מעמד,
כ'האב הנאה - כ'הער אז די עסקנים ארבעטן אריין ס'זאל זיין אזוי אויסגעשטעלט,
אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן די געוואלדיגע היסטארישע מעמד הכנסת ס"ת!
גדול יהי' כבוד המעמד הזה!

סטראבערי » 6/6/2011 05:37

[quote]הרה"ג רבי חיים דוד כ"ץ שליט"א - דומ"ץ סאטמאר ב.פ. - וחבר ביד"ץ דקיט"ל
גייט אי"ה קומען אויף יו"ט שבועות קיין וויליאמסבורג, מיטצוהאלטן דעם יו"ט און הכנסת ס"ת ביים רבי'ן שליט"א

_________________


[/quote]
אגב, רח"ד איז א צאנזע אייניקל.
*
הגה"צ  דומ"ץ סאטמאר מאנטריאל שליט"א
הרה"ג רבי משה מנחם טירנויער שליט"א קומט אויך מיטהאלטן דעם יו"ט ביים רבי'ן שליט"א

SatmarHQ » 6/6/2011 05:38

לויט געוויסע קוועלער וועלן די עליות דעם ערשטן טאג שבועות, וועלכע וועט געליינט ווערן אין דעם הייליגן ספר תורה, פארטיילט ווערן ווי פאלגאנד:
 
הגה"צ דומ"ץ סאטמאר ב"פ שליט"א - כהן
 
אחד מחשובי נגידי סאטמאר - לוי
 
כ"ק ראב"ד דקהלתינו שליט"א - שלישי
 
הרה"ח הישיש ר' מענדל זופניק שליט"א - רביעי
 
כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א - חמישי
 
הגבה און גלילה צוטיילט צווישן הגה"צ אבד"ק פאיע שליט"א וחבר הביד"ץ, און הגה"צ ר' זלמן לייב פילאף שליט"א, חבר הביד"ץ.
 
לויטן יעצטיגן פלאן וועט רבינו שליט"א זעלבסט זיין דער בעל קורא.

מאטעלע » 6/6/2011 17:55

די אלע עליות זענען געקויפט געווארן אויפן אקשען, אדער זענען זיי למעשה פארטיילט געווארן פאר די נכבדי העם דורך די הנהלת הקהלה?

yuchw » 6/6/2011 18:52

שישו ושמחו בשמחת התורה

דאראגער » 6/6/2011 18:55

לויט הרה״ג רבי מנשה פילאפף שליט״א, קומט אויך צופארן זיין ברודער הרב הגאון רבי יצחק אהרן פילאפף שליט״א ראש הכולל פשעווארסק און מרביץ תורה אין אנטווערפן חדב״נ האדמו״ר מספינקא אנטווערפן, זיך מסתופף זיין בצילא דמהימנותא און מיטצוהאלטן די געהויבענע הכנסת ספר תורה.
יהא בואו לברכה.

SatmarNews » 6/6/2011 20:39

[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarNews » 6/6/2011 20:40

[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarNews » 6/6/2011 20:41

[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarNews » 6/6/2011 20:42

[בילד – נישט אפגעהיט]

oאטמארער » 6/6/2011 21:32


אי"ה אויף יו"ט שבועות קומט ארויס א ספר "בספר חיים" מיט די פונקטליכע השתלשלות

ווי אויך אין קובץ עץ חיים (באבוב - הרמ"ד) איז געווען באשריבן אז די ספר תורה האט באלאנגט פארן דברי חיים, (דאכט זיך חודש ניסן)


סטראבערי » 6/6/2011 22:51

מאטעלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די אלע עליות זענען געקויפט געווארן אויפן אקשען, אדער זענען זיי למעשה פארטיילט געווארן פאר די נכבדי העם דורך די הנהלת הקהלה?


יא אלע עליות זענען פארקויפט געווארן אויף אקשען!
למשל כהן, איז געווען קודם א סך בידס,
ביז ס'איז אנגעקומען צו זייער א הויכע פרייז זענען שוין נאר געבליבען אינ'ם ביד
הנגיד רבי בעריש בערגער הי"ו פון לאנדאן
(מן הסתם פאר זיין שווער רבי יענקל הכהן  כהנה - ראש הקהל)
און די סאטמאר קהלה פון בארא פארק בשותפות מיט 2 נגידים 
(פאר הרה"ג רבי חיים דוד כ"ץ שליט"א - דער דיין)
און אזוי ווייטער אלע עליות.

SatmarNews » 7/6/2011 02:50

אויסצוגן פון קובץ עץ חיים-באבוב ווי זיי באשרייבן ווי די ספר תורה איז געשריבן געווארן דורך ר' נפתלי סופר ז"ל, וואס עס איז ידוע אז ער האט זיך געלערענט די אותיות פון בעל דברי חיים זי"ע


SatmarNews » 7/6/2011 02:51

[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarNews » 7/6/2011 02:51

[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarNews » 7/6/2011 02:52

[בילד – נישט אפגעהיט]

וויכטיג » 7/6/2011 18:38

די מורא'דיגע התרגשות ביים עולם גיסט איבער און וואקסט פון צו מינוט ווען מ'וועט זוכה זיין צו די אומגלויבליכע געהויבענע מינוטן און קענען אריינברענגען דעם ספר תורה הקדוש וואס "דער הייליגער רב" פון צאנז זי"ע האט אליין געשריבן אותיות אין דעם און געליינט און עולה געווען אין דעם יארן לאנג, און נאך צדיקי וגדולי הדור פון יענע צייט און נאכדעם האבן עולה געווען אין דעם ס"ת  אין די הייליגסטע זמנים אין יאר!

און מיר וועלן האבן די געהויבענע זכיה צו קענען הערען די הייליגע קריאה פון די עשרת הדברות טאקע אין דעם הייליגן פייערדיגן ספר תורה וואס צדיקים האבן מעיד געווען אז זיי האבן געזען דערביי בפועל די "קולות וברקים" פון מתן תורה!!

אן עלטערער איד וואס האט שוין נישט קיין כח זיך צו שלעפן ביז אהער און זיך צו שטופן, און קומט בלויז געציילטע מאל אין יאר, האט יעצט געזאגט אז דעם ערשטן טאג שבועות, טראץ וואס ער ווייסט עס וועט זיין א גרויס געשטופעניש ביים רבי'ן אין הייליגן יו"ט שבועות, דאך קען ער נישט מוותר זיין אויף די התרגשות'דיגע מינוטן צו קענען זען און הערן די קריאה אין דעם זעלטענעם הייליגן ספר!

SatmarNews » 8/6/2011 02:45

Sefer Torah Of Divrei Chaim To Be Brought To Satmar Bais Medrash On Shavuos

(Tuesday, June 7th, 2011)

Williamsburg – In a historic event, a Sefer Torah written in the 1800's, owned by a the Divrei Chaim, and passed down to his descendants for six generations, will be brought to the main Satmar synagogue at 152 Rodney Street on Shavuos morning (Wednesday June 8th). The procession, which will be led by the Satmar Rebbe, Rabbi Zalman Leib Teitelbaum Shlita, will take place from 12 noon to 3 PM, and will begin at 550 Bedford Avenue.

Approximately 10,000 men, women and children are expected to attend this event.

The Sefer Torah which belonged to the Divrei Chaim (Rabbi Chaim Halberstam, the Sanzer Rebbe), is of great historical value – not only because of its age but also because many of today's Rebbes are direct descendants of the Sanzer Rebbe.

It was bought by a Williamsburg philanthropist for the sum of $500,000 in honor of the Satmar Rebbe, himself a descendant of the Sanzer Rebbe. After being used in the Bais Medrash on Shavuos, it will be stored at an undisclosed secure location.

(Dov Gordon – YWN)




http://www.theyeshivaworld.com/article.php?p=94745



תוקן על ידי SatmarNews ב- 08/06/2011 02:46:31