היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » בעלז מאכט נאך סאטמער'ן שוועסטער

בעלז מאכט נאך סאטמער'ן שוועסטער

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2895100

אייזנער » 24/5/2011 21:40




זעט אויס אז די יעצטיגע צייט האבן זיך די אלע חסידישע פארטייען אפגעשמועסט, אז כדי צו הייבן זייער ברענד נעים, איז יעצט די מהלך קעיר צו נעמן פון צניעות, איז נאכן געלונגענע אסיפה פון סאשע וועגן די דאוסטערס, האט יעצט די הייליגע בעלזע רעביצין געמאכט אן אסיפה וועגן די לאנגע שייטלען, נו, וועל מיר זען ווער ס'וועט פארכאפן די העידליינס.

http://www.bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2895022&forum_id=771

(ס'איז כדי צו צושרייבן אין א נכתב בצידו, ח"ו קיינער מאכט נישט אוועק די אישו פון צניעות, און ווער נאך אזוי ווי סאטמאר ווייסט ווי שטארק מ'שלאגט זיך אויף צניעות, יעדער שטיק צייט , מאכט די הנהלת הרוחניות אינעם מיידל סקול, ובראשם הרה"ח ר' שלמה הערצאג שליט"א, אסיפות איבער דעי ענינים,  יעדער צווי וואכן קימט אן פון בית רחל אויף פאסט, די הערליכע אויסגאבע 'פון אונזער אוצר', געשטעלט צו שטארקן די צניעות, אזש אזוי ווייט אז אפאר היימישע פרויען האבן געפענט די ערשטע קאמפעני וואס איז געשטעלט צו פארקויפן דייקא אויסגעהאלטענע זאכן מיטן נאמען 'בלא ריבען' וואס האבן שוין געשעפטן און אלע היימישע שטעט.

אבער פון דעם אלעם האט נאך קיינער נישט ארויסגענומען ריווח, נאר די רבונו של עולם האט געשעפט א נחת רוח, אבער דעי פארטייען ניצען אויס נאכצומאכן די דור הפלגה פון 'נעשה לנו שם', איז עס ווערט א ליצנותא דעבודה זרה.

רבינחום » 24/5/2011 22:34

טאקע א מאדנע זאך
וועלט פארזאגער'ס?
מען קען מיינען אז אין בעלז גיין מען מיט לאנגע שייטלעך אין עס איז נוגע פאר זיי

לאעליכם » 25/5/2011 02:15

צו איז בעלזא גייט מען מיט לאנגע שייטלעך צו נישט ווייס איך נישט.

אבער די דאסטערס איז זיכער נוגע - צווישן אלע ק"ק בישראל - אויך ק"ק סאטמאר, ותיתי לי' פארן סאטמארן רבי'ן מהר"א שליט"א וועלכער האט ב"ה גענומען די זאך אין די הענט אריין.

גרינטושי » 25/5/2011 02:33

דאסטער?
מה זה ? און אויף וועלעכער שפראך?
אויף ענגליש מיינט א דאסטער א מאשין וואס רייניגט שטויב איך גלייב נישט אז דאס מיינסטו בעניני צניעות