היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ויקם דזשיגאן חדש = סקווירא

ויקם דזשיגאן חדש = סקווירא

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2895071
בלאט: 1 2

ספרינטער » 24/5/2011 19:24

מזל טוב מזל טוב!!! כלל ישראל איז באשאנקן געווארן מיט א נייע דזשיגאן שאו שפילער, טאקע איינער וואס גייט און די דרכים פון זיין שוואגער די אלט באקאנטער דזשיגאן פון קרית יואל.
 
זיי זענען שוין ביידער באקאנט אלץ הארצלאזע מענטשן וואס זענען גרייט פשוט צו הארגנ'ן אנדערע וואס גייען נישט אין שפאן. דער נייע דזשיגאן האט אויך אנגענומען דעם מיטל פון נעמען ערענסטע מאמענטן און זיי אויסניצן פאר פערזענליכע אונטערעסע. דער ק"י דזשיגאן האט זיך משוגה געמאכט ביים לוי' פון רבינו הק' בעל ברך משה. אזוי אויך דעם אומפארגעסליכע הושענה רבה ווי ער האט מיט הייסע טרערן געוויינט אז די געפלאנט אונוואזיע אויף ראדני זאל געקרוינט ווערן מיט סוקסעס. דא קענט איר הערן ווי דער נייע דזשגאן פון סקווירא וויינט ביי "על ביעור חמץ" אז זיין טעראר שטיק זאל געלונגען. רופט 718-819-3007 דאן דריקט 191.
 
דער לוזער האט זיך נאכנישט אויסגעלערנט אז מיט טעראר און רשעות קומט מען נישט אן אין ערגעץ!

_________________

עםהארץל » 24/5/2011 19:35

און דער בער זיצט אין ירושלים און לאכט פון זיינע צוויי דזשיגאן שוואגערס וואס פלעגן זיצן נעכט און אויסהערן די דזשיגאן טעיפס (עס איז ידוע אז נאכדעם וואס דער קרית יואלער דזשיגאן האט חתונה געהאט, ווען ער האט נאך געוואוינט אין שיכון וויזניץ אין אר"י פלעגט מען יעדע נאכט ארויסהערן די שטימע פון דזשיגאן פון זיין הויז) אז יעצט ווייסן זיי נישט ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט זייער "אייגענע שטעטל"

אויטענטיש » 24/5/2011 19:44

ער זאגט דארט ברכת שהחיינו?

משהלע » 24/5/2011 19:49

איז דער דברי יואל אויך געווען א דזשיגאן טעראריסט? ווען עס זענען געווען די שווארצע יו ען גייערס האט ער זיי ארויס געווארפן, האט ער דען נישט געוויסט אז מיט טעראר ארבייט דאס נישט?, און ווען ער האט געשריגן ביי די פתיחה תשכ''ז אז וועם עס געפעלט נישט זאל זיך גיין לחיים ולשלום און אויב נישט וועט ער זיך נוקם זיין בזה ובבא, וואס פאר א גערעדעכטס איז דאס פון נוקם זיין? ווייסט ער נישט אז מיט טעראר גייט דאס נישט?

רשכבהגולם » 24/5/2011 21:11

איך ענטפער נישט געווענטליך אויף אזעלעכע דברי טיפשת, אבער יעצט איינמאהל וועל איך ענטפערן, און נאך די איינמאהל, קענסטו מגיב זיין וואס די ווילסט, איך וועל בל"נ נישט ענטפערן,

קודם ווילן מיר דיר זאגן, ווערסט נאך נישט פארעכענט פאר אזא גרויסע חכם מיט דיין שפראך,
פארוואס?
ווייל כבר קדמוך, דער שפראך איז שוין אלט עטלעכע 30 יאהר, ווען בעלזא האט דאס געשריבן און מחנה החרדי יעדע וואך, 
ווערסט יא פארעכענט אלס א חלק פון די וואס האבן דעם רבין אזוי געוואלט אראפ מאלן, אבער ווילאנג ער האט געלעבט און די ריכטיגע מציאות פון די קדושה איז געווען מיט אינז, האבן זיי נישט געהאט קיין הצלחה דערמיט,

שפעטער ווען דיין רבי האט געוויזען א סעמפעל ווי אזוי מען טוט אפ רשעות מיט כל מיני פסלנות'ער, און מען ריפט דאס קנאות, אט דאס האט געגעבן די 
פתחון פה פאר די אלע אויבען דערמאנטע, 

און קורצן, 
דעס לעבן און שאפן פון אלע אמת'ע קנאים איז געווען אנגעפילט מיט צדקה וחסד, די אלע צדיקים וקדושים פון די אנגארישע חדר וואס האבן געפירט פארשידענע מערכות למען כבוד שמו יתברך, די זענען צי די זעלבע צייט אויס געגאנגען פאר א צווייטע איד, זיי האבן זיך מצער געווען בצערתן של ישראל, און זיך געפרייט בשמחתן, זיי האבן געטון אסאך מער ווי זייער מעגליכקייט צי העלפען א צווייטן איד, און זייער גאנצע לעבען איז געווען ווי א קייט פון צדקה וחסד, און ווען זיי האבן זיך באניצט מיט קנאות איז געווען ניכר מתוך מעשיהם אז עס איז לשם שמים, און נישט קיין אייגענע אינטערעסן,

משא"כ די היינטיגע חתנים דינן איז זייער לעבן און שאפן אנגעפילט מיט רשעות א קעגען פירוואטע מענטשן, פערזענליך, זיי האבן שוין יורד געווען לחיים און ציגרונד געלייגט אן א צאהל משפחות, א פשוט'ע אמשילדיגע טובה (אן פראפעגאנדע) פאר א צווייטע איד איז פון זיי נאך נישט ארויס געקומען, זיי רעדען ביי א יעדע געלגנהייט נאר פון זיך מיך איך, און עס איז ניכר ממעשיהם הטובים אז דא רעדט זיך פשוט און פראסט פון שלעכטע מענטשן מיט שלעכטע אום אויסגעארבעטע מידות, מידות נשחתות, זיי זענען דא נאר זיך צי פאשענען, און אראפ רוימן וועם אימער עס שטייט זיי און וועג,

דרך אגב הער איבער די טעפ פון די מיטונג ביי די פרשה פון די שווארצע, וועסטו זעהן, אז מען האט קיינעם נישט בפועל ארויס געווארפן פון בית המדרש, מען האט זיי אויסגעשלאסן פון קהל, און מען האט געבעטן דעם עולם אז ווען איינע פון זיי וועלען אריין קומען און בית המדרש זאהל קיינער אים נישט גריסן און נישט רעדען צי אים, דאס איז געווען די ערגסטע שטראף, און פרעג דיך נאך, וועסטו זען אז ווער עס האט געהאט די קעראזש אריין צי קומען און בית המדרש (און עס איז געווען איינצעלענע) האט מען אים באשטראפט נאר מיט דעם אז קיינער האט אים נישט אנגעקוקט, דאס אלעס, מען האט נישט געהויבן קיין הענט, מען האט נישט געשריגן, און אפילו נישט געשטופט, די סיבה דערפון איז, ווייל ווען מען דארף טון אזונע סארט זאכן, טוט מען נישט מער מיט איין טראפ פון וואס עס פעלט אויס, צום ציל פארוואס מען טוט עס. 





תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 24/05/2011 21:17:08

אומזיסט » 24/5/2011 21:33

יא, נישטא וואס צו רעדן. דער רבי זי"ע, צי ליפא פריעדמאן, הו עווער איט וואס, האט סאך קלוגער און שענער געדילט די שווארצע פרשה, ויי אלע אנדערע חסידותער, און דערפאר איז ער אנגעקומען די שענסטע. ווען מען גייט ווען דעמאלט מיט א דזשיגאן שטייגער, וואלט שוין בחייו פון רבי'ן געווען א בני יואל.

זיי קלוג און נישט גערעכט! (קרעדיט: יואל'י לעבאוויטש).

_________________

משהלע » 24/5/2011 21:44

גולם, ווען איך האב נישט וואס צו ענטפערן, ענטפער איך פונקט ווי דו, נאר איך מאך עס אסאך מער בקיצור און צו דערזאך, נישט מיט א הויפן שטותים והבלים,

דער חילוק איז איין זאך, פארן דברי יואל האט זיך קיינער נישט מתחצף געווען, פארן סקווערער רבי אין די לעצטע 40 יאר האט זיך אויך קיינער נישט מתחצף געווען, אבער אזוי ווי אין סאטמאר איז אויף געקומען א יאשקע מסור חצוף ומחוצף און געוויזן אז ער פייפט זיך אויס אויף אלעם ווי איינער וואס איז נישט מזרע ישראל (כלשונו פון הייליגן בעל ברך משה זי''ע) אזוי אויך אין סקווער איז אצינד אפיר געקומען א גלגול פון יאשקע מסור מיט נאמען ראטענבערג, און ווייזט אויך אז איש כל הישר בעיניו יעשה, אויב דאס איז אידישקייט, ווייס איך נישט וואס איז גואישקייט.

_________________

רשכבהגולם » 24/5/2011 21:50

איך בין נישט מוסיף גארנישט, דאס איז קאפי פעסט פון אויבען,

און קורצן, 
דעס לעבן און שאפן פון אלע אמת'ע קנאים איז געווען אנגעפילט מיט צדקה וחסד, די אלע צדיקים וקדושים פון די אנגארישע חדר וואס האבן געפירט פארשידענע מערכות למען כבוד שמו יתברך, די זענען צי די זעלבע צייט אויס געגאנגען פאר א צווייטע איד, זיי האבן זיך מצער געווען בצערתן של ישראל, און זיך געפרייט בשמחתן, זיי האבן געטון אסאך מער ווי זייער מעגליכקייט צי העלפען א צווייטן איד, און זייער גאנצע לעבען איז געווען ווי א קייט פון צדקה וחסד, און ווען זיי האבן זיך באניצט מיט קנאות איז געווען ניכר מתוך מעשיהם אז עס איז לשם שמים, און נישט קיין אייגענע אינטערעסן,

משא"כ די היינטיגע חתנים דינן איז זייער לעבן און שאפן אנגעפילט מיט רשעות א קעגען פירוואטע מענטשן, פערזענליך, זיי האבן שוין יורד געווען לחיים און ציגרונד געלייגט אן א צאהל משפחות, א פשוט'ע אמשילדיגע טובה (אן פראפעגאנדע) פאר א צווייטע איד איז פון זיי נאך נישט ארויס געקומען, זיי רעדען ביי א יעדע געלגנהייט נאר פון זיך מיך איך, און עס איז ניכר ממעשיהם הטובים אז דא רעדט זיך פשוט און פראסט פון שלעכטע מענטשן מיט שלעכטע אום אויסגעארבעטע מידות, מידות נשחתות, זיי זענען דא נאר זיך צי פאשענען, און אראפ רוימן וועם אימער עס שטייט זיי און וועג,

וואלןסח » 24/5/2011 22:51

די קלז"ב און קראלי ספינקא חסידים האבן די זעלבע זאך געשריבן אויפן דברי יואל

רשכבהגולם » 24/5/2011 22:55

איך בין נישט מוסיף גארנישט, דאס איז קאפי פעסט פון אויבען,

און קורצן, 
דעס לעבן און שאפן פון אלע אמת'ע קנאים איז געווען אנגעפילט מיט צדקה וחסד, די אלע צדיקים וקדושים פון די אנגארישע חדר וואס האבן געפירט פארשידענע מערכות למען כבוד שמו יתברך, די זענען צי די זעלבע צייט אויס געגאנגען פאר א צווייטע איד, זיי האבן זיך מצער געווען בצערתן של ישראל, און זיך געפרייט בשמחתן, זיי האבן געטון אסאך מער ווי זייער מעגליכקייט צי העלפען א צווייטן איד, און זייער גאנצע לעבען איז געווען ווי א קייט פון צדקה וחסד, און ווען זיי האבן זיך באניצט מיט קנאות איז געווען ניכר מתוך מעשיהם אז עס איז לשם שמים, און נישט קיין אייגענע אינטערעסן,

משא"כ די היינטיגע חתנים דינן איז זייער לעבן און שאפן אנגעפילט מיט רשעות א קעגען פירוואטע מענטשן, פערזענליך, זיי האבן שוין יורד געווען לחיים און ציגרונד געלייגט אן א צאהל משפחות, א פשוט'ע אמשילדיגע טובה (אן פראפעגאנדע) פאר א צווייטע איד איז פון זיי נאך נישט ארויס געקומען, זיי רעדען ביי א יעדע געלגנהייט נאר פון זיך מיך איך, און עס איז ניכר ממעשיהם הטובים אז דא רעדט זיך פשוט און פראסט פון שלעכטע מענטשן מיט שלעכטע אום אויסגעארבעטע מידות, מידות נשחתות, זיי זענען דא נאר זיך צי פאשענען, און אראפ רוימן וועם אימער עס שטייט זיי און וועג,

ספרינטער » 24/5/2011 22:58

נישט קיין נ"מ ווי אזוי די אמאליגע צדיקים האבן זיך געפירט, דאס איז אבער זיכער אז אלעס וואס זיי האבן געטון איז געווען לשם שמים און נישט זיך גרויסצומאכן.
 
משא"כ דעי וואס טעראריזרן היינט די מענטשהייט און מאכן זיך משוגה איז עס נאר צוליב אני ואפסי.

_________________

משהלע » 24/5/2011 23:12

איך האב אין מיין באזיץ די תקנות וואס מיין טאטע האט אינטערגעשריבען ווען ער האט געמאפט קיין קרית יואל און דארט שטייט נישט קיין איין ווארט וועגן ציונות, דארט שטייט יא, אז מען איז אינטער געווארפן אינטער די הנהלת הקהלה, סא, די גאנצע דיסקאשן דא איז בלויז פאנטאזירעכצער, דער רבי האט געוואלט קאנטראל, א מחוצף איז ביי עם געווען פיל ערגער ווי א שייגץ רח''ל, ער האט געהאלטן אין זיין ישיבה גאר שוואכע און אפילו אין א געוויסן מאס פארדארבענע בחורים, (אויב זיי האבן נישט פארדארבן אנדערע) אבער א מחוצף האט ער ארויס געווארפן אן קיין רחמנות, אדרבה, שאל אביך ויגדך, דאס איז ידוע ומפורסם לכל,   

_________________

ספרינטער » 25/5/2011 00:08

מחוצפים האט די רבי טאקע געווארפן און פארדעם איז אפילו געפלויגן בערל פריעדמאן, אבער ווי פריער געשריבן זיי האבן עס געמיינט לשם שמים, מילא איז דא נישט נוגע די אלע טענות ווייל איינמאל ווען זיי מיינען זיך אליינ'ס און עס גייט זיי אריין א משגעת אין קאפ אז מען טאר נישט גיין דאווענען ערגעץ אנדערש נאר ווייל 'איך' וויל אזוי, דאן הייסט דאס נישט זיך מתחצף געווען, ווייל ער איז נישט מחוייב נאכצוטאנצן זיינע משוגעת'ן. און אויב זעהט דער א.ג. רב אז ער דארף פארברענען און הרגנ'ן דעי וואס טאנצן נישט מיט זיינע משוגעת'ן, מיינט דאס אז ער קען נישט קאנטראלירן דעם שטעטל דאן זאל זיך דער פירער אויפהייבן און אנטלויפן דארט ווי דער עגיפטען'ר דיקטאטור און פילע אנדערע האבן געטאן. און אז נישט איז ער א לוזער פונקט ווי קאדאפי וואס הרג'ט אויס אומשולדיגע איינוואוינער.

_________________

משהלע » 25/5/2011 04:17

עס פאסט זיך נישט דאס ווארט געפלויגן אויף רבי בערל פריעדמאן שליט''א, וואס ער איז נאך אלץ דער פרעזידענט פון 95 פראצענט פון די סאטמארע חסידים וואס ער האט דעמאלטס געהאט, און וואס זענען געווען דבוק אין הייליגן ברך משה זי''ע, ענדערשט פאסט זיך צו שרייבן דאס ווארט געפלויגן אויף זריאלע גליק וואס איז געפלויגן פון בית המדרש הגדול אין קרית יואל, און זיינע בכיות פאר דעם בית דין פון בני ברק האט עם ווייניג געהאלפן, דאס מיינט געפלויגן, אדער פאסט זיך צו שרייבן געפלויגן אויף ר' יונה האלפערט ע''ה וואס האט געדארפט צו ליגן נאנט צו ברך משה אלץ משמש בקודש און איז נעבעך ביטערלעך געפלויגן, ווי אויך ר' חיים דוד כ''ץ וואס איז געפלויגן פון דיינות פאסטן אין בארא פארק, דאס הייסט געפלויגן, אדער גאר די קרעטשמע זיצערס וואס זענעם ביטערליך געפלויגן פון זייער קלוב, דאס הייסט עכט געפלויגן. 
 
איך האב הנאה ווי דער מוח קטן ספרינטער איז דער וואס איז מחליט וואס עס איז לשם שמים און וואס איז פאר משוגעת, טעראר און פאר אייגענע אינטערעסן לכבוד די פארטיי,
למשל אראפ כאפן שייטלעך פון פרויען וואס טראגן שבת מיטן עירוב = לשם שמים,
הדלקה = משוגעת.
חוזק מאכן פון רבנים ביים טיש (ליבאוויטש, רבי אייזיק ספינקא וכו') = לשם שמים.
זאגן תורה ביים ל''ג בעומר טיש (רח''ל) = משוגעת.
דער מישמאשערס פסק אז אריזאנא מצות איז חמץ גמור = לשם שמים.
דער פסק פון הגאון הצדיק רבי געציל בערקאוויטש אז סידור קידושין שלא ברשות המרא דאתרא = משוגעת.
דעם גז''ל'ס דרשה מיט מגן דוד'ס = לשם שמים.
רבי אהרן'ס נסיעה קיין ארץ ישראל = להגדיל הטראסק.
ר' זלמן לייב פיליפ שרייען אין די גאסן מחללי' מות יומת = לשם שמים.
מוחה זיין אויף פסולע קידושין = משוגעת און טעראר.
די נארישע פראפעגאנדע מיט א ספר תורה וואס מען האט געטראפן אין צאנז = לשם שמים.
משולחן מלכים אויסגאבע ווי אלע רבנים לעכצין  צו נעמען א טייל = משוגעת. 
טאנצן מיט יאשקע מסור = לשם שמים.
זיך טרעפן מיטן קלויזענבורגער אין ארץ ישראל = רחמנא ליצלן משנה געווען פון רעבע זיכראוינעווראכע.
אין די ליסט גייט ווייטער און ווייטער, אונזער ידיד נאמן ספרינטער וועט עס צו ענדיגן.

 

_________________

ספרינטער » 25/5/2011 06:30

משה'לע קודם כל האב איך הנאה אז די ליינסט אזוי פיין דורך מיינע תגובות, דאס וואס די שיסט צוריק פארענטפערט נישט די רציחה און רשעות וואס ווערן אפגעטאן דורך די צוויי בליטדורשטיגע שוואגערס. קיינער איז נישט מחוייב נאכצוטאנצען זייער משוגעת'ן זייער ווארט איז נישט קיין ווארט ווייל זייער פארגייער האט אלעס געטאן לשם שמים, אבער די נייע טוען דאס נאר זיך גרויסצומאכן. אז איינער גייט דאווענען ערגעץ אונדרויסן פון שטעטל איז נישט דא קיין שום תירוץ דורכצופירן אזעלכע מעשה רציחה!
 
ווען עס איז געווען די טרויעריגע פרשה ווי מען האט געוואלט אומברענגען דעם משב"ק הרה"ח ר' משה גבאי דאן האט מען געהערט פארדאמונגען פון דעם רבי'ן די בעל ברך משה זצ"ל און אפילו פון דעם ק"י דזשיגאן. ווי איז היינט דער סקווירא דזשיגאן? אפילו אויף זייער אפיציעלע מחאה בריוו האט ער נישט אונטערגעשריבן. דאס הייסט א רב? א רב דארף האלטן זיין קהילה אונטער קאנטראל און נישט נאר האקן אויף א האנטוך ארומגענומען מיט הויעכשטאקיגע פארענטשעס אונטער די שאטן פון פילע קעמערעס. *זאל מיר קיינער ח"ו נישט באשולדיגן אלץ א האסער קעגן סקווירא, פונקט פארקערט עס איז א שיינע קהילה נאר ליידער מיט עטליכע יונגאטשעס וואס ווייסען נישט ווי אזוי זיך אויפצופירן און ברענגען אן א שרעקליכע חילול השם וואס דאכט זיך מיר נאך ארגער ווי אלע אנדערע קהילות.

_________________

משהלע » 25/5/2011 16:49

ספרינטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
משה'לע קודם כל האב איך הנאה אז די ליינסט אזוי פיין דורך מיינע תגובות,
יישר כוחכם!

דאס וואס די שיסט צוריק פארענטפערט נישט די רציחה און רשעות וואס ווערן אפגעטאן דורך די צוויי בליטדורשטיגע שוואגערס
האסטו שוין פארענטפערט די רציחה און רשעות פון ווארפן בצים אויף קלויזנבורגער רבי? אפשערן די בארד פון הרב קורפ? אינטערצינדן דעם קענדי סטאר אויף לי עוועניו ווי פיצלעך קינדער זענען קוים געראטעוועט געווארן? צאפן דאס בלוט פון די טאכטער פון בעל דברי יואל? געבן מכות רצח פאר א מוהל אין ראדני נאר ווייל ער איז א קלויזנבורגער חסיד? שופך דם זיין פאר רבי אבוש פון קראלי? אפשערן די בארד פון ר' מענדל וועכטער? ווען די וועסט דאס פארענטפערן וועל איך דיר ענטפערן דיינע תמוהות!!!
. קיינער איז נישט מחוייב נאכצוטאנצען זייער משוגעת'ן
אמת! קיינער איז נישט מחוייב און מען צווינגט קיינעם נישט, אבער די דאזיגע מחוצפים קענען אויך קיינעם נישט צווינגען נאכצו טאנצן נאך זייער שייגץ שטיק, אויב געפעלט זיי נישט זאלן זיי גיין לעזאזל!

זייער ווארט איז נישט קיין ווארט ווייל זייער פארגייער האט אלעס געטאן לשם שמים, אבער די נייע טוען דאס נאר זיך גרויסצומאכן. אז איינער גייט דאווענען ערגעץ אונדרויסן פון שטעטל איז נישט דא קיין שום תירוץ דורכצופירן אזעלכע מעשה רציחה! 
ווער איז מחליט ווער עס מיינט לשם שמים און ווער נישט? ספרינטער פון הייד פארק?  (זעה מיין פריעדיגע תגובה פון לשם שמים)
 
ווען עס איז געווען די טרויעריגע פרשה ווי מען האט געוואלט אומברענגען דעם משב"ק הרה"ח ר' משה גבאי דאן האט מען געהערט פארדאמונגען פון דעם רבי'ן די בעל ברך משה זצ"ל און אפילו פון דעם ק"י דזשיגאן. ווי איז היינט דער סקווירא דזשיגאן? אפילו אויף זייער אפיציעלע מחאה בריוו האט ער נישט אונטערגעשריבן. דאס הייסט א רב? א רב דארף האלטן זיין קהילה אונטער קאנטראל און נישט נאר האקן אויף א האנטוך ארומגענומען מיט הויעכשטאקיגע פארענטשעס אונטער די שאטן פון פילע קעמערעס.
יישר כח!, א וודאי האט מען מוחה געווען אז מען האט געוואלט הרגענען "זיין גבאי", האט מען מוחה געווען ווען מען האט געוואלט הארגענען יצחק לייב וויינגארטן? האט דער דברי יואל מוחה געווען ווען מען אנגעגעקלאפט ר' שמואל בער גאטליעב דער קלויזנבורגער מוהל?, וואס איז? זיין בלוט איז נישט אזוי חשוב ווי א גבאי'ס בלוט?  

*זאל מיר קיינער ח"ו נישט באשולדיגן אלץ א האסער קעגן סקווירא, פונקט פארקערט עס איז א שיינע קהילה נאר ליידער מיט עטליכע יונגאטשעס וואס ווייסען נישט ווי אזוי זיך אויפצופירן און ברענגען אן א שרעקליכע חילול השם וואס דאכט זיך מיר נאך ארגער ווי אלע אנדערע קהילות.
שיין וועט מען אויס זען אז מען זאל נעמען לעקציעס פון אפאר הפקר יונגען ווי יאשקע מסור מיט דעם נייעם מחוצף פון סקווער וואס זאלן אונז לערנען הנהגה!

_________________


_________________

ספרינטער » 25/5/2011 17:10

די אלע טעראריסטישע שטיק זענען טאקע געטון געווארן דורך עטץ אליין! די ווייס גאנץ גיט אז ר' זלמן לייב איז נאך דעמאלטס נישט געווען גארנישט נאר אלעס איז געטון געווארן דורך נישט קיין צווייטן ווי ענקער מנהיג וואס איז געזעצן ביים רעדל ביז קנאפע 12 יאר צוריק, און דאס איז איינע פון די סובות פארוואס אסאך מענטשן האבן זיך פארעקלט דעם מאנראו דזשיגאן!!!!

_________________

משהלע » 25/5/2011 18:11

יא!
מיין רבי האט אפגעשניטן די בארד פאר מענדל וועכטער!, 
מיין רבי האט שיעור נישט געהרגט יצחק לייב וויינגארטן,
מיין רבי האט אנגעשלאגן אין ארויס געווארפן פון ראדני  ר' יוסף יושע גראס ע''ה ,
מיין רבי האט אינגעצינדן ילד שעשועים,
מיין רבי האט שיעור נישט געהרגעט ר' שמואל בער גאטליעב.  
מיין רבי שלאגט פרויען יעדן שבת אויף לי עוועניו פארן טראגן מיטן עירוב,
באלד וועט איר נאך באשולדיגן מיין רבי אין אראפ ווארפן דעם ווארלד טרעיד סענטער, און די מומביי שחיטה...

_________________

אויטענטיש » 25/5/2011 19:18

באזני שמעתי א טעיפ חורש"י פונ'ם קלויזענבורגער רב וואו ער האט גערעדט פין די מלחמה וואס רביה"ק זי"ע האט געפירט קעגן ציונות, און דערמאנט דעם רבי'נס איסור קעגן נעמען געלט, כותל, וכו'ו און זיך אויסגעדרוקט אויפ'ן רבי'ן, כהאי לישנא ממש: א שין דלת, א בייזער רוח איז אריין אים, ער שרייט ווי א פארוקטער מ'טאר נישט!! מ'טאר נישט!! וכו' וכו' וואס איך געדענק נישט פונקטליך און איך האלט נישט ביים מעתיק זיין מפני כבודו (די שיעור נעמט דוכט זיך מיר איבער א שעה).
אזוי אויך איז ידוע אן א שיעור פערזענליכע שטעכערייען אין שליחות'ער וואס זענען געקומען צום רבי'ן מצד דעם קלויזענבורגער, וואס האט פאר רביה"ק געבאדערט עד דכדוכה של נפש כידוע.
און דאס איז בו בזמן וואס רביה"ק זי"ע האט זיך געלייגט פאר אים אין די לענג און אין די ברייט אינדערהיים אין קלויז"ב, סיי בעניני הקהילה און סיי בעניני ביתו, וכידוע ליודעים אז פאר די קריג איז דער רבי געווען גאר א אפטער באזוכער אין קלויזענבורג ואכמ"ל, 
עס איז נאך דא זייער אסך צו שרייבן בנוגע דעם ענין, אבער עס האט נישט קיין שום תועלת מרחיב זיין הדיבור אין דעם.
עכ"פ ווען דער קלויזענבורגער איז געקומען קיין וויליאמסבורג, און סך הכל געכאפט אפאר ביצים, - הגם איך וואלט נישט געוואלט האבן קיין חלק אין ווארפן אייער אויף קיין שום יוד, יהיה מי ומה שיהיה, ובפרט אויף א תלמיד חכם -  איז דאס נישט ממש בגדר 'שרעקליכע רשעות און אכזריות' (כלשון משהלע) נאר סך הכל א צוווילדעוועטע רעאקציע  פין חסידים אקעגן איינעם וואס האט זייער רבי'ן דעם רבן של ישראל געטרונקען דאס בלוט.
ובכל אופן האלט דאס נאך זייער זייער ווייט פון מאכן דעם קלויזענבורגער פאר א נרדף.

ספרינטער » 25/5/2011 19:34

משהלע די האסט גיין פיין פארשטאנען מיין ענטפער, און איך האב טאקע נאר אויסגערעכנט די זאכן וואס זענען קלארע פאקטן אז דיין רבי איז געשטאנען אונטער די אטאקעס.
 
והא ראיה אז אפילו היינט צוטאגס ווערן דורכגעפירט מעשה רציחה ביי ענקערע פארבליבענע באזעס וואס עטץ האטס נאך עפעס קאנטראל. בני ברק און קרית יואל קומען נאך ביז היינט צוטאגס - כאטש אויף א קלענערע פארנעם ווי אמאל, זייט מ'האט גענומען לעגאלע שריט - איבערפעלער אויף אנ"ש וואס גייען נישט אין שפאן מיטן מאנראו דזשיגאן.
 
אין וויליאמסבורג קומען נישט פאר די אלע זאכן. שייטלעך רייסט מען נאר אויף היידפארק נישט אין וויליאמסבורג.
 
אדרבה איך וואל דיר ברענגען רעקארדירטע ווידעאו'ס ווי עטץ פירטס דורך בארבארישע אטאקעס, און די זאלסט ברענגען באווייזן אוואו מיר פירן דורך ווילדע אטאקעס.

_________________

משהלע » 25/5/2011 20:05

אזוי? דאס איז בלויז חלומות? מען באכעט נישט פרויען וואס וואקן מיט פיצלעך קינדער אין די קערידזשעס, הא? בעיני ראיתי, מען האט געבאכעט א פרוי וואס איז געווען אין די הויעכע חדשים, און איך האב פערצאפאל געקענט דעם בחור, איך האב דאס דערציילט פארן פאטער, און ער האט טאקע ארויס גענומען דעם בחור פון קווינס אין געשיקט אין א ישיבה קיין מאנסי, און היינט צו טאג ווייס איך אפילו ווער די פרוי איז געווען, זי איז א טאכטער פון א פאפא חסיד און א שנור פון א סאטמארן (זאלי) איד.

ניין! איך האב נישט קיין ווידיאו ווייל איך הייס נישט יאשקע ווידיאו, אבער דאס איז אמת ויציב, איך האב זייער ליב ווי דער טיפש פארענטפערט אז ווארפן אייער אויפן קלויזענבורגער פארשטייט ער, ווייל מען האט זיך בלויז אנגענומען פארן רבי'ן, אבער אינטער צינדן א א הויז, (און למעשה נישט אינטער געצינדן נאר געוואלט אינטער צינדן, וואס האט מחמת איזה סיבה איגניידעט ווען מען האט זיך געשלאגן) דאס טאר מען נישט, א סאטמארער שייגץ מעג זיך אנעמען פאר "זיין" רבי, אבער א סקווערער "שייגעץ" טאר זיך נישט אנעמען פאר "זיין" רבי, אויף דעם זאגט דער פסוק, טענו את בעירכם, גיי טענה מיט א נער!

_________________

זאנוויל » 25/5/2011 20:26

ווען מען ליינט די תגובות זעהט מען קלאר וועלעכע סעקטעס פארשטייען אז רציחה איז נישט אזא געפערליכע זאך מיט אינטערסאנטע תירוצים
למשל די הרגסט אויך
ער האט נישט געהרגט למעשה (הגם די סבה וואס למעשה האט ער נישט באוויזען אינטערצונדען א הויז מיט אידישע נפשות אינעווייניג איז נישט צוליב דעם רוצח'ס גוטע ווילן)
פון די רגע וואס רציחה האט באקומען א נאמען "אלימות" (זעה בריוו פון דייני סקווירא) איז די מצב ביטער 
אגב: אויף די אלע מעשות פון קר"י קען מען פארענפערן אין שליח לדבר עבירה און דעטס איט!!!  

_________________



תוקן על ידי זאנוויל ב- 25/05/2011 20:53:08

ספרינטער » 25/5/2011 20:27

סתם מעשיות אויסגעזויגן פון פינגער איז נישט קיין ענטפער, קיינער שלעפט נישט דארט קיין שייטלעך, קיינער שלאגט נישט דארט. אז די ווילסט אויפווייזן דיין טענה דאן ברענג א ווידעאו דארפסט נישט הייסן יאשקע וואלדמאן קענסט אויך הייסן פיקטשער פריעדמאן, איך מיין אז 6 יאר וואס זייט עס שטייט שוין דארט א מכלומר'שטע עירוב און לשטתך רייסט מען שייטלעך צוליב דעם איז שוין גענוג צייט אז איינער פון ענק זאלן האבן א ווידעאו דערפון. IF THERE IS A WILL, THERE IS A WAY זאגט מען אויף ענגליש.

_________________

וואלןסח » 25/5/2011 21:10

ספרינטער, ס'וועט דיר נישט העלפן קיין לייקענען, ווייל דאס איז זאכן וואס צענדליגע אידן האבן געזען

דו בעטסט א ווידיא?
וואס זאל מען טון אז ביי אונז איז נאכנישטא אזעלכע מחללי שבתות  ווי ביי ענק
עטץ קענטס אלעס, אפילו האבן ווידיא פון שמיני עצרת
מיר קענען נישט אלעס
מיר זענען נאך שומרי שבת

oאטמארער » 25/5/2011 21:12

וואלן דאס איז שקר וכזב

די מעשה איז געבוירן און אויפגעוואקסן אויף היידפארק

ספרינטער » 25/5/2011 21:22

וואלן די שמיני עצרת ווידעאו ווייזט טאקע ווער עס איז א מחלל שבת, רייסן האנטוכער, ברעכן טירן און שטענדערס איז געטון געווארן דורך די ארונים.
 
לשוטתך זעהט אויס ווי די זאליס זענען נאר רוצחים די צייטן ווען מען קען נישט כאפן ווידעאו.

_________________

משהלע » 25/5/2011 23:09

ספרינטער וועט נישט גלייבן אפילו מיט א ווידיא, און די וועלט גלייבט דאס אפילו אן א ווידיא,

_________________

ספרינטער » 25/5/2011 23:39

אויב איך גלייב יא צו נישט וועל מיר רעדן נאך וואס די וועסט ברענגן א ווידעאו ווי די זאליס מאכן איבערקערענישן. אבער בעפאר די זוכטס א ווידעאו זיי מוחל זיך אויף דער בלאט פון פאראיאר ווי דער בלאט שרייבט אז די ווידעאו וואס די מאנראו ישיבה זינגט ביים קידוש ביה"ח איז גאר פאלטש ווייל איז דען נישטא קיין אנדערע ניגון צו זינגען...? און נאך לעכערליכע תירוצים אלעס ווייל איך גלייב נישט אפילו מיט א ווידעאו.

_________________

משהלע » 26/5/2011 00:51

אויב דו וועסט ברענגען א ווידיא אז דער דברי חיים האט געליינט אין די נייע זאלי ספר תורה און אז דער רבי האט נישט געוואלט קיין עירוב, און אנדערע הונדערטער זאלי חלומות, וועל איך ברענגן די ווידיא. 

_________________

רשכבהגולם » 26/5/2011 00:58

משה'לע
זאג מיר פליז, א טעיפ וועט עס אויך מאכען? אדער עס דארף זיין א ווידיא

משהלע » 26/5/2011 01:11

דארפסט פרעגן ספרינטער, ער איז דער בעל הווידיא.

_________________

ספרינטער » 26/5/2011 01:22

משה'לע ווען מ'האט נישט וואס צו ענטפערן פאקט מען איין און מ'איז שטיל, איך האב דיר געבעטן זאלסט מיר אויפווייזן אז די ברענגען ווידיאו אדער סיי וואספארא באווייז אז די זאליס זענען טעראריסטן, יעצט קומסטו בעטן ווידעאו ווי דער הייליגע דברי חיים לייענט אין די ספר תורה וואס איז יעצט אריין לרשות פון רבינן שליט"א. פון דעם זעהט אויס אז די וויכיח איז געשלאסן און ביסט אליין מודה אז די מאנראו דזשיגאן און דער סקווערער זענען טעראריסטן.

_________________

רשכבהגולם » 26/5/2011 01:22

ווייל איך האב א טעיפ פון דיין רבין, אז ער איז זיך אויסטערליש מתנגד צי מאכן א הדלקה אום ל"ג בעומר און חוץ לארץ, 

רשכבהגולם » 26/5/2011 01:25

איך האב אויך א טעיפ ווי דיין רבי זאגט אז זיין אינגערע ברידער ר' זלמן לייב האט אלע מעלות וואס א רב בישראל דארף צי האבן, ער זאגט אויך דארט אז ער קען אים גוט נאך פון אלס קליין קינד,

הנגיד_רבי » 26/5/2011 01:44

דאס אז קרית יואל איז ווייס געווען, דאס יאר, 4 חדשים צוריק
מיט בליטוגע פאשקעווילן קעגן יונגע חתנים און ווייבלעך
אלעס ווייל זייער טאטע האלט אז זיי מעגן חתונה מאכן ווי זיי ווילן,
און מ'האט זיי נאכגעשריגען,
און געמאכט פאון קאללס,(ס'איז געווען געפּאוסט דא אויפ'ן פארק די פאוני קאללס)
צוגעכאפט שטריימלעך,
נאכגעווארפן מיט שטיינער,
אויף דעם דארפסטו אויך א ווידעאו???

משהלע » 26/5/2011 01:50

ניין,, א געדריקטע תשובה פון הייליגן דברי יואל אז א סידור קידושין בלי רשות המרא דאתרא איז פסול, איז מיר גענוג, איך דארף נישט קיין ווידיאס, ספרינטער איז דער ווידיא מען, ער דארף ווידיאס,

_________________

הנגיד_רבי » 26/5/2011 02:04

משה
ער שרייבט 
מ'זאל נאכשרייען כלות?
ווארפן שטיינער?
מאכן פאוני קאלס תיכף ווען זיי ענדיגן זייער חתונה?????
א זאך וואס א שווארצער וואלט נישט געטוען???

ספרינטער » 26/5/2011 02:45

משה'לע הייב ביטע נישט דא אן די טענה'ריי איבער סידור קידושין, עס איז שוין איבערגעקייעט געווארן אין צענדליגע אשכולות. ענטפער וואס איך האב געפרעגט פון גאנץ אנהייב ווי קענסטו אויפווייזן אז די זאליס האבן דורכגעפירט טעראריסטישע אקטן אזוי ווי די 2 דזשיגאן שוואגערס!?

_________________

משהלע » 26/5/2011 17:57

מען האט געשטויסן אין פנים רבי חיים אליעזר גראס שליט''א מיטל נאכט סוכות תש''ס בפניו פונעם דעמאלסדיגן אזוי גערופענער רב ר' זלמן לייב טייטלבוים, דאס איז נישט טעראר?  

וואלןסח » 26/5/2011 18:02

משה'לע לייג דיר אוועק די תגובה ווייל מען מעקט דא, איך האב דא נעכטן געשריבן וואס ליפא האט געטון פאר דוד עקשטיין געטויסן אין קאפ ואין פוצה פה ומצפצף, כ'מיין מען האט געמעקט איבערנאכט

ספרינטער » 26/5/2011 19:25

משה'לע מעשיות קען איך אויך מאכן, ברענג באווייזן אויף סיי וועלכע מעשה רציחה דורך די זאליס. פון ענק זענען דא צענדליגע און אפשר הונדערטער ווידעאוס און בילדער ווי עטץ זענטס חיות, קענסט ברענגען עפעס אויף אונז? פארוואס דארף יעדע מעשה וואס די דערציילסט איז נאר שבת אדער א יום טוב?

_________________

משהלע » 26/5/2011 20:02

מיר האבן נישט קיין ווידיא ווייל יאשקע וואלדמאן מיט זיין ווידיא איז א זאלי, און מיר האבן נישט נישט קיין יאשקע!, אבער ווער דארף א ווידיא, יעדער ווייסט און יעדער האט דאס געזען, מענדל וועכטערס בילד ווי ער ליגט אין שפיטאל איז בשעתו געווען אין אלע צייטונגען. יעדן שבת דרייען זיך די קווינסער חיות אין וויליאמסבורג און שלאגן ווייבער און מיידלעך, און ער וויל א ווידיא,

oאטמארער » 26/5/2011 20:23

איינער האט שוין דערמאנט דא א שטיק צייט צוריק

וואס ענטפערן אייביג די אהרונים? יעדער ווייסט, יעדער זעט, די גאנצע וועלט,

זיי מוחל ווער האט געזען ווי א קווינס בחור רירט צו א פרוי? די תירוץ איז קיינער

געכאפטער1 » 26/5/2011 21:02

ביי די ארוינים איז נישט נאר הוצאת שם רע באגלייט מיט "די גאנצע וועלט" לאזונג, אלעס לויפט ביי זיי מיט דער גאנג אז "די גאנצע וועלט" רעדט פון ר' אהרן'ס צדקות און פרישות (ווי עס קענען עדות זאגן צענדליגער פרויען...) "די גאנצע וועלט" רעש'ט פון זיין שוידערליכע גאונות (סוגיא דמתוך איז ער זיכער גאר באהאווענט), "די גאנצע וועלט" זעהט איין אז זיי זענען גערעכט

איך האב געזעהן די קליפ פון די סקווירע חכמים מיט דעם לויער סאסמאן ווי דער סופר שרייט אויך דארט "די גאנצע וועלט" איז זשעליוס אויף סקווירא וואס פאר א שיין שטעטל דאס איז.....

איך בין זייער צופרידן אז כ"ק אדמו"ר שליט"א מהרי"י איז גרויס "אין סאטמאר", זאל זיך ר' אהרן האלטן מיט "די גאנצע וועלט" און אונז וועלמיר ווייטער וואקסן און בליען "ביי אונז אין סאטמאר" 

תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 26/05/2011 22:50:04

וואלןסח » 26/5/2011 21:14

ספרינטער! דו ביסט דא צו לייקענען וואס טויזנטער אידן האבן געזען?
ליפא ט"ב שטויסן דוד עקשטיין אין קאפ כדי להמית

_________________

משהלע » 26/5/2011 21:15

ברוך השם אז מיר האבן גרויס הצלחה מיט ביידע, די גאנצע וועלט האלט אז די זאליס זענען די שלעגערס, די אגרעסערס, די גנבים,, די וואס ווילן נישט גיין צו דין תורה, די הולכי לערכאות, און די גאנצע וועלט האלט אז רבי אהרן איז דער גרעסטער רבי וואס איז א מרביץ תורה, א גאון וצדיק, און א מנהיג אמיתי וואס טיט אויף פאר כלל ישראל, א איש המעש במלא מובן המילה, צו זיי האלטן דאס ביושר צו שלא ביושר איז באמת נישט קיין נפקא מינא, אבער אזוי האלט מען איבעראל, און די זעלבע וועלט האלט אויך אז דער גז''ל איז עם הארץ מדאורייתא, ומדרבנן, צו זיי האלטן דאס ביושר צו שלא ביושר איז ווייטער עכט נישט קיין נפקא מינא, און די זעלבע וועלט האלט אז אז די שלעגערס אין וויליאמסבורג ביים עירוב מערכה די וואס שלאגן און ווארפן אים קעריטשעס מיט קליינע פיצלעך קינדער דערין מיט א אומענטשליכע רציחה זענען קווינס בחורים, קען זיין אז דאס איז אויך שלא ביושר, אבער אזוי האלט די וועלט, פרעג נאר די פאפענע צו וויזניצע אלע זאגן בפה אחד אז די קווינס בחורים זענען שלעגערס און חיות.  

געכאפטער1 » 26/5/2011 21:30

קאמאנטארן זענען איבריג, כאפט'ס א שמייכל
משהלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ברוך השם אז מיר האבן גרויס הצלחה מיט ביידע, די גאנצע וועלט האלט אז די זאליס זענען די שלעגערס, די אגרעסערס, די גנבים,, די וואס ווילן נישט גיין צו דין תורה, די הולכי לערכאות, און די גאנצע וועלט האלט אז רבי אהרן איז דער גרעסטער רבי וואס איז א מרביץ תורה, א גאון וצדיק, און א מנהיג אמיתי וואס טיט אויף פאר כלל ישראל, א איש המעש במלא מובן המילה, צו זיי האלטן דאס ביושר צו שלא ביושר איז באמת נישט קיין נפקא מינא, אבער אזוי האלט מען איבעראל, און די זעלבע וועלט האלט אויך אז דער גז''ל איז עם הארץ מדאורייתא, ומדרבנן, צו זיי האלטן דאס ביושר צו שלא ביושר איז ווייטער עכט נישט קיין נפקא מינא, און די זעלבע וועלט האלט אז אז די שלעגערס אין וויליאמסבורג ביים עירוב מערכה די וואס שלאגן און ווארפן אים קעריטשעס מיט קליינע פיצלעך קינדער דערין מיט א אומענטשליכע רציחה זענען קווינס בחורים, קען זיין אז דאס איז אויך שלא ביושר, אבער אזוי האלט די וועלט, פרעג נאר די פאפענע צו וויזניצע אלע זאגן בפה אחד אז די קווינס בחורים זענען שלעגערס און חיות.  


בקיצור בארונייתא ברא עלמא!!!

משהלע » 26/5/2011 22:07

בארוהיג דיך, דאס גייט זיך טוישן נאך שבועות, ווען די גאנצע וועלט וועט וויסן אז רבי אהרן האט טאקע די גאנצע תורה, אבער נאר די פלעינע תורה, דעם דברי חיים'ס תורה האט דער גז''ל.

ספרינטער » 26/5/2011 23:15

עטץ האטס א פיקטשער פריעדמאן ער קען אויך כאפן ווידעאו
משהלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מיר האבן נישט קיין ווידיא ווייל יאשקע וואלדמאן מיט זיין ווידיא איז א זאלי, און מיר האבן נישט נישט קיין יאשקע!, אבער ווער דארף א ווידיא, יעדער ווייסט און יעדער האט דאס געזען, מענדל וועכטערס בילד ווי ער ליגט אין שפיטאל איז בשעתו געווען אין אלע צייטונגען. יעדן שבת דרייען זיך די קווינסער חיות אין וויליאמסבורג און שלאגן ווייבער און מיידלעך, און ער וויל א ווידיא,

_________________

משהלע » 27/5/2011 00:05

ווער איז פיקטשער פריעדמאן? איך האב געהערט פון ר' בערל פריעדמאן, איך האב געהערט פון קיטשי וואלי פריעדמאן, און איך האב געהערט פון משה פריעדמאן, עיבי פריעדמאן, אלבערט פריעדמאן, אבער נישט פיקטשער פריעדמאן. 
בלאט: 1 2