היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » סקווערער יאשקע, נעמט לוזער סאסמאן (!)

סקווערער יאשקע, נעמט לוזער סאסמאן (!)

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2895065

רבי_יונה » 24/5/2011 19:01

יא, דער יאשקע וואלדמאן פון סקווירא (ראטענבערג) האט גענומען דעם באקאנטן לוזער מייקעל סאסמאן ער זאל פייטן פאר זיינע רעכטן קעגן די קהילה און מוסדות

יעדן איינציגן טאג וואס די רעבעצענס קרעטשמע איז פארשפארט און פארהאקט , זעט מען פונקטליך וואס די סאסמאן/וואלדמאן קאמפאני קען באווייזן.

יעדע איינציגע מאל וואס די וואלן פאר מעיאר און ווילידזש, קומען פאר אין קרית יואל, און נישט אין טאון אוו מאנראו, זעט רבבות מענטשן דעם גרויסן כח פון יאשקע מיט סאסמאן ! כה לחי !

כאטשיג איך פארגלייך נישט ראטענבערג צו יאשקע משומד. ער איז נישט געגאנגען צו די 60 מיניטס טעלעוויזיע, און די אנדערע גוי'אישע מידיא ווי יאשקע'ן, אבער אויב ער האט גענומען דעם מורא'דיגן קעמפער סאסמאן, וועט ער האבן דעם זעלבן סוקסעס ווי וואלדמאן.


אויב איינער צווייפעלט וויפיל יאשקע'ס סוקסעס איז, זאל ער קוקן אויף 2 זאכן:

1) וואו קומען פאר די וואלן יעדעס יאר ?(אין טאון אדער אין קרית יואל)
2) וואו איז די רעבעצענס קאקאש קעיק קרעטשמע היינט...?

אויף די צוויי זאכן האט יאשקע משומד און די בני המן געשפענדעט מיליאנען, און אלעס אראפגעפלאשט ב"ה.
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]



יאשקע, זייער א שלעכטן רעקארד לוזער שב'לוזער.

האנדא » 24/5/2011 21:53

יונה וואס טיסטו? די האסט אריין גערירק א מעסער און דעם יאשעק,

די האסט אים עפעס אזוי אוועק געמאכט, דעם גאנצען מלחמת יוסף האסט אזוי אריין געטראסקעט אונעם סעפטיק פאס, אזוי איינס צוויי דריי,

וואו טיט מען אזאנס?  א בר נש וואס לעבט נעבאך מיט פייגעלעך און קאפ, אז ער איז א יש, ער האט עפעס אויף געטאן, ער האט דערליווערט, ער האט געראטעוועט, גיבסטו אזא סטעמפל אפ אלס א לאזער, רח''ל

דער שארמאשער צדיק, מיט די רבי פון יאשעק, רבי זאלישעל וועלן דיך פארשעלטן מיטן שם המפורש, רח''ל

רבי_יונה » 24/5/2011 22:31

איך מאך נישט אוועק יאשקע'ן.

וואו נישט וואו האט ער זוכה געווען צו באקומען א זילבערנע טאץ פון הרבנית אלטא פיגא פאר די 973 שטימען, קעגן דעם ברך משה זי"ע. - נישט קיין אנדערער האט דאס באקומען.
וואו נישט וואו איז ער געווארן געבענטש פון מישמאשער שילדקרויט פאר זיין מלחמה קעגן דעם ברך משה זי"ע -. נישט קיין אנדערער האט דאס באקומען.

אבער דאס בעסטע איז נאך די YOUTUBE CLIP ווי יאשקע וויינט פאר די פאליס, ער שרייט ווי אן עגלה ערופה ביי די קרעטשמע... און דערנאך טוט ער זיך אן א טלית און א קיטל און רעדט צו די קעמרע, אז די קרעטשמע קאקאש קעיק הויז איז אפגעשפארט !

און עס האט אים געהאלפן פינקט ווי אלע קאורטס אינאיינעם !

YOSHKA DO IT AGAIN

_________________

allgood1s » 24/5/2011 23:20

If this is true then I already understand what happened that the Zalis changed today sides, untill today they were attacking the Rottenberg group why they don't just move away from new square, suddenly today somebody opened a new ashkol attacking satmar and square together, and another zali opened an ashkol personal attacking the square rabbi, and now all of them attack square

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 26/05/2011 04:14:15

לאעליכם » 25/5/2011 02:20

איך בין מוחה אנטקעגן אנרופן אן היימישן סקווירא איד מיטן נאמען "יאשקע", בלויז מיטן ציהל אז ס'זאל שטימען מיט די אגענדע אז אלע קעגנער זענען טמא טריף ומחוייבים מיתה (בידי אדם?) וד"ל.

דער מסור פון קר"י איז טאקע ראוי אנצורופן ווערן מיטן נאמען 'יאשקע' צוליב זיינע פילצאליגע מעשים תעתועים. דאקעגן הר"ר חיים אהרן רט"ב פון סקווירא האט ס"ה זיך נישט צוגעשטעלט צו די לאקאלע פארלאנגען, נו פארדעם הייסט מען נאכנישט 'יאשקע'.

דייקן » 25/5/2011 02:40

איך ווייס נישט אויף וועמען מ'קען דארט דערווייל אנדייטן דעם טיטול מסור, אבער די שמוץ וואס קומט פאר אין די מידיא איז אויף די ארגסטע שטאפלען, און דאס איז רעכט מסירה!

_________________

משהלע » 25/5/2011 04:34

לא עליכם, איך בין מחולק מיט דיר, איך שוין נישט דעם ראטענבערג וואס ליגט אין שפיטאל מיט יסורים נוראים, פשוט ווייל ער האט דאס געברענגט אויך זיך במכוון, נישט אז איך האלט אז עס קומט זיך עם, און נישט אז איך בארעכטיג די רציחה, אבער דאס איז דער פרייז פון ארויס צו גיין אקעגן די הנהגה, אז איינער גייט אין טאש א קעגן די הנהגה פון טאשער רבי איז א חצוף מחוצף, אזוי אויך אין סאטמאר, בעלז צו אין סקווער אדער וויזניץ, ביי חסידים איז דער רבי אלץ געווען דער גרעסטער אוטוריטעיט, און וועם עס געפעלט נישט קען זיך גיין, אבער צו בלייבן דארט און זיך שלאגן מיט די הנהגה איז א עוון פלילי, און דאס איז די קאנצעקווענצעס וואס ראטענבערג האט געוויסט אז עס גייט, און קען געשען.

א רחמנות איז נעבעך דער בחור'ל וואס איז א אפרוח שלא נפתחו עיניו, און האט נעבעך נישט געוויסט אין וואס פאר א פראבלעם ער לייגט זיך אריין, ער האט בכלל נישט געוויסט די קאנסעקווענצעס פון אזא ווילדן אקט, און ער איז א גרויס רחמנות מיט זיין ביטערן פעקל.

_________________

סטראבערי » 25/5/2011 05:08

דער משה איז טאטעלי פורימ'דיג:
שוינט נישט ראטטענבערג....
און שוינט יא די בחור-רוצח.....
*
א ביטער שמייכל אין א זייט,
דער בחור איז אויך געגאנגען קעגן די הנהגה:
ווייל זיי זענען דאך מורא'דיג קעגן מעשה אלימות.....
סאו, דארפסטו שוין אים אויך נישט שוינען[בילד – נישט אפגעהיט]

גביר_אדיר » 25/5/2011 09:04

איך ווייס שוין נישט ווער עס איז מער משוגע, די סאטמאר'ער אדער די סקווירא'ער.

מאכט חוזק און לאכט פון יאסל אדער יאשקע וואלדמאן, און ער איז טאקע א חוזק און א געלעכטער, אבער מאך זיך אליינס א חשבון, האט דען נישט גוט צוגעפיקסט סאטמאר?

וואס מאכסטו זיך נאריש, אהרן טייטעלבוים קען זיך נישט ערלויבן צו שלאגן מיט יאסל וואלדמאן, און סקווערער רבי קען זיך נישט ערלויבן צו שלאגן מיט חיים אהרן ראטטענבערג. פינטל.

דו האלטסט ער קען יא? נו, איך וואונטש דעם סקווערן אזויפיל הצלחה ווי זיין שוואגער האט געהאט מיט יאשקע'ן. וואס מאכסטו זיך נאריש. מען האט אים שוין אפגעטון דאס מערסטע, נאכאמאל גייט מען אזאנס נישט קענען טון, און ער האט שוין יעצט נישט מורא צו טון וואס ער וויל, און באותו זמן, זענען נאך צענדליגער מענטשן אין סקווער אויפגערעגט אויפן רבי'ן און אויפן רעזשים.

וויפיל נחת גייט זיי דאס ברענגען?

אבער דאס איז אלעס פאליטיש גערעדט. ערנסט גערעדט איז א חורבן עולם צו וואס מען האט זיך דערלעבט. דאס שטעטל געהערט "נישט" פארן רבין. זיי פארקויפן לאטס, און דער עולם קויפט. חיים אהרן ראטטענבערג איז דער אייגענטומער פון זיין הויז, און פון נאך א שטח דערנעבן. ער האט געוואלט פארקויפן ביידע און מיט די געלט קויפן א הויז אין מאנסי (ער האט שוין געסיינט קאנטראקט, און קען נישט קלאוזן ווייל ער מוז קודם פארקויפן דאס צו האבן געלט פארן קלאוזינג) אבער ער קען עס נישט פאקויפן ווייל קהל זאגט אז זיי גייען נישט לאזן בויען אויף דעם שטח (יא, איך ווייס, זיי האבן גוטע תירוצים).

סאו זיי ווילן אים צופיקסן, אים פארטרייבן און ער זאל נישט קענען ארויסנעמען זיין געלט. סאו שריי נישט מורד און פארפיר נישט אז ער ברענגט אונטער, ער ברענגט גארנישט אונטער, און רוצחים זענען די סקווערער, אנגעהויבן פון דעם רבין און געענדיגט מיט יעדן חסיד שוואנץ וואס פריידט זיך איבער ראטטענבערגס בריען.

און די סאטמאר'ער וואס געיבן רעכט פאר די סקווערער רוצחים, ווייס איך שוין ניטאמאל וואס צו זאגן אויף זיי...

ולסיום וויל איך פאוסטן אפאר ווערטער וואס איך האב געקאפיט פון א תגובה אין דעם אפיציעלן בחדרי אשכול איבער דעם:
"בהתחלה הוא הקים בית-כנסת נפרד". עד עכשיו לא ראיתי אף אחד שאמר שהקים בית מדרש. אם הוא הולך להתפלל במנין מחוץ לסקוירא זה לכאורה אפילו לא נגד התקנון המקורי, רק שפוחדים כנראה שיהיו עוד הרבה שיצטרפו לשם.
"אחר-כך הוא המשיך בעוד מעשים חמורים, שאין כאן המקום לפורטם". תספר על דבר אחד. כל מגיבי סקוירא אומרים שהוא מושחת ומנובל וכו'. אם הוא עשה דברים חמורים ברבים שמפריע לחיים שלכם תגידו לנו מה הם.
"הבחור הוא קטין, שבקושי מלאו לו 18". אתם עושים צחוק עלינו. רוב הבחורים אצלכם יהיו נשואים תוך שנה מגיל שלו. בחור שמסוגל לחיות עם אשה ולבנות בית הוא לא קטין. שנית, ברור שזה לא היה בחור שולים שנזרק מהישיבה, אלא בחור "טוב" שלמד בישיבה ועוד לקחו אותו לישון בבית הרבי לשמור עליו.
תגובת המוסדות: "ובזה הננו מוחים בכל תוקף ועוז נגד כל מעשי אלימות בכל צורה שהוא". קודם כל, אם לא מנדים הבחור הרוצח וזורקים מהישיבה כל מי שעזר לו או שידע מכוונותיו, הרי מחאתכם לא יותר מצחוק". שנית, בסקוירא יש רק ראש אחד, האדמו"ר שליט"א ורק מלתו קובעת. ולכן, אם האדמו"ר לא יעשה עצרת ויעשה מחאה ברבים נגד מעשה רצח האיום ונורא של הבחור ולאיים לנדות לכל מי שיעשה או יעזור לדברים כאלה בעתיד, הרי הוא נחשב אחראי על כל הנעשה. אם ראשי העיר הקרובה אל החלל בעגלה ערופה, שאין שום עדות נגד מישהו מהעיר, ובודאי שאין שום חשד נגד ראשי העיר, ובכל זאת חייבים להביא קרבן ולהעיד "ידינו לא שפכו את הדם הזה", עאכו"כ בבחור בישיבה שלו, אשר שמר עליו בבית מדרשו, ואשר עשה את המעשה רצח בקנאות למען תקנתו וכבודו, שחייב למחות ברבים ולנקוט צעדים בפומבי למנוע את זה בעתיד, ואם לא הרי זה כאילו עומד מאחוריו. רק למנוע את החילול השם הנורא לעיני הגוים שלא יחשדו אותו בזה הרי הוא מחויב מדאורייתא לעשות הפגנה כזאת.

משהלע » 25/5/2011 17:18

סטראבערי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דער משה איז טאטעלי פורימ'דיג:
שוינט נישט ראטטענבערג....
און שוינט יא די בחור-רוצח.....
*
א ביטער שמייכל אין א זייט,
דער בחור איז אויך געגאנגען קעגן די הנהגה:
ווייל זיי זענען דאך מורא'דיג קעגן מעשה אלימות.....
סאו, דארפסטו שוין אים אויך נישט שוינען[בילד – נישט אפגעהיט]


ווען א שייגץ אויף די טרעין פלעטפארם גנבעט א פאקעט בוק און לויפט אוועק און פאלט אריין צעווישן די שינעס און א טרעין קומט און פליקט עם אראפ א פיס וועסטו שוינען דעם גנב? זיכער נישט! איי קומט דען פאר א פאקעט בוק גנב מען זאל עם אראפ האקן א פיס? געוויס אז ניין, אבער "ער איז זיך אליין שולדיג" קיינער האט עם נישט געהייסן גנבענען פאקעט בוקס, און דאס איז דער קאנסעקווענץ פון זיין שייגץ'שטיק, אדער א גנב ברעכט איין אין א דירה און די פאליציי קומט אן, דער גנב לויפט ארויף אויפן דאך און פראבירט אריבער צו שפרינגען צו אנדערן בנין און פאלט אראפ און נעמט איין א מיתה משונה, וועסטו עהם שוינען? געוויס אז נישט! איי קומט דען מיתה פאר גנבענען? דער תירוץ איז ניין! אבער קיינער האט דיר נישט געהייסן גנבענען, און דאס איז די קאנסעקווענסעס פון זיין א שייגץ, והנמשל מובן,

_________________

געדאנקען » 25/5/2011 17:28

גביר, זייער גוט ארויס געברענגט. און שכוח פאר די אינפארמאציע אז ער איז געווען גרייט צו מופן, און די סקווערע זענען פשוטע מאפיא.

רבי_יונה » 25/5/2011 18:50

קיינער פארטיידיגט נישט דעם בחור, און קיינער פארטיידיגט נישט ראטענבערג.

נקוט כללא זה בידך:
טעראר איז פארבאטן וואו אימער, און זיין א מחרחר ריב איז אויך פארבאטן וואו אימער.
איבעראל זענען פאראן מחרחרי ריב, און איבעראל זענען פאראן טעראריסטן. פינטל.

דער מציאות איז אבער:
אז טעראר האט זיך ניש אנגעהויבן אין קרית יואל תשל"ט, און האט זיך נישט געענדיגט אין סקווירא תשע"א.

טעראר איז פארגעקומען איבעראל (שלא כהלכה) ליידער !
נישט נאר אין קראלי און ארשיווע, נאר אויך אין פלארידא אין תשס"ד, ווען מ'האט צעבראכן די ביינער פאר אן עלטערן איד, פאר דעם חטא, פון קומען זאגן גוט שבת !



סאו, פאר אלע היסטאריע פארדרייער איין ווארט אף עדווייס:

מ'קען נישט צוריקדרייען דעם זייגער דורך לייקענען. ס'איז א שאד אייער ארבעט.

_________________

גביר_אדיר » 25/5/2011 19:12

קיינער לייקענט נישט. און מען רעדט נישט דא פון סאטמאר.

חיים אהרן ראטטענבערג איז געבוירן אין סקווירא, זיין טאטע האט דארט געוואוינט און ער האט דארט געקויפט א הויז און וואוינט דארט אלע יארן. ער איז א נארמאלע מענטש, און לויט דעם סקווערן חינוך וואס ער האט באקומען האט ער זיך קיינמאל נישט געשלאגן מיט די קהילה.

אבער ער קען נישט דאווענען יעדן שבת צופרי עלעוו אזייגער, און דערצו דאווענען פאר דריי און אהאלב שעה. ער איז נישט דער איינציגסטער, און אויב סקווערער רבי וויל האבן א שטעטל ווי יעדער פאלגט אים, זאל ער מאכן א שטעטל ווי אלע הייזער וועלן געהערן פאר אים און דארט זאל ער ארייננעמען נאר זיינע חסידים, און זאל עס אויסשטעלן לעגאל אזוי אז די מענטשן זענען נאר זיינע געסט, און ער לאזט זיי דארט וואוינען בחסדיו המרובים, און דאן קען ער ארויסווארפן און אריינווארפן וועמען ער וויל.

איך האב דאס שוין געשריבן דא אויפן פארום אמאל וועגן סקווירא, רוב פון די מענטשן זענען נישט געווען קיין שונאים, נאר פארן גיין דאווענען ערגעץ אנדערש (אינדרויסן פון שטעטל!!!), האט מען זיי אזויפיל גע'רודפ'ט ביז זיי זענען געווארן שונאים.

עס איז נישט קיין סוד אז דער בית דין און די רבנים און די ערענסטע מענטשן דארט זענען זייער קעגן דעם, אבער דער רבי (אדער שענער אביסל: דעם רבינס שטוב) איז זייער דערקעגן, און אזוי האבן זיי זיך אנגעמאכט שונאים. און ווי מער זיי רודפ'ן די מענטשן, אלס מער שונאים מאכן זיי זיך אן.

און מען רעדט דא פון די שטערקסטע סקווערע משפחות, די וועלכע זענען די גרעסטע חסידים, ווערן צוביסלעך שונאים. ווי ליגט דא חכמה אין דעם. דאס איז רשעות פון קומט פון טפשות, פון נישט טראכטן א רגע. איך רעד שוין נישט פון מידות טובות מיט יראת שמים, מאן דכר שמיה. איך רעד פשוט פון שכל.

און נאכאמאל, דער מענטש האט שוין געסיינט קאנטראקט אויף א דירה אין מאנסי, אבער מען האט אים נישט געלאזט פארקויפן פאר א נארמאלע פרייז.

יעצט ווייס איך שוין נישט צו ער וועט מופן, און אפילו אויב יא, דער שאדן וואס זיי האבן זיך אליינס אנגעמאכט מיט דעם וועלן זיי נאך עסן א לאנגע צייט.

נעמט זיך דאס אריין אין קאפ אריין, ווען איינער טוט שטילערהייט פאר זיך אנדערש ווי דו ווילסט איז ער נאכנישט געווארן מיט דעם א טעראריסט. עפעטער אלל איז ער נישט דיין קנעכט, ער איז נישט דיין אייגענטום.

וואלןסח » 25/5/2011 20:27

איך גלייב נאכנישט די מעשה פון די הויז, אבער איז אמת זענען די סקווירא טאקע שווענץ

וויפיל געלט האט סאטמאר געוואלט צאלן פאר די אלע קרעץ זיי זאלן אוועקמופן, דא שטייט איינער און וויל אוועקמופן און שטייסט אים אין וועג
איך גלייב עס נאכנישט

לאעליכם » 25/5/2011 20:41

איך בין נאכנישט אינגאנצן מודה אין זיין געוואלדיגע חוצפה... מ'רעדט נישט דא פון מאכן א פרישן ביהמ"ד אדער מנין אין שטעטל. מ'רעדט דא פון אוועקגיין דאווענען אינדרויסן פון שטעטל. ד.ה. ער האט זיך נישט געוואלט קריגן ער האט געזוכט אן אלטערנאטיווע זיך נישט צו קריגן. מעגליך ווען מען מאכט ווען נישט אזא העץ קאמפיין וואלטן אפי' רוב שטעטל נישט געוואוסט אז ער גייט אוועק דאווענען (אפשר א שטיקל גוזמא. כ'מיין צוזאגן אז עס וואלט נישט געווען א מצב דערוועגן)

ראפאגאש » 25/5/2011 20:49

טייערער גביר אדיר,

 די הייליגע חז'''ל זאגן אונז, און מס' יבמות דף קי''ב אין אדם דר עם נחש בכפיפה, אויף יודיש מיינט דאס אז מען קען נישט וואוינען מיט קיין שלענג, דאס איז נישט סתם קיין מליצה, דאס איז א מציאות,

 עס איז שווער ארויס צושרייבען אויף פאפיר וואס קרית יואל האט צוזאם געליטען פון דעם משומד יאשעק בן מריא שר''י,

דער משומד איז געלאפן צו די פרעסע יעדן טאג מיט נייע השמצות און מעשיות, ער האט פארשמירט די פנים פון כלל ישראל, ביי די גוים, אויף א פארנעם וואס איז נישט געווען זייט דער רשע יאזעף געבעלס שר''י האט ארויס געגעבן דעם שטורימער, די פראטאקאלן פון די זקני ציון זענען מילד, קעגן די הלשנה און השמצות וואס דער כאמעני פראקאלאמירער האט אנגעפירט,

 ווען די ווילדש האט געדארפט וואסער  ( אז דער יאשעק זאל האבן וואס צו טרינקען ) האט דער משומד געפירט א וואנזיגע מערכה דערקעגן, פארוואס? דארפט ער דען נישט קיין וואסער? זיכער יא! נאר אז די ווילסט רויט וויל איך גרין,

 ווען די ווילדש האט מייסד געווען א אייגענעם סקול דיסטריקט אויפן באפעל פון רבינו הקוה''ט בעל ברך משה זי''ע, וואס קרית יואל מיט אלע אירע איינוואוינער, פון סאטמארע חסידים, ביז להבדיל די אנשי סאסמאן, אפי די ווערימדיגע, יעדער האט דערפון הנאה,  אבער דער יאשעק? האט אנגעדרייט א ריזען מערכה דערגעגן, און איז אפגעזיצען און קארט, און און אלבעני און אריין געמאסערט מיט א פרעכהייט אז מען לערנט רעליגיע און שער החמלה, און מען לייגט מזיזות אויף די טיר, און דאס איז קעגן געזעץ, (פארשטייט זיך אז אויפן גאס האט ער זיך אנגעטאן א גרויסען קאפעל און געשריגען מיט אש קודש, אז מען רייסט מזיזות פון די טירן ,

 ווען די ווילדש האט אלס הכרות הטוב אונדארסירט קאנידאטען וואס האבן געהאלפן, אדער וועלן העלפן קרית יואל, האט דער יאשעק אונדארסירט אנדערע ע''פ רוב טינקעלע שונאים פאר קרית יואל, איי ער אליינס האט דאך געקענט ליידען דערפון? נאר אז די ווילסט רויט וויל איך גרין, מיט די קאפ און וואנט,

 ווען רבינו שליט''א האט געהאלטען דרשות בחיזוק הדת וואו צניעות וקדושה, איז דער יאשעק געלאפן און קארט, און געמאסערט אז מען טעראזירט, מען צווינגט צו זיין יודן , און רבינו שליט''א האט געמיזט ערשינן און קארט רח''ל

 ווער געדענקט נישט ביי די חרידים פרשה וואו ער האט זיך פשוט און גראב, דערוואקט צו שיקן א סאפינע פאר כ''ק רבינו שליט''א דער מרא דאתרא?

 דער איינציגסטער וואס האט באמת פארשטאנען צו יאשעק מיט זיינע שותפים, איז געווען דער רבי דער ברך משה זי''ע, און ער האט געאסערט די שקצים מיט אן איסר עולם, ער מיט אלע זיינע דיינים, און מיט דעם ב''ד הגדול שבירושלים,

 צום ענין

 דער רבי דוד מסקווירא האט צוגעזען וואס עס גייט פאר און קרית יואל, ער האט צוגעזען דד צרות צרירות וואס דער הייליגער ברך משה זי''ע האט זיך צוזאם געליטען, פון דעם יאשעק מיט אלע אנדערע ווערים און קרעץ, איז נישט מער וואו פארשטענליך אז ער וויל נישט האבן אזא געוויקס וואו ראטענבערג און זיין בעק יארד, ער הייבט אן מיט א שוהל, אזוי די בני המן, און ער וועט ענדיגען אויף די 60 מינוט'ס פראקאלאמירן אז דער סקעווערע איז אכמעדינעזשאד

 דעריבער האט די סקעווער רה''ק געבעטן דעם ראטטענבערג אז ער זאל גיין ואו די אויגען טראגן אים, אונז דארף מער נישט קיין יאשעק, מיט קיין 60 מינוטס, מיט קיין רעקארד, מיט קיין מייקל סאסמאן, מיט וואלד סטריט דשערנעל,

 מיר ווילן מגדל זיין אונזער קונדער בדרך ישראל סבא,

 דער ראטטענבערג וואוינט אין א דירה, ארומגענומען מיט פינף-זעקס עיקער ליידיג שטח. דאס איז נעבן די נשים מקוה. האבן די באאמטע אים נישט געקענט געבן פערמיטן צו בויען א גרויסן קאמפלעקס דארט, כמובן. האט ער געמאכט א ויצעקו אז ער קען נישט פארקויפן און מאכן געלט פון זיין שטח.
ער האט געטראפן א קונה פאר זיין דירה אין סקווירא וואו ער האט געקענט באקומען 300,000$
ער האט אויך געטראפן א דירה און מאנסי פאר 400,000, אבער צוליב דעם דיפרענץ האט ער געבעטן פון סקווירא קהלה אז זיי זאלן אים באצאלן דעם חילוק פון 100,000$, וואס זיי האבן פארשטייט זיך נישט געוואלד.
האט ער אנגעהויבן מיט די קראנקע שטיק, קריכן אויף די הינער אויג, מאכן מנינים, זיך רייצן, העצן, לויפן צו די פרעסע, און פון דארט איז אלעס געפארן ווי א צויבער ראד, ס'איז בלויז א געלט מחלוקה, גארנישט מיט קיין רעזשים און טעראר

ס'האט זיך נאר נישט גוט געענדיגט, אבער דער מהרס ראטטענבערג איז גארנישט אזא שעיר לעזעזאל ווי ער מאלט זיך אראפ,

 ער איז "פלעין" געגאנגען דאווענען אין א נוירסינג האום

  אזוי  דער שטייגער פון מהרסים , מי יאמר לי מה יעשה? איז ליידער געשען וואס איז געשען אז א יונגעל האט זיך נישט געקענט באהערשען, און ער האט ליידער געטאן א משה גבאי מעשה,

 אבער דאס וואלט געקענט פארמיטן ווערן, ווען דער ראטטענבערג גייט זיך וואו די אויגן טראגן אים!

 



תוקן על ידי ראפאגאש ב- 25/05/2011 20:55:38

וואלןסח » 25/5/2011 21:03

יישר כח ראפאגאש פארן ערקלערן די פרטים
איך האף אז דאס איז טאקע די אמת'ע מעשה

דיןתורה » 25/5/2011 21:12

ווי אייביג וועט מען דא אויך פראבירן אריינצומישען די סאטמערע פאליטיק אין די יעצטיגע שעריריה, אין צד מהרז''ל איז ארויס גענצליך אין קריג קעגן די עסטעבלישמענט אין סקווירא אין זיי שרייען גאר אז צד מהר''א דעקט די מעשה רציחה


דאס אז צד מהרז''ל וועט אייביג גיין קעגן די הנהגה איז א גרויסע פליאה וואס איך זעה נישט די פשט דערפון, ביי צד מהרז''ל וועט מען אייביג גרינגשעצן אין חוזק מאכען פין א צווייטע קהילה אדער רבי אפי' פין היימישע רבנים ווי רבי יחזקאל ראטה אדער רבי אייזיק מ'ספינקא, אפי' אפיציעל ביים רבין'ס טיש וועט מען חוזק מאכען פין אנדערע רבנים, אין די זעלבע דא ביי סקווירא שטעלן זיי זיך עפענטליך צוזאם מיט די צד המתנגדים אין רייסן אראפ דעם סקווירא רבי'ן ווי די וועלטס אכזר, אין דעקן אלע עוולות פין די מתנגדים טראץ וואס זיי באשטייען פין נישט אזעלכע שיינע יודן


די גרעסטע פליאה פין אלעם איז, אז אין וויליאמסבורג ווי צד מהרז''ל האט געוואלט זיין בעה''ב, האבען זיי יא פארשטאנען אז כדי צו זיין בעה''ב מעגן זיי איינטיילן פאר יעדן וואס צו טוהן, אפגערעדט פין דעם אז זיי האבען ווי אימער געשטעלט שטיינער אין וועג פאר צד מהר''א פין עפענען אייגענע מוסדות אין בתי מדרשים ביז מסירה ממש (נאכדערצו אז מען האט פארמאכט זייערע איחוד בתי מדרשים) נאר אפי' ביי די פרעמדע קהילות האבען זיי אויך געוואלט ארויפצווינגען זייער תקנות, וואס דארפן מיר א בעסערע דוגמא ווי די עירוב ווי צד מהרז''ל שרייען נאך מענטשן וואס פאלגען נישט זייערע רבנים אין טראעגן מיט די עירוב


בנוגע די שעריריה: עס וועט יעדער מודה זיין אז דא איז געשעהן א שוידערליכע זאך, עס וועט יעדער מודה זיין אז סקווירא שעמט זיך דערמיט, אין רוב וועלן אפילו מודה זיין אז דאס איז געטוהן אויף די אייגענע האנט, אין לדעתי האט דער יונגער בחור - וועלכע איז גראדע א בן תורה, נישט געווואלט אומברענגן קיינעם ער האט פשוט געוואלט אינטערצונדען דעם הויז אין נישט געטראכט וואס דא קען געשעהן, פינקט ווי אנדערע שריפות אין סקווירא וואס מענטשן זענען חושד אז עס זענען געווען בייזוויליג אינטערגעצינגען ווייל מען האט די מענטשן געוואלט ארויסזעהן פין שטעטל, אין קיינער איז נישט געשעדיגט געווארען, עס וועט אויך כמעט יעדער מודה זיין אז די שטעטל איז געגרינדעט געווארען דורך סקווירא רבי אין יעדער תושב איז מחיוב צו פאלגען די תקנות וואס די הנהלה פארלאנגט אין אויב וויל ער נישט דארף ער מופן, עס וועט אויך יעדער מודה זיין אז די מתנגדים האבען געוויסט אז די חסידים נעמען דאס זייער פערזענליך אין די נקמה קען זיין זייער טייער אין קען זיך גרעניצן מיט אלימות, עס וועט אויך יעדער מודה זיין אז יעדער קהלישע קרי' איז געשטעלט אויף אזא מהלך אז די תושבים מוזן זיך צושטעלן אינטער די תקנות, (קרית בלעזא, קרית צאנז, קרית ויואל משה, שיכון קרית יואל, נייטרא, קרית קאשוי, אין ווי נישט), די שוידערליכע סקאנדאל איז איבער די זייער ווילדע אדער גאר רציחה'דיגע שפיל וואס דא האט זיך אפגעטוהן וואס ווערט נישט בארעכטיגט אין קיין שום פאל
אין אנדערע ווערטער: די מתנגדים זענען אין קיין שום פאל נישט גערעכט אבער די שטראף וואס ער האט באקומען האט נישט קיין שום היתר אין איז א אומדערהערטער רשעות'דיגע אקט



צום ענין פונעם אשכול: צו דער נפגע מעג מען רופן מיטן טיטול יאשקע
דאס רופן דעם נפגע יאשקע מאכט אוועק די שרעקעדיגע האסטאריע פין יאסל וואלדמאן, נאך אלעם ליגט דער נפגע אין שפיטול אין קען ניטעמאל טוהן עפעס, אין מען דארף מתפלל זיין ער זאל האבען א רפואה בקרוב, דאס איז אבער אמאל זיכער אז דער וואס לויפט ארום צו די פרעסע אין פארציילט אלעס, דער פארדינט מיט רעכט דעם טיטול, אין דער איז א מחלל ש''ש ברבים ווי אסאך האבען שוין ארויסגעברענגט, לו יהא אז זיין יצר הרע שטופט מיט מיט עבר ושנה היתרים צו אפטוהן סקווירא, באשמיצט ער דאך אלע יודען צייגלייך ובעיקר חסידים, יעדע צייטונג לייגט אראפ א חסידישע יוד ווי עקסטרעמע זשיהאדיסטן, ביי זיי איז נישט קיין חילוק סקווירא, סאטמאר צו א צווייטע חסידישע יוד
אין דאס דארף וויי טוהן פאר יעדן יוד, די חילול שם שמים איז לייידער זייער גרויס אין ווער עס קען עס אפשטעלן איז מחיוב צו טוהן כל מה שבידו

דיןתורה » 25/5/2011 21:27

ראפאגאש
איך האב געזעהן דיין תגובה הערש נאכען פאוסטען מיין'ס אין נאך דיין תגובה ווערן אסאך זאכען פארענטפרט, דאס איז אבער אמאל זיכער אז די חילול ש''ש מוז ווערן אפגעשטעלט פאר יעדן פרייז, ליידער לויפן די מחללי ש''ש צו די פרעסע יעדע פאר מיניט אין שרייען ''קוק וואסערע חילול ד' סקווירא מאכט אן מיט זייער רציחה'' ווען אין מציאות פארשטייט יעדער אז נישט סקווירא איז דער וואס פיטערט די פרעסע

האנדא » 25/5/2011 23:33

א נקידה מן הצד!

די זאליבאנצעס זענען גאר הייסע חסידים פון דעם מייקל סאסמאן,

בשנת תשס''א האבן זיי געמאכט א גרויסע פאנד רעזינג פרטי פאר דעם איש צר ואויב מייקל, און די 82 מוסדות האבן דאן באשטייערט א ריזן סכום פון ממון הקדש אז דער איש צר ואויב זאל קענען אנגיין מיט זיין ארבייט חרוב צו מאכן דעם הייליגען שטאט קרית יואל, וואס רבינו הקוה''ט זי''ע האט מייסד געווען בדם לבבו, ( דאס איז געווען פון די ערשטע סינגאלען אז אורות, פון די נעימות המידות, דרכי נועם, הנהגת התורה, חזרת יושנה לעטרה, האט אנגעהויבן צו שיינען און די וויליאמסבורגע גאסן )

וואו אויך די הערליכע בילד וואו דער איש צר ואויב מייקל סאסמאן שטייט מיט א שמייכל און פאראנט פון בית סאסמאן און קרית יואל, וואס דאס געבעט הויז פון די זאליבאנער איז טאקע נקרא על שמו הגדול בית סאסמאן,

נא, אז דער גרויסער זאלי מייקל סאסמאן שטעלט זיך צו צו ראטענבארג, דארפן מיר מער נישט קיין באווייז, אז דער ראטענבערג לרפ''ש איז א בייז געוויקס, שמיץ קלעבט צו שמיץ, הירוס קלעבט צו הירוס!

וואלןסח » 25/5/2011 23:42

האנדא
פון דעם איז נישט קיין ראי', ער האט פשוט א דורכגעפאלענע מערכה, און פאר א דורכגעפאלענע מערכה איז דער מנהג צו נעמען דעם דורגעפאלענעם לויער סאסמאן, ס'וויזט דארנישט אויף ראטנבערג
יעצט א סך הכל, דין תורה האט גאר פיין ארויסגעברענגט די זאך, און איך וויל וויסן צו איינער זעט א חילוק צווישן פארברענען ראטנבערג מיט געבן א שטויס מיט די שיך אין קאפ, ביידע זענען כדי להמית, ביי ראטנבערג איז עס פשוט בעסער געלונגען
ליפא ט"ב איז ארויף אויפן טיש אין ראדני און בפני כל עם ועדה בפניו פון זיין טאטן געשטויסן דוד עקשטיין אין קאפ, פארוואס?
ווייל ער גייט נישט אין שפאן!
יעצט לאמיר הערן זאליס דאס מעג מען יא?

היראים » 27/5/2011 02:25

מען האלט ביי ריכטיג החזרת עטרה ל......
זיצן אויף טאראנטאן פלעיס אין אויף בעדפארד קארנער ראסס אפער ליידיגע נערים המונעים
שלוחים פין זייער פירער וואס איז געברענגט געווארען קיין וויליאמסבורג דורך דער מלך ה'טעראר ורציחה בזמנינו
אין פילן אויס זייער שליחות אויפן פקדתו שמרה פארום וואס גיבט ביי זיי די טאן פאר אלע זייערע קעלבער
אין רייסן אראפ דעם סקווירא רבי - א ת''ח ומנהיג העדה ובנש''ק, כאחד הריקים מיט טיטלון וואס פאסט בלויז פאר זייער רבי'ן

עס לאזט זיך נישט גלייבן די עקעלדיגע חינוך פין זייערע יונגווארג
זיי וועלן זיך ענדערש צושטעלן צו עטליכע מהרסים וואס קיין שום ערנסטע מענטש אינדעפעצירט זיך נישט מיט
אין זיי גאר שטיצן אין עפענטליך קאמפיינען פאר זיי
איינשפאנען זייערע מוסרים אין ליגעל מסירה טיעם צו מאכען די מאקסימום חילול ש''ש
אלעס כדי צו זעהן די סקווירא רבי באגראבען אינאיינעם מיטן זיין שטעטל

עס ענדיגט זיך נישט דא אויף היידפארק, דא איז פשוט א פלאץ ווי יעדער קען זיך עס איבערצייגן
נאר ווי מ'גייט אין שטייט זעהט מען זייערע ביטערע מידות אין גרוילגע נאטור
זיי ווילן נאר זעהן דעם רבי'ן אויסגעפארשט, יעדע גוי וואס באשמיצט סקווירא איז פאר זיי א ניצחון
דאס איז לאו דוקא אין סקווירא, דאס איז ווי איינער האט שוין ערווענט, ביי יעדע ק''ק בישראל וועלן זיי אייביג העלפן די מחריבים אין מהרסים, אין אנפילן זייער תאווה פין די מידות מגינות טראץ וואס עס קומט צו ביז חילול ש''ש
זיי וועלן ענדערש אננעמן די ווערסיע פין די גרעסטע אנטיסעמיטישע צייטונג וואס זיכט אינז - חרדישע יודן אראפצומאלען אלס ווילדע עקסטרימיסטן

עס האט קיינער אין דער וועלט נישט גערעכט געגבן פאר דעם בחור וואס ער זאל נאר האבען געטוהן
וועט אבער א יוד מיט שכל נישט אייביג גלייך זאגען אז א בחור זאל האבען איך זיך אזא מאס רשעות אין וועלן פארברענען א שטוב מיט עטליכע נפשות דערינען,
נאכדערצו ווען מ'האט קיין שום ראי' דערצו נישט געברענגט
זיי האלטן אין איין ווייזן אז ראטענבערג האט  ווידיא ארום זיין הויז פין ווי ער האט באמערקט דעם פארמאסקירטער בחור דערנענטערט זיך צו זיין הויז
נו! אויב אזוי, ווי איז די ווידיא קליפ ווי דער בחור גיסט ארום די פלעימבל בענזין ארום זיין הויז????? דאס האט די ווידיא נישט געקענט אויפכאפען????
פארוואס גיבן זיי נישט ארויס די ווידיא ווי ר' חיים אהרן ראטענבערג שלאגט זיך מיט דעם בחור?
אלע שמיציגע לשה''ר מיט חילול ש''ש, אלטע קליפס אין בילדער גיבט מען איבער פאר די פרעסע נאר די ווידיא קליפ פין בשעת די געשלעג איז עפעס נישט צו באקומען....
איך זיך נישט מחפה צו זיין אויף קיין מערדער, אבער ווער זאגט אז מ'רעדט פין א מערדער????
די סקווירא וואס האבען נישט קיין ניק אויף היידפארק - האבען גאנץ א אדערע ווערסיע אין די געשיכטע
דער בחור וועלכע האט געוואלט טוהן שריט אויף די אייגענע האנט פינקט ווי ס'מאכט זיך אין אלע קהילות ליידער
האט געוואלט אינטערצינדען די פארטש פין ר' חיים אהרן רט''ב, (אויב נאר די פארטש צו נאך עפעס קען מען זיך דינגען,) אבער מער ווי דעם קען מען נישט באווייזן, דער בחור האט געהאלטן אז די משפחה וועט ארויסלויפן ווי רוב פעלער פין שריפות,
דער חיים אהרן רט''ב האט אים אבער געכאפט בשעת מעשה, אין ער האט זיך אנגעהויבן ראנגלען מיט אים, ער האט גלייך אנגעהויבן אראפצושלעפן זיין מאסק, אין דער בחור טענה'ט אז ער האט אים דערשטיקט - לויט איין ווערסיע,
האט דער בחור גענומען די געווער וואס ער האט געהאט אין די הענט אין געווארפן פאר ראטענבערג אין פנים, אין ס'האט ליידער פאסירט וואס ס'האט פאסירט ה''י.

פארשטייט זיך, אז איך באשטעטיג נישט די ציגעברענגטע ווערסיע, אבער ווילאנג די ראטענבערגס גיבן נישט ארויס די ווידיא פין די געשלעג, מוז איך ענדערש טראכטן אז ס'דא א סיבה פארוואס זיי געבן עס נישט ארויס
איין שטארקע ראי' האב איך יא צו די ווערסיע פין סקווירא, דאס איז די קליינע סכום פין בעיל
לויט ווי די זאליס מיט די שונאי ישראל לייגן אראפ די פארברעך וואלט ער געדארפט צאלען לכה''פ 5 מאל אזא גרויסע סכום אדער מער
איז 300 טויזענט דאללער גענוג פאר איינעם וואס האט געוואלט פארברענן א הויז מיט מענטשן???

נאר וואס דאן,
דאס איז ליידער די פירות פין מידות משחתות וואס וועט זיי אייביג צוען צו בארעדן יענעם אין האבען א נצחון פין הירוס אין חרבנות

שיין דערלעבט החזרת המידות ל....

היראים » 30/5/2011 02:02

איינער שרייבט מיר
אז די סיבה פארוואס די ראטענבערג גיבן נישט ארויס די ווידיא'ס איז ווייל דעמאלטס וועט דער בחור קענען קלאגען ראטענבערג
ווייל ווען ר' חיים אהרן ראטענבערג האט געאכפט אז דעם בחור לעבן זיין פארטש האט דער בחור געהויבן פיס
אין ראטענבערג האט אים נאכגעיאגט אין גלייך געכאפט אין לויט דעם קען גאר די בחור טענה'ן אז ער האט אטעקריט ראטענבערג אלס סעלף דעפענס
איך קען נישט באשטעטיגן די ווערסיע, אבער לויט דעם וועט דער בחור קענען אפקומען זייער גרינג קעגן וואס די שווערע שטראף וואס סאסמאן פארלאנגט



היראים » 30/5/2011 02:06

אלפאנס
עס איז אינטערסאנט צו באמערקן ווי די זאליס וועלכע גיסן חוצפה קעגן סקווירא רבי זייט די שרעקליכע פאסירונג
האבען פארפירט אז ער מיז אליין מוחה זיין אין אז נישט מוז זיין אז ער איז גאר דער מערדער,  אין ווי נאר ער האט מוחה געווען האבען זיי א זאק מיט תירוצים פארוואס זיי מעגן ווייטער שעלטן אין העצן
צו שטילן זייער דורשט

זייערע תאווה צו האס אין שנאה טראגט זיי נעבעך אראפ פין די רעלסן

די אינטערסאנטסטע איז צו זעהן ווי די סקווירא קוקען ניטעמאל אויף זייער זייט צו ענטפרן זייערע שמיציגע אטאקעס

דיןתורה » 1/6/2011 00:03

ב''ה סאטמאן איז שטול די לעצטע פאר טעג, די חילול ד' איז געווען גענוג גרויס

דיןתורה » 1/6/2011 22:57

יוסי געשטענער, וועלכע האט ריינגעוואשען כלל ישראל איז מסביר זיין שטעלונג


בנוגע מיין ארבעט נאך דעם פייער פארזוך:

פרייטאג במדבר תשע”א

אין די טעג נאך די פייער פארזוך אין שיכון סקוווירא, האב איך מיר געלאזט הערן צו עטליכע נייעס אגענטורן אריינגערעכנט די לאקאלע מאכטפולע “זשורנעל ניוס” צייטונג; די טשענעל טוועלף און סי.בי.עס טעלעוויזיע פראגראמען.

מיינע קאמענטארן האבן געזוכט צו געבן פאר די פּרעסע און מידיא די מערסט-אויפריכטיגסטע בילד ארום דעם שוידערליכן אינצידענט, טראץ דעם וואס עס איז נישט פּאפּולער געווען דאס צו זאגן אין א צייט וואס די ציבור איז געפערליך אויפגעשוידערט אויף דעם מעגליכקייט אז א פאמיליע פון עטליכע מענטשן זענען געקומען גאר נאנט צו ווערן פארבערנט לעבעדיגערהייט.

ריכטיג. עס איז אַן אומדערהערטע אינצידענט וואס פארלאנגט אַן ערנסטע איבערזיכט צו פארשטיין וואס האט געברענגט דערצו. אבער טייערע ברידער און פריינט: אויב עס פארלאנגט זיך אז מען זאל אויספארשן דעם אינצידענט, מוז עס נישט קומען אויף די פּרייז אז כלל ישרא-ל זאל ווערן גענצליך פארשעמט. אויב די ווייטאג ארום דעם אינצידענט איז ממש אין לשער (עטליכע פון מיינע באקאנטע זענען נאנט פארבינדן מיט ראטענבערג אלזא זע איך פון די נאנט אביסל וואס דא גייט פאר), מיינט עס אבער נישט אז א קהילה ביי כלל ישרא-ל מיט אירע טויזנטער איינוואוינער דארפן פארשעמט און דערנידערט ווערן. דאס פּנים פו כלל ישרא-ל איז רויט פאר בושה און פארטרערט פון געוויין וויאזוי עס איז; עס פעלט זיך נישט אויס צו פיטערן דעם אינצידענט אויף א ווייטערדיגע פארנעם.

וויבאלד איך האב באמערקט מאנטאג פארמיטאג אין וועלכע ריכטונג די געשיכטעס אין די פּרעסע/מידיא זענען גענויגט, האב איך געטאן אלעס וואס איך קען צו זיין אויפריכטיג מיט די פּרעסע אבער גלייכצייטיג היטן אויף די כבוד פון אונזער פאלק. ניין! מען קען אויסדריקליך נישט זיצן גלייכלגילטיג ווען מענטשן וועלכע זענען אנגעווייטאגט און אויפגעשוידערט זאלן געבן קאמענטארן געטריבן פון געפילן און נישט מיט שכל; געטריבן פון חששות און נישט מיט פאקטן בעת ווען אזעלכע ווערטער און שריט מאכט נאר דעם איד – יעדער איד – אראפּ גענידערט ביי די שכנים! דאס איז נישט קיין טובה פאר קיינעם!

די האר פון קאפּ שטעלט זיך און די האר פונעם קערפּער לייגן זיך נישט אויב מען טראכט א מינוט וואס דאס מיינט אז צוליב חששות און ווייטאג זאל מען פארקויפן אין די אלגעמיינע גאסן אז א רבי פון א קהילה אדער א בית דין פון א קהילה זאל אויף סיי וועלכע אויפן איינגיין אדער גאר שיקן מענטשן צו פארברענען א הויז מיט מענטשן! אויב ווערט די גאנג פונעם געשיכטע אז א רבי ביי כלל ישרא-ל אדער א בית דין איז עלול צו שיקן פארברענען מענטשן, איז דאס א חורבן פאר יעדן מענטש אין אמעריקע און ארום די וועלט וועלכע טראגט זיך ארום מיט א אידישע נאמען, א אידישע נאז צי מיט שיין געקראזעלטע פּיאות…

מיינט איינער אז די אלגעמיינע באפעלקערונג ווייסט א חילוק פון סקווירא ביז כתר, פון דזיקוב-מעליץ ביז קרית יוא-ל? ניין און נאכאמאל ניין! בעת וואס כלל ישרא-ל איז אויף מיט די נייעס א גאנצע וואך, האט עס פארנומען בלויז צוויי א האלב ביז פיר מינוט פונעם שעה-לאנגע טעגליכע ‘ניוס אַוער’ אויף די טעלעוויזיע סטאנציעס. דאס מיינט אז יעדע סעקונדע, יעדע ווארט און יעדע קנייטש וואס די מידיא שפּילט אויף איז דעצידירענד פאר כלל ישרא-ל.

דערזעענדיג אז מען רעדט צו די פּרעסע אין א וועג וואס שעדיגט גאנץ כלל ישרא-ל, און דערזעענדיג אז אזעלכע וועלכע וואלטן געדארפט טאן די ארבעט זענען – פאר סיי וועלכע סיבה – פארט געווען ‘מיסינג אין עקשאן’, האב איך באשלאסן אז במקום שאין אנשים, השתדל להיות איש: מען דארף באגעניצן דעם חורבן פאר דעם נאמען פון כלל ישרא-ל.

עס איז גענצליך און געזעצליך אויסגעהאלטן פאר אינסטיטוציעס אויפצונעמען א “פּובליק רילעישאנס” פּערזאן אין אזעלכע שטורומישע פעלער, און איך וואלט געווען מער ווי צופרידן אפיציעל אנצונעמען די ארבעט פון א קהילה צו קאמיוניקירן מיט די פּרעסע אין אזא שטורומישע צייט (מען צאלט גוט פאר דעם…), אבער די פאקט איז אז ק”ק סקווירא האט מיר נישט, נאכאמאל זאג איך: מיר נישט אויפגענומען אדער באצאלט צו טאן ארבעט פאר זיי. דאך האב איך געטאן די ארבעט, סיי אנפאנג וואך און סיי שפּעטער אין וואך ווען עס האט געזאלט הייסן אז הענק שיינקאפּ וועט פירן פּובליק רילעישאנס — וואס אין אזא פאל מיינט עס אז מיר וועט מען סייווי נישט אויפנעמען. אבער יא ווערן אויפגענומען דורך א קהילה צי נישט ווערן אויפצונעמען דורך א קהילה, יא ווערן באצאלט צי נישט ווערן באצאלט, האט נישט געקענט שטיין אין וועג פון אפּהאלטן אז געפילן און ווייטאג זאלן לאזן די געשיכטע צו גיין ארויס פון קאנטראל (אריינגערעכנט שוין נאכדעם וואס אפיציעל איז שיינקאפּ געווען אנגענומען, אבער קיין ארבעט פון אים האט מען נישט געזען). די אישו דא איז גרעסער ווי איין קהילה: עס איז אַן אישו וועלכע פארפלעקט גאנץ כלל ישרא-ל. אלזא, זייענדיג איינער וועלכער פאר פּרנסה טוט “פּובליק רילעישאנס” פאר מענטשן, פירמעס, אינסטיטוציעס, פּאליטיקאנטן און קהילות, האבן אונז זיך געמאכט עוועיליבעל פאר די פּרעסע און מידיא זיי צו געבן א קלארערע בילד פון די געשיכטע.

ניין טייערע פריינט. איך האב נישט קיין טענות אז אויפגעשוידערטע מענטשן האבן געלאזט פאלן ווילדע קאמענטארן צו די פּרעסע; איך האב נישט פאראיבל אז אנגעווייטאגטע מענטשן האבן מיר ‘הערעסט’ מיט אי-מעילס, טעקסט צי אין בית המדרש. עס האט מיר גאר געקאסט א שמייכל ווען רעפּארטער און עדיטארס האבן מיר פארציילט אז מען זאגט זיי נישט אויסצוהערן יוסי געשטעטנער ווייל ער ווערט באצאלט… איך בין ב”ה אקעי מיט די סארט היץ. אבער, ווי געשריבן, עס האנדעלט זיך דא פון א געפערליכע אינצידענט וועלכע איז גאר ווייטאגליך פאר כלל ישרא-ל, סיי צוליב די צער פון די פאמיליע; סיי אז עס קען פּאסירן ביי אונז אידן אז א פאמיליע וואלט געקענט אויפגיין אין פלאמען, און סיי צוליב די אומגינסטיגע דעקונג וואס דאס באקומט בלויז מיט דאס פאקט אז א אידן זענען ח”ו כמעט אומגעברענגט געווארן דורך אידן. אלזא האט זיך אויסגעפעלט אז איינער וועלכער איז נישט פארכאפּט/פארלוירן אינעם שטורעם און איינער וועלכער איז נישט פּערזענליך אנגעווייטאגט, זאל פּרובירן צו טאן די ריכטיגע זאך לכבוד התורה און לכבוד ישרא-ל און אדרעסירן דעם אישו צו די פּרעסע אויף אַן אויפן וואס לייקענט נישט טרוקענע פאקטן אבער אויף א מהלך וועלכע באגרעניצט די שאדן וואס דאס האט געברענגט פאר כלל ישרא-ל.

איך האף און בעט צום אויבערשטן אז מיינע ווערטער זאל פּאזיטיוו ווערן אנגענומען; און אז די מענטשן וועלכע זענען געשעדיגט געווארן פון דעם אינצידענט זאלן שנעל אויסגעהיילט ווערן. גלייכצייטיג מעלדן מיר אז אויב איר האט סיי וועלכע געברויך פאר מארקעטינג און פּובליק רילעישאנס, סיי אין די היימישע גאס און סיי אין די אלגעמיינע גאס, קענט איר זיך פארבינדן דורך אי-מעיל yossi@yossigestetner.com און מיט’ן אויבערשטענ’ס הילף וועלן מיר ביי Gestetner & Co טאן די בעסטע ארבעט וואס עס איז שייך.

נ.ב. איך האב געשריבן דעם בריוו אין אידיש ווייל עס איז גרינגער צו שרייבן אידיש ווי איידער ענגליש. אבער אדרבה, מען קען עס איבערזעצן און לויפן מיט דעם צו די פּרעסע, ווייל מען זוכט גארנישט צו באהאלטן. אבער… מען זאל ביטע שיקן דעם איבערגעזעצטן נוסח צו דעם א.ד. אי-מעיל ווייל אזוי קען איך עס בס”ד ארויף לייגן דא אויף www.yossigestetner.com

SatmarBum » 16/6/2011 12:25

* xcodebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab" height="450" width="700" classid="clsid:D27CDB6E-AE6D-11cf-96B8-444553540000" > <*

היראים » 23/6/2011 23:53

ש' דייטש פין די זאלי פירער מיט סאסמאן אין מסור וואלדמאן
[בילד – נישט אפגעהיט]

דאס איז בילד פין די חתונה פין זלמן לייב וואלדמאן'ס קינד
שלום דייטש אינאיינעם מיט מסור וואלדמאן אין דער עוכר ישראל סאסאמן וואס האלטן מלחמה אין פראבירן צו באשמיצן די היימישע גרויסע קהילות

קאמענטארען זענען איבריג

תוקן על ידי היראים ב- 23/06/2011 23:57:36


פשווארסק » 24/6/2011 21:57

[בילד – נישט אפגעהיט]