מי שלא ראה שמחה זו לא ראה שמחה מימיו, אלץ איינער וואס פארט גאנץ
אפט קיין מירון, און האט שוין מערערע מאל מיט געהאלטן די הילולא פון רבי שמעון
אין מירון, דארף איך אייך זאגן, אז על כל פנים לפי עניית דעתי שטייגט דאס אריבער
די חדוה עילאה עשרת מונים, דאס ווארעמקייט, געהויבענקייט,
היימישקייט, ועל כולם דאס באקוועמליכקייט איז פיל העכער
ווי אין מירון, גרייפטס מיך נישט אן, איך מאך נישט חלילה אוועק
דעם ציבור אין מירון, ווי מען רופט דאס דער "קאלירפאלער ציבור",
דארט קומען זיך צוזאם אלע ערליי אידן, אמת א שיינער ציבור טאנצט
מיט א געהויבענקייט, אבער א גרויסער חלק פון ציבור קומט סתם פאר
שוואוילטאג, דער פאדערשטער חצר איז צר מהכיל, גאר א קליין
פלאץ, און דארט ווי פארשידענע קהילות האבן די חזקות פאר זייערע
הדלקות איז על פי רוב געווארן אזא מין שוי, רוב עולם שטייט דארט
ווי ספעקטעיטערס, און באטראכטן דאס ווי סתם א קונצערט, און נעמען
בכלל נישט אן טייל אין די ריקודין של מצוה.
מה שאין כן דא אין קרית יואל, ווי איך האב נעכטין געהאט די זכי'
אטייל צונעמען אין די ריקודין, עס איז געווען א תענוג רוחני לעילא
ולעילא מיט צוהאלטן די ריקודין לכבוד התנא רבי שמעון בר יוחאי,
כמעט דער גאנצער ציבור איז ווי מיטגעשלעפט געווארן אין די
געהויבענע ריקודין, וואס איז געווען צו געשטעלט אויף א מוסטערהאפטן
פארנעם, און, יא, מען האט שוין ווייטער משנה געווען, נישט נאר פון הייליגן
בעל דברי יואל און בעל ברך משה זי''ע, נאר מען האט משנה געווען אפילו
פון די מנהגי והסדר פון בעל לב אהרן שליט''א, מען האט דאס מסדר געווען אויף א
פרישן אויסשטעל כדי צו אקאמאדירן די צענדליגע טויזענטער אידן,
וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א געוואלדיגער סוקסעס,
איין קליינע נקידה, דארט ווי איך בין געשטאנען, איז געשטאנען א אינגערמאן
וואס איך בין זייער היימיש מיט זיין פאטער, נאך פון די ישיבה, און קענענדיג זיין
פאטער וואס וואוינט אין בארא פארק און איז פון די גרעסטע קעגנער צו כ''ק
רבינו שליט''א, ער איז פון די אנפירער פון זייער קהלה, און דער דאזיגער זוהן
איז א איידעם ביי א חצי בני יואל חצי זאלוני, וואס וואוינט אין קרית יואל,
און וואוינט אויך אין קרית יואל, און עס איז מיר געווען א פלא גדול, וואס טיט
ער ביי די הדלקה, איך געב עם א פרעג מיט א שמייכל, דיין טאטע ווייסט
אז דו ביסט דא? זאגט ער אז ער האפט אז נישט, און וואס איז מיט דיין שווער?
זאגט ער, געטס א קיק, דארט שטייט מיין שווער, ער איז אויך דא, און ווייזט
מיר ווי זיין שווער טאנצט מיט א דערהויבענקייט, פרעג איך עם ווי אזוי ארבייט
דאס? די הדלקה איז דאך לא עלינו ולא עליכם א גרויסע עוון פלילי, מען איז דאך משנה
פון הייליגן רבי זכרונו לברכה, נו, הייתכן איר באטייליגט זיך אין די הילולא קדישא,
זאגט ער מיר, אז פאר דריי יאר צוריק זייענדיג א פרישער אינגערמאן נאך די חתונה
האט ער באשלאסן זיך אזוי אריינכאפן בגניבה צו די הדלקה אז ער זאל קענען
חוזק מאכן פון ר' אהרן'ען, אבער ער איז אזוי באגייסטערט געווארן אז אומוועלענדיג
איז ער מיטגעשלעפט געווארן מיט די ריקודין אז ער פארפאסט דאס שוין נישט און
היינט צוטאג האט ער שוין חזקה דאס מיט צו האלטן,
און וואס איז מיט דיין שווער? געב איך עם א פרעג, גיט ער א שמייכל,
מיין שווער איז געוואויר געווארן דאס ערשטע יאר אז איך האב מיך רח''ל
משתתף געווען אין די "אהרונישע חינגא" כלשונו, און האט מיך זייער דערקיטשעט
דערוועגן, פרעג איך עם, וואס איז אזוי געפערליך אהין צו גיין טאנצן לכבוד
דעם תנא רבי שמעון?, גיט ער מיר א לעקציע מיט גאנצע פארציע הסברה, אז
צו גיין מיטן ס''מ איז רח''ל דער בריק צו די נו''ן שערי טומאה, וכל באי' לא ישובון,
פרעג איך מיין שווער מיט גרויס דרך ארץ, אויב איך מעג עפעס ענטפערן, זאגט ער
אוודאי!, זאג איך עם, דער שווער זאל זיין געזינט האט דעם פאריגן שבת (דאס איז
געווען דער שבת פאר מיין ערשטן ל''ג בעומר אין קרית יואל) דערציילט ביים טיש
פון די גרויסקייט פון צו זיין ל''ג בעומר אין מירון, און טראץ וואס דער הייליגער חת''ם סופר
איז געווען דערקעגן, האט דער רבי זי''ע געזאגט ביים ל''ג בעומר טיש בשנת תשי''א
אז ער איז בטוח אז דער חת''ם סופר איז געווען דערקעגן נאר ווייל ער איז קיינמאל
נישט דארט געווען, אויב וואלט דער חת''ם סופר דארט געווען אין מירון, וואלט ער זיכער
נישט געווען דערקעגן, זאג איך עם, שווער טייערער!, איך בין זיכער אז דער שווער איז
דערקעגן, נאר ווייל דער שווער איז קיינמאל נישט דארט געווען, איך בין זיכער אז אויב דער
שווער וואלט זיך באטייליגט ביי די הדלקה וואלט דער שווער אנדערשט געהאלטן,
מיט דעם האט זיך גענדיגט אונזער שמועס, אבער איך האב געזען אז דאס איז עם עפעס
אריין אין קאפ, מיין שווער האלט זייער פון מיר, און אויף אזעלעכע קלארע דיבורים האט ער
נישט געקענט מחולק זיין, די רעסט איז היסטארי, לשנה השנית, האט ער זיך אזוי אריין
געשטיפט אין א ווינקל צו צוקיקן די הדלקה און די ריקודין, און היינט צו טאג טאנצט ער
שוין מיט, כחד מבני החבורה, ער איז נאכנישט קיין אהרוני, ער איז ווייט פון צו זיין א חסיד
פון ר' אהרן, אבער די דיבורים וואס איך האב פון עם געהערט דאס ערשטע יאר, הער איך
שוין נישט פון עם, און איך וועל אייך מגלה זיין א סוד, אז ביי עם אין שטוב קומט נאר אריין
פלייש פון ר' אהרן'ס בית השחיטה,
איך בין אזוי באגייסטערט געווארן דערפון אז איך האב באשלאסן דאס מיט צוטיילן מיט
אונזערע חשובע ליינערס.
תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 23/05/2011 00:08:40