היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ליציטאציע אויף א פסול'ע ספר תורה

ליציטאציע אויף א פסול'ע ספר תורה

90 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2894658
בלאט: 1 2

סטעלט » 22/5/2011 21:47

ליציטאציע אויף א פסול'ע ספר תורה

עס הייבט צעביסליך אן ארויסצוקומען מער שאקירנדע דעטאלן איבער די צערעמאניאנעלע ספר תורה זשאוק, וואס זאלי האט געלאזט אפקויפן פאר א האלבע מעלאנע, דורך זיין יוגענט פריינט משה שמואל זופניק.

די צוויי אלטע בחורים  די 60 יעריגע ירוחם ברידער (מחללי שבת) האבן אריינגעוויקלט א פסול'ע ספר תורה און דאס אנגעהאנגען אויפן הייליגן דברי חיים, און יעצט ווען מ'קוקט איבער דעם ספר תורה, זעט מען אז עס איז עלו כלו קמשונים, כסו פניו חרולים, עס איז פסול מתחלתו ועד סופו, חסרות ויתרות, דבוקות, און אויך ליידער פסולות אינעם שם הוי-ה ב"ה.

און אויף דעם גייט מען יעצט מאכן א ליציטאציע עולה צו זיין. און מאכן ברכות לבטלות, פאר א פובליסטי סטאנט.

מיט עטליכע וואכן צוריק האט זופניק געלאזט רופן א בארימטן סופר מומחה (נישט דעם עקספערט משה דוד טייטלבוים) נאר א ריכטיגן מומחה, ער זאל זאגן זיין מבינות אויף דעם ספר.

דער סופר מישט אהער און מישט אהין און ער פרעגט משה שמואל'ן: ווער האט דאס געשריבן?
משה שמואל זאגט אים: וואס הייסט ווער? צאנזער רב'ס סופר האט עס געשריבן (אזוי האט אים דער געלער לץ פארקויפט).
עס קען נישט זיין. עס איז דא געפערליכע פסולים אינעם ספר, אינעם אות ח', וואס איז נישט לויט די שיטה פון ארי' הק'  וואס איז א ו' און א ז'. און נישט צוויי זיינין' כשיטת האשכנזים.

אין די פסול'ע תורה איז דער ח' א האלבער ו און א האלבער ז', וואס איז דלא כמר. און האט קיין שום מקור נישט.


דעם צווייטן ה' פונעם שם הוי' איז אין די תורה ווי א ר'.
וואס איז קעגן דעם פסק פונעם דברי חיים אליינס (תשובת דברי חיים או"ח ח"ב סי' ד').


ביים צדיק זעט מען אז דער יוד איז נישט הפוכה כשיטת הארי' הק'. און ווי דער חת"ס שרייבט אין די תשובות (יו"ד סי' רס"ו).

דער ספר האט געזאגט זיין מיינונג פאר זופניק דעם ביטערן מציאות אז די ספר תורה איז געשלאגן מיט חסרות ויתרות און אויב דאס ווערט נישט פארראכטן איז עס פסול לכל הדעות, און מ'קען אויף נישט מאכן קיין ברכה אפילו בדיעבד, און אויב יא איז עס א ברכה לבטלה.

זופניק קען דעם אבער נישט יעצט פיקסן די תורה, ווייל עס קען דויערן איבער א האלב יאר, און מ'קען נישט מאכן די טראסק אין ראדני, און אויב עס וועט חלילה ארויסקומען וועלן נאך מאנכע באקומען ספקות אז די גאנצע זאך איז נישט מער ווי א ליצנות.

דערפאר גייט מען אן מיט די צערעמאניע און די פסול'ע ספר וואס האט גארנישט מיט צאנזער רב, וועט מען מאכן דערויף ברכות לבטלה !

נאך א פרט וואס דער סופר מובהק האט איבערגעגעבן, אז אין פרשת בשלח איז די שירה שלא כדין.


לא לחנם האט דאס קיין איינער פון די פאלגענדע רבנים ואדמורי"ם, נכדי הרה"ק בעל דברי חיים נישט געוואלט קויפן:
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)
כ"ק אדמו"ר מבאבוב (48)
כ"ק אדמו"ר מבאבוב (45)
כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג (א"י)
כ"ק אדמו"ר מקלויזנבורג (בארא פארק)

נאר דער אמת'ער לא קרא, לא שנה, ולא שמש תלמידי חכמים האט עס געקויפט פאר די טראסק.

 פרטים נוספים יובאו אי"ה

have_hope » 22/5/2011 22:48

WOW

מיט א בילד פון די אלע פראבלעמען, וועט דער עולם ווערן  מער איבערצייגט און די אמת פון די מציאות,
אז דו קענסט פארשאפן עפעס א בילד פון די אתוית אינעם ספר תורה, וואלט געווען גאר א גיטע זאך


תוקן על ידי have_hope ב- 22/05/2011 22:50:46

היראים » 23/5/2011 00:42

עס איז כדי צו באמערקן אז משה שמואל לייקענט דאס אז ער זאל האבען געצאלט די אנגעבליכע פרייז פין די זאליס - פין א מיליאן דאללער פאר די ספר תורה
ער זאגט אז ניטעמאל האלב דערפון האט עס געקאסט
זעהט אויס אז די אנדערע אייניקלעך פין דברי חיים האבען נישט געוויזן קיין אינטערעס ציליב די שוואכע באווייזען וומענס ס''ת דאס איז געווען

---------

די זאליס גייען כדרכם מאכען די וועלטס פראפאגאנדע מיט א הכנסת ס''ת אויף די ס''ת
אפשר אזוי וועלן אלע זאליס וויסן פאר זיכער אז דאס איז דעם ד''ח'ס ספר טראץ די ספיקות דערין

אגב, ווייסט איינער פארוואס זיי האבען געטוישט די פלענער פין מאכען די פראפאגאנדע הס''ת אין קווינס קעמפ???



תוקן על ידי היראים ב- 23/05/2011 00:45:36

have_hope » 23/5/2011 00:47

סטעלט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

לא לחנם האט דאס קיין איינער פון די פאלגענדע רבנים ואדמורי"ם, נכדי הרה"ק בעל דברי חיים נישט געוואלט קויפן:
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)
כ"ק אדמו"ר מבאבוב (48)
כ"ק אדמו"ר מבאבוב (45)
כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג (א"י)
כ"ק אדמו"ר מקלויזנבורג (בארא פארק)



כ'האב איבער געקוקט אלטע אשכולות, און איך האב געפרעגט באי ביתו פוינעם רבין שליט"א

און לויט די אינפערמאציע וואס איך האב געהערט און געזען, איז קיינמאל נישט געווען קיין רעדע מיטען רבי'ן שליט"א צי ער וויל עס בכלל קויפן, בקיצור, ער האט קיינמאל נישט געדארפט זיך אפזאגן פון עס קויפן, ווייל מען האט עס אים קיינמאל נישט אנגעטראגען

_________________

טאטלע » 23/5/2011 00:51

פאר באבוב האט מען יא אנגעטאראגן צי קויפן ?

have_hope » 23/5/2011 00:54


קען זיין איך ווייס נישט,

אבער מן הסתם יא, פארוואס זאל איך טראכטן אז "סטעלט" זאל שרייבען ליגענט?!

_________________

היראים » 23/5/2011 01:00

have_hope כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

לא לחנם האט דאס קיין איינער פון די פאלגענדע רבנים ואדמורי"ם, נכדי הרה"ק בעל דברי חיים נישט געוואלט קויפן:
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)
כ"ק אדמו"ר מבאבוב (48)
כ"ק אדמו"ר מבאבוב (45)
כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג (א"י)
כ"ק אדמו"ר מקלויזנבורג (בארא פארק)



כ'האב איבער געקוקט אלטע אשכולות, און איך האב געפרעגט באי ביתו פוינעם רבין שליט"א

און לויט די אינפערמאציע וואס איך האב געהערט און געזען, איז קיינמאל נישט געווען קיין רעדע מיטען רבי'ן שליט"א צי ער וויל עס בכלל קויפן, בקיצור, ער האט קיינמאל נישט געדארפט זיך אפזאגן פון עס קויפן, ווייל מען האט עס אים קיינמאל נישט אנגעטראגען

_________________



א זאלי ווערט רויט ווען מ'זאגט אמת

דער סעילסמאן פארן מוכר איז געווען ביי אלע גרויסע רביים וואס זענען אייניקלעך פין דברי חיים ז''ל, אין ביי יעדן וואס ער האט געהאלטן אז ער וועט צאלען א פרייז דערפאר,
דער סאטמאר רבי שליט''א האט ציגעלייגט אז אפי' ער וועט זיך איבערצייגן אז ס'איז דער ד''ח'ס ס''ת, וואלט ער געניצט איבעריגע 100 טויזענט דאללער פאר וויכטיגערע זאכען
(נישט אז פארמאגען א ס''ת פין הייליגען ד''ח איז נישט קיין גרויס חשיבות (פאר איינעם וואס לערנט...) נאר מיט אזויפיל געלט קען מען אסאך מער אויפטוהן)

אין נאכען זיך נאכפרעגן האט נאר שלמה יענקל געוויזן אינטערעסע דערין
ווי ער איז פארנומען געווען ביי זיין לעצטע נסיעה אין ''לאנדאן'' מסביר צו זיין פארוואס ער געדענקט פאר זיכער אז ס'איז יא דעם ד''ח'ס ס''ת (הרוצה לשקר..)

אגב,
לשיטתך, פארוואס האבען די 2 בחורים געוואלט פארקויפן די ס''ת דוקא פאר רז''ל?

_________________


have_hope » 23/5/2011 01:13

היראים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]


אגב,
לשיטתך, פארוואס האבען די 2 בחורים געוואלט פארקויפן די ס''ת דוקא פאר רז''ל?




איי אים סארי,

איך בין נישט קיין פאברעצירער, און איך שרייב נישט קיין שיטה

איך שרייב נאר וואס איך זע און איך הער, אין איך בין איבערצייגט דערין אז עס איז אמת

_________________

היראים » 23/5/2011 01:17

have_hope כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]


אגב,
לשיטתך, פארוואס האבען די 2 בחורים געוואלט פארקויפן די ס''ת דוקא פאר רז''ל?




איי אים סארי,

איך בין נישט קיין פאברעצירער, און איך שרייב נישט קיין שיטה

איך שרייב נאר וואס איך זע און איך הער, אין איך בין איבערצייגט דערין אז עס איז אמת

_________________



נישט קיין פאבריציערער [בילד – נישט אפגעהיט] אפילו נישט קיין שפילער [בילד – נישט אפגעהיט]

_________________


טאטלע » 23/5/2011 01:24

HAVE HOPE
ווען עס זאל ווען קענען זיין די ס"ת פין ד"ח וואלט באבוב גאצאלט אסאך אסאך מער ווי דעם 

ביי די וועי איך בין זייער אנטציקט פין אייער ריסוארטש קוואליפיקאציעס איר האט גאר איבער געקיקט אלטע אשכולות !!!!!!!  


תוקן על ידי טאטלע ב- 23/05/2011 01:28:00

סטעלט » 23/5/2011 01:24

מ'האט עס אנגעטראגן פאר'ן רבי'ן און פאר די אנדערע רבנים, און פאר יעדן ווער ס'איז גרייט געווען צו באצאלן פאר די צוויי אלטע בחורים.

וויפיל איך פארשטיי, איז דאס נישט דער מדובר אינעם אשכול. דא רעדט מען איבער דעם וואס דער סופר מומחה זאגט וואס ער האט געזען בעיניו, ווען ער האט עס בודק געווען.

דער מציאות לויט אים:
די ספר תורה האט ערנסטע פסולים בחסירות ויתירות
פארשידענע אותיות זענען געשריבן קעגן די אייגענע הוראה פונעם דברי חיים זי"ע.
עס איז נישט לשיטת ארי' הק' כנ"ל

זאל זופניק ברענגען א קאפי און צייגן אז יא.

אדער זאל ער ברענגען א קבלה אז ער האט עס בודק געווען ביי מכון לבדיקות סת"ם.

ווער עס וויל מאכן א ברכה לבטלה, געזונטערהיים.

have_hope » 23/5/2011 01:30

סטעלט,

זופניק דארף נישט ברענגן קיין קאפי אז די ספר איז גוט, מעגסט אליינס פארשטיין, אז ער איז נישט געלויפן שרייבען א טשעק, אן איבערקיען וואס ער קויפט, קאמען סענעס

אז דו שרייבסט אז די מכירה איז געווען א פאלשע, און די ספר תורה איז פסול, איז צו ערוואטען אז זאלסט ברענגן די מינומם באווייז, און איך בין זיכער אז אויב די אלע רבי'ס ווען דו האסט פריער אויסגערעכענט האבן שוין געזען די ספר תורה פארן קויפן, איז זיכער דא ווי מען קען האבן א קאפי ערגעץ דערפון

דרך אגב, די ספר תורה איז געטשעקט געווארען דורוכן קאמפויטער פארן קויפן,אזוי איז געשטאנענן און דער איד, סאו אינגאנצן פסול איז עס נישט, מעגליך אז עס איז נישט דעם דברי חיים'ס אבער עפעס א באווייז ברענג

_________________

וואלןסח » 23/5/2011 06:02

have_hope כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]


דרך אגב, די ספר תורה איז געטשעקט געווארען דורוכן קאמפויטער פארן קויפן,אזוי איז געשטאנענן און דער איד, סאו אינגאנצן פסול איז עס נישט, מעגליך אז עס איז נישט דעם דברי חיים'ס אבער עפעס א באווייז ברענג

_________________


איך פארשטיי נישט העוו האופ
ביסט דאך כלומפרשט א חסיד פון רבין, ווי קומט צו דיר צו ליינען דעם איד?

און אגב, וואס שטייט אין דער איד איז טאקע די גרעסטע ראי' פאר דיר?

have_hope » 23/5/2011 06:09


איך בין א חסיד אבער וואס זאל איך טיען אז "דער איד" איז מנדב יעדן דאנערשטאג צייטונגען פאר פרי און די רעסטעראנוטען?!
 
ממילא ווען איך קויף פת שחרית דאנערשטאג קען איך אסאך מאל כאפען  בליק און זען וואס זיי זאגען, בפרט יענע וואך ווען ווען די מכירה איז געשען, האב איך עס דורך געבלעטערעט, ווייל איך האב געוואלט זען וואס עס זענענן די באווייזען אז די ספר תורה האט אמאל געהערט פארן דברי חיים זצ"ל, אפילו פאר א חסיד איז אויך אינטערסאנט צו ליינען א שטיק היסטאריע, זען און וויסען פון ווי און ביז ווי די חפץ של צדיק איז געגאנגען, איך האב א געפיל דערצו צו ליינען און וויסען די זאכען,

און איך מוז טאקע זאגען אז זיי האבן מיר זייער אנטוישט, ווייל זיי האבען נישט קיין שום ערענסטע באווייז צו זייער מסקנה, אז די ספר האט טאקע געהערט צום הייליגען דברי חיים זי"ע, בכלל איז די גאנצע מעשה געבויט אויף ליפט, און די ספק איז לדעתי נישט ווערט קיין 500000 טויזענט דאלער, צי האט נישט קיין שום ערענסטע קראנטע מקור אז דער הייליגער דברי חיים האט בכלל געזען די ספר,

2}עס איז מסתבר, און יעדער נערמאלער מענטש טראכט אליינס, אז ווען מען צאלט א האלבע מיליאן דאלער פאר א ספר תורה, טשעקט מען עס קודם צו עס איז בכלל כשר, עס איז נישט מער ווי קאמען סענעס, און אויף אזא זאך איז דעתי לומר אז "דער איד" איז באגלייבט, ווי נישט ווי, צי באקיקען די ספר תורה מיטען  קאסט אפשר א טויזענטער, מילא לייגט זיך נישט אויפן שכל אז זיי האבן נישט געטיען די מינעמאלסטע וואס פארלאנגט זיך







תוקן על ידי have_hope ב- 23/05/2011 06:23:01

have_hope » 23/5/2011 07:05

היראים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אגב, ווייסט איינער פארוואס זיי האבען געטוישט די פלענער פין מאכען די פראפאגאנדע הס''ת אין קווינס קעמפ???



איך טראכט א סברה, פארוואס ער מאכט עס און קווינס קעמפ, ווייל
קווינס קעמפ איז די איינציגסטע זאך וואס עס איז באמת זיינס, נישט בגניבה, אלע אנדערע בנינים און וומסב"ג האט ער בגניבה, און די ס"ת איז די ערשטע ירושה זאך וואס עס איז באמת זיינס, און נישט קיין גניבה, אלץ זכר לדבר ברענגט ער אריין די אייגענע ספר תורה, צו זיין אייגענע ביהמ"ד

_________________

סטעלט » 24/5/2011 18:30

דער סקאנדאל האט אנגעהויבן שלאגן ווארצלען און מערערע סופרים זענען נעכטן געגאנגען קוקן די צערעמאניע ספר תורה ביי משה שמואל זופניק אינדערהיים.

מערערע סופרים האבן נעכטן ב' במדבר תשע"א, זיך איבערצייגט אז די ספר תורה איז געשריבן קעגן די הוראה פון הייליגן דברי חיים אליין און דאס פאטשט אין פנים פון די צערעמאניע פירער, אז די ספר תורה האט גאר געליינט דער דברי חיים.

די צוויי ירוחם ברידער האבן געמאכט דאס גענאר פון דעם שטריק, און נאך באקומען א האלבע מעלאנע אויך.

די בושות זענען געוואלדיג, און די ברכות לבטלות וואס מ'וועט מאכן אויף די צערעמאניע ספר תורה וועט זיין נאך גרעסער.

_________________

רבי_יונה » 24/5/2011 21:54

היינט זאגט מיר א תלמיד חכם מובהק:

די זעלבע וועלכע באצאלן פאר פראבלעמאטישע מצות (לויט'ן הייליגן רשב"א חמץ גמור)
די זעלבע וועלכע באצאלן פאר שוואכע שחיטה (צומות הגידין וכו')
די זעלבע וועלן יעצט באצאלן עולה צו זיין אויף א פסול'ע ספר תורה.
און וועלן באצאלן צו מאכן א ברכה לבטלה !


_________________

לאעליכם » 25/5/2011 02:21

אינעם לעצטן באבוב'ער קובץ "עץ חיים" איז דא א בילד פונעם לעצטן יריעה אין די ספר תורה, און זיי צייכענען צו פילצאליגע הידורים און שיטות לויט וועלכן די ס"ת איז געשריבן געווארן. עיין שם.

רבי_יונה » 25/5/2011 21:58

וויפיל געלט האט זופניק באצאלט דערפאר?

_________________

האנדא » 25/5/2011 22:07

דער ש''ס בוי זופניק האט היינט געוויינט און קליימער, אז מען האט אים גוט מסדר געווען, דער שיעור געווארענער לאנדער זאלי רב, שלמה יענקל האט אים גוט מסדר געווען, די ספר תורה האט אים געקאסט עפעס מער וואו א האלבע מעלוינע, און מען דארף אריין לייגן דעראון כמעט 100 אלפים,

די עיקר באדערט אים אז די זאליס לאכן א גוט'ס, עס זענען דא בילדער וואו רבי זאלישעל לויפט ארום מיט א דאכענע, און רעד איין כלל ישראל אז דארט ליגט גאר א ספר תורה, מער אונטערסירט נישט פאר דעי זאליבאנעס, דאס קרענרט דעם זזופניק ביז און קאפ, גיי מאך ביזנעס מיט די זאליבאנס!

סטראבערי » 25/5/2011 23:31

ר אהרן האט עס נעבעך נישט געקענט קריגן,
על אף, וואס ער איז געפארן ביז נתני' צו זעהן דעם הייליגן דברי חיים'ס קרוין ביים קלויזענבורגער.
*
און דער צאנזער פון נתני' האט געאפפערט פאר משה שמואל שוין נאכ'ן אפקויפן "2 מילליאן דאללער"!
*
הכל תלוי במזל אפילו ספר תורה בהיכל!

משהלע » 26/5/2011 01:09

ווייסט איינער ווי מען קען באקומען א ספר תורה ווי דער הייליגער רבי זיחרוינעלעווראחע האט געליינט דערין? איך בין גרייט צו צאלן א ביליון דאלאר. האט עמעצער געהערט אז מען זאל מאכן א עסק פון א ספר תורה פון בעל דברי יואל?, אדער פון סיי וועלעכן צדיק? א גארטל פון הייליגן דברי יואל איז א ארטיקל, צו א טלית, אדער א קאפל, איך האב נאכנישט געהערט איינער זאל מאכן א עסק פון א ספר תורה, איי איז דאס א נארישע זאלי פראפעגאנדע.

_________________

סטראבערי » 26/5/2011 01:32

איי א נחת צו זעהן,
ברענטס אריין!
יעצט איז דא פארוואס.....
*
יא משה'לע, האסט א פארשטאפט קעפל נעבעך?

א אונטער-הויז איז א ארטיקל,
און א לעכטיגע ספר תורה אין וואס ער האט מעביר סדרה געווען,
איז נישט....?! 

_________________


משהלע » 26/5/2011 01:54

אה! ער האט מעביר סדרה געווען דערין, הא? איך הער אז קוהלת האט ער אויך געזאגט אין דעם... כא כא כא.... ברוך שלא עשנו זאלי....

_________________

טאטלע » 26/5/2011 02:31

סטראבערי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ר אהרן האט עס נעבעך נישט געקענט קריגן,
על אף, וואס ער איז געפארן ביז נתני' צו זעהן דעם הייליגן דברי חיים'ס קרוין ביים קלויזענבורגער.
*
און דער צאנזער פון נתני' האט געאפפערט פאר משה שמואל שוין נאכ'ן אפקויפן "2 מילליאן דאללער"!
*
הכל תלוי במזל אפילו ספר תורה בהיכל!


זיי ביטע מסביר , וואס הייסט ר אהרן האט עס נישט געקענט באקימען , פארוואס כמיין פארוואס האט עס באבאוו קלויזענבורג אין ר אהרן נישט געקענט באקימען אין זופניק יא

ווי שטעלסטו ציזאם קיקען א חפץ ביז ספענדן א האלב מיליאן דאלער ,דאס איז ביי דיר די זעלבע זאך ?
דאס איז חוץ וואס די חפיצים וואס קלויזענבורגער רבי האט איז קלאר אז דאס איז ירושה פינעם דברי חיים דאס איז ירושה מדור דור
משא"כ די ספר תורה איז אין בעסטן פאל א 50-50 פראצענט טשענס אז דאס איז פינעם דברי חיים  

סטעלט » 26/5/2011 17:34

מ'איז געווען ביים רבי'ן, מ'האט אים אנגעטראגן דעם זעלבן אפפער, און פינקט ווי אלע אנדערע פאטענציעלע קונים, האט דער רבי געזאגט אז די באווייזן אז די ספר תורה איז פונעם דברי חיים זענען נול !

אחד היה זאלי, דער שטריק וועלכער פארשטייט צו א ספר תורה פינקט ווי ער פארשטייט צו לימוד התורה, און ער איז געווארן מלא שמחה.

די ספר תורה סומאטאכע איז א פוסטע ליצנות, ס'איז נישט מער ווי א נארישע שפיל פאר אביסל פוליסיטי און צערעמאניעלע פראפעגאנדע. והא ראי' אז קיין שום היסטאריען ווייסט נישט פון דברי חיימ'ס א ספר, חוץ דער געלער בדחן.

_________________

yosefelye » 26/5/2011 20:21

באמי זופניק האט פארציילט אז צוויי סופרים זענען געווען ביי זיין טאטע אין דערהיים שעקן דעם ספר תורה אין ביידע האבן געזאגט אז דער ספר תורה איז פסול, אין איינער האט אפילו געזאגט אז מען קען דאס בכלל נישט פארעכטן, דערציילט ער אז זיין טאטע איז געלאפן וויינען צו ר' זלמן לייב אז מען קען נישט אריין געבן די ספר תורה ווייל עס איז פסול, אין אז ער האט אראפגעפלאשט א האלבע מיליאן דולעער, בארוהיגט עם ר' זלמן לייב אז מען קען דאס יא אריין געבן אין מען וועט אפילו ליינען אין די ספר תורה שבועות, אבער סאיז דאך פסול שרייט משה שמואל, זאגט ר' זלמןן לייב אז סאיז נאר פסול לכתחילה אבער בדיעבד איז עס זיכער כשר, וואס פאר א בדיעבד איז דא שייך פרעגט משה שמואל, ענטפערט ר' זלמן לייב, וואס הייסט וואס א דיעבד, מען האט דאך עס שוין געקויפט איז דען נאך שייך א גרעסערער בדיעבד ווי דאס? פארפאלן, פירט אויס באמי זופניק, ווי תורה דארט איז חכמה.

oאטמארער » 26/5/2011 20:28

המכנה שם לחברו, נאכדערצו ווען ער האט דיר גארנישט געטאן? שעם דיך

דו האלטסט משה שמואל איז אזוי משוגע? דו האלטסט ער האט נישט געגעבן איבערצוקוקן די ספר תורה פארדעם?


תוקן על ידי oאטמארער ב- 26/05/2011 20:29:47

yosefelye » 26/5/2011 21:23

איך האף אז די האסט נישט מעך געמיינט מיט המכנה שם לחברו, ווייל איך האב געשריבן ר' זלמן לייב אין נישט זאלי, דאס האט געשריבן איינער פאר מיר, אין ניין, משה שמואל האט נישט גיגעבן איבער ציקיקן דעם ספר תורה בעפאר ער האט דאס גיקויפט, מען האט עם גיזאגט אז ר' אהרן וועט זיך רעגן אין דאס איז גיווען געניג פאר דעם גרויסן פיקח, אין האט געפלטיעט א האלבע מעלאנע.

oאטמארער » 26/5/2011 21:55

דו האסט געשריבן א צונאמען פאר משה שמואלס זון

דו גלייבסט אליינס וואס דו שרייבסט?

_________________

yosefelye » 26/5/2011 22:12

חס וחלילה, באמי איז נישט א לשון גנאי, סאיז א לשון חיבה, פונקט ווי מען האט גיריפן באמי קויפמאן, וואס מען האט עם אפילו אזוי גערופן אין פנים, אדער פילא פריינד, אין זיי האבן זיך נישט באליידיגט אזוי רופט מען משה שמואל זין באמי, נישט חלילה צו טשעפען.

האנדא » 26/5/2011 22:15

פארפאלן מיר וועלן מיזן מודה זיין, אז די ספר תורה פארארדע פון רבי זאלישעל דעם שביעות, איז א שרעקליכער פלאפ פאר סאטמאר, דאס קרענקט אלע סאטמארע חסידים, ביזן זיבעטען ריפ, די ארוינים שעלטען טויטע קללות כמעט וואו די זאליס טעגליך,

א דאנק די ספר תורה פאראדע
גייט מען נישט לערנען די בלאט גמרא במסגרת חבורת יסודי התורה,
די שחיטה מהדרת פון טעקסעס גייט פארמאכט ווערן, סאטמאר גייט מיזן דערשטיקט ווערן פון די סייחים גלאט פלייש,
די בית השחיטה און קרית יואל גייט פארמאכט ווערן, מען וועט מיזן עסן צומות גידין עופות, רח''ל,
די היכל בית חיה, תהילות יוסף,צבי ראזענבערג, אלעס גייט פארקנאקט וערן,
די אלע דיינים וועם רבינו שליט''א האט אויף גענימען גייען ווערן פלאמבער'ס,
דער בית עולם גייט ציריק פאר די זאליבאנצעס, א כפרה מיט די מאנגאלען פון פאלאקס,
די  נעאילעת האחאק פיקשער טיש גייט זיין און בית מדרש החדש,
ר' מנשה מראס גייט ווערן ירושלימער רב,

אלעס ווייל רבי זאלישעל גייט מאכען א פאראדא מיט א ספר תורה וואס ער האט זיך איינגעהאנדעלט פון 2 רווקים פון די איסט סייד,

לעבן זאל סטראבערי, לעבן זאלן די זאליבאנעצעס,

תוקן על ידי האנדא ב- 26/05/2011 22:16:41

oאטמארער » 26/5/2011 22:41

בגמרא במסכת בבא מציעא (דף נח:) אמר רבי חנינא, כל היורדים לגיהנם עולים (כל הרשעים שדנים אותם בשמים לגיהנם, סוף דבר שאחרי איזה זמן שקצבו להם לפי מעשיהם, הם עולים ויוצאים מגיהנם, שאין דנים אדם לגיהנם יותר משנים עשר חודש). חוץ משלושה שיורדים לגיהנם ואינם עולים, ואלו הן: הבא על אשת איש, המלבין פני חבירו ברבים, והמכנה שם לחבירו.

והקשו בגמרא, מכנה היינו מלבין, כלומר לשם מה שנינו גם "המלבין פני חבירו ברבים", וגם "המכנה שם לחבירו"? והלא כל מכנה שם לחבירו ממילא הוא מלבין פני חבירו ברבים.

ותירצו בגמרא, שאפילו באופן שהמכונה בשם, רגיל שמכנים אותו כך, ואינו מתבייש בכך, כגון אדם שכל העולם קוראים לו "הצהוב" וכדומה, מכל מקום יש איסור לכנותו בשם זה, מכיון שהמכנה מתכוין לביישו, וכל העושה כן אינו עולה מגהינם לעולם.


יוסף אלי' און האנדא לערנטס גוט איבער דעם שטיקל און טראכט אייך איבער


_________________

האנדא » 26/5/2011 22:48

אקעי כהאב עס גוט איבער געלערנט, וואס ווילט איר זאגן מיט די דאזיגע גמרא? אירט ווילט אפשר נישט סתם אזוי פארדרייען דעם אשכול?

_________________

yosefelye » 26/5/2011 23:13

נו? וואס שטייט דא? מכיון שהמכנה מתכוין לביישו איך האב לגמרי נישט געוואלט מבייש זיין, לא עלתה על דעתי, אבער די ביסט דא יא עובר מיט המלבין פני חברו ברבים מיט אונז באשילדיגן אין הלבנת פנים. טול קורה מבין עיניך. 

סטעלט » 26/5/2011 23:15

די ספר תורה דזשאוק שטעלט זאלי'ן ארויף אויף די מאפע פון די סארט קאליבער רבנים ווי דער ראצפערטער.
שוין קרוב צו 12 יאר וואס ער כראפעט.

קויפט ער יעצט א צערעמאניע תורה, און מאכט טראסק, און צייגט דערמיט פאר די גאנצע וועלט זיין דלות

איך קען קוים ווארטן ביז דער ליידאק לייגט זיך צוריק כראפען, אויף נאך 12 יאר, און דעמאלט וועט ער ערפינדן פון קויפן פעטער לוט'ס בעכער אין וועלכן ער האט געטרינקען און זיך אנגעיאפעט.

_________________

פשווארסק » 26/5/2011 23:55

Just another....
סטראבערי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]


און זיי זעהענדיג אז דא מיינט מען עס מיט די מערסטע ערענסקייט און קיינער זוכט נישט זיי אראפצו קלאפן,
האבן מער נישט געוואלט האנדלען מיט קיינעם
און האבן אפילו אראפגעלאזט צו סוף די פרייז אויף האלב! =איין מילליאן.

_________________




even der yid says that it dident cost him more then 500 tousend
this means that it cost much leas
[בילד – נישט אפגעהיט]





פשווארסק » 27/5/2011 00:01

[בילד – נישט אפגעהיט]

היראים » 27/5/2011 02:24

אז דער איד - וואס איז באקאנט מיט איבערטרייבן משוגענע גוזמאות ביי די זאליס מיט אפענע שקרים,  שרייבט אז ס'האט נאר געקאסט א האלב מיליאן דאללער טראץ וואס ער האט לכתחילה געבעטן פין סטראבערי 2 מיליאן דאללער.....
האב איך מורא אז ער האט נישט געצאלט מער ווי א פערטל מיליאן דאללער

-----

אלפאנס די פראפאגאנדע קאלליציע פין די זאליס האבען אפגעשטופט די הכנסת ס''ת אויף שבועות
האלטענדיג אז דאס וועט אביסל אנפולן דאס בית המדרש ביי אקדמות
(ווער עס אריין אין ראדני שבועות אדער סיי וועלכע יום טוב פארשטייט גיט וואס איך מיין)

משהלע » 27/5/2011 04:35

ס'איז דא נאך א טעם, שבועות קען מען נישט נעמען קיין בילדער וועלן זיי טראמפייטערן אז עס זענען געקומען רבבות אידן, מען וועט נישט האבן א דורעכפאל ווי אין לעיקוואד אדער הושענא רבה אין ראדני ווי די בילדער האבן זיי געפאטשט אין פנים.

סטראבערי » 27/5/2011 04:57

ס'איז דא נאך א טעם.........
און נאך א טעם.................
הא הא!! קיעפטס ענק ביזי

אויך ווען דו האסט נישט וואס צו טוהן טרעף צו פארוואס אונז גיימיר זאגן תיקון ליל שבועות,
מ'מיינט נאר ענק אפצוטוען.....!  [בילד – נישט אפגעהיט]

פאפיטעס » 28/5/2011 00:44

אין דער איד שטייט די וואך פרישע געבעקס, אז מען זעהט אויף די ספר תורה טרערן פונעם הייליגען דברי חיים.

יא איר ליינט גוט אזוי שטייט אין דער איד.

1) ווער עס ווייסט ווי אזוי מען זעהט טרערן אויף א ספר תורה זאל מעלדן.

2)  שעמען זיך נישט די דשיגאן ליצים צו שרייבן אז מרן בעל דברי חיים האט געוויינט אפען ספר תורה, וואס פארשטייט זיך א מען וויינט דעראויף, מאכן די טרערן פסול די ספר תורה.

אזא פנים האבן אלע זייערע שקרנות, קודם האבן זיי אלס געניצט א תירוץ, פון אן אלטע באבע, איצט האבן זיי א תירוץ פון 2 אלטע בחורים.

דעם בהמה משה שמואל זופניק קענען די זאליס נעבעך איינרעדען אלע שטותים און דמיונות, און מען מעקלט אים אויס עד הסוף, און די זאליס קאלערען זיך פון זופניק.

סטעלט » 29/5/2011 21:33

דער געלער בדחן שלמה יאנקעל, האט אנגערופן דעם ש"ס באָי, זופניק, און אים געבעטן אז ער וויל עולה זיין אין די תורה שבועות, ווייל ער האט אסאך געטאן דערפאר.

פרעגט אים זופניק, צי וואס ווילסטו עולה זיין דערין, ביסט דען א כהן?
פרעגט אים דער לץ געלבמאן צוריק: די ספר תורה איז דען פון דברי חיים?

פשווארסק » 30/5/2011 19:55

פאפיטעס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אין דער איד שטייט די וואך פרישע געבעקס, אז מען זעהט אויף די ספר תורה טרערן פונעם הייליגען דברי חיים.

יא איר ליינט גוט אזוי שטייט אין דער איד.

1) ווער עס ווייסט ווי אזוי מען זעהט טרערן אויף א ספר תורה זאל מעלדן.

2)  שעמען זיך נישט די דשיגאן ליצים צו שרייבן אז מרן בעל דברי חיים האט געוויינט אפען ספר תורה, וואס פארשטייט זיך א מען וויינט דעראויף, מאכן די טרערן פסול די ספר תורה.

אזא פנים האבן אלע זייערע שקרנות, קודם האבן זיי אלס געניצט א תירוץ, פון אן אלטע באבע, איצט האבן זיי א תירוץ פון 2 אלטע בחורים.

דעם בהמה משה שמואל זופניק קענען די זאליס נעבעך איינרעדען אלע שטותים און דמיונות, און מען מעקלט אים אויס עד הסוף, און די זאליס קאלערען זיך פון זופניק.


[בילד – נישט אפגעהיט]

דעקלעראציע » 30/5/2011 21:22

דער געהלער בדחן שלמה יאנקל געלבמאן האט אנגעקאלט משה שמואל זפוניק מיטן געהלן בארד
אז ער וויל עולה זיין כהן שבועות אין די ספר תורה
פרעגט אים זופניק מיטן געהלן בארד זייט ווען ביסטו א כהן
זאגט אים דער געהלער בדחן זייט ווען איז עס דעם דברי חיים'ס ספר תורה

היראים » 30/5/2011 22:17

נעבעך
ר' זלמן לייב זיצט שוין איבער 10 אין וויליאמסבורג אין ער דארף נאך מאכען א מאסיווע ווינד אז זיינע מענטשן זאלען קומען צו אים דאווענען שבועות
שוין וואכען לאנג איז ער שוין ביזי מיט PR פאר שבועות אין לייגט אוועק שווערע געלטער פאר שטותים אז זיי זאלען קומען הערן זיין אקדמות

איך מיין אז נפתלי וועט נאכמאל דארפן האלטן א דרשה פארוואס זיי באהאלטן זיך אין די מייזן לייכער
ר' אייזיק ספינקער אין ר' זיידעל קרעטשניפער שטייען שוין בעסער ווי אים

נעבעך...

וואלןסח » 30/5/2011 22:24

די טרערן פון דברי חיים מאכט מיר לאכן, אזוי צו קענען פיטערן קעלבעלעך

דעקלעראציע » 30/5/2011 22:31

אפשר איז עס שווייס ווי אזוי ווייזט ער ס'איז טרערן
קען זיין מען האט עס עשיקט צי א לעב אין געזעהן ס'איז זאלציג האבן זיי פארשטאנען אז ס'איז טרערן

גיי ווייס

היראים » 2/6/2011 21:07

די פראפאגאנדע מ'זאל קומען אויף שבועות ארבעט איבערמידלעך
די רחמנות איז געוואלדיג גרויס
זיי ארבעטן שווער לאקאל אין יעדע געגנט מ'זאל קומען אויף יום טוב
זייער סאסמאן ביהמ''ד הגדול איז באהאנגען מיט אלע פראפאגאנדע מ'זאל קומען אויף יום טוב קיין וומ''ס

זיי האבען אבער גרויס פארשריט....
א מיטגליד אין די פראפאגאגנדע אפטיילונג ברעכט יעצט די גיטע נייעס
זייער קאנאן..... : ר חיים דוד כץ פין בארא פארק האט מסכים געווען צו קומען פין ''בארא פארק'' צו די מעגא הכנסת ס''ת... סוי מ'האלט שוין ביי נאך א גאסט...
נישט לאכען, ס'איז א גרויס רחמנות

עס איז צו האפען אז זיי וועלן האבען מער געסט ווי הרה''צ ר' זיידל קרעטשניפער


תוקן על ידי היראים ב- 02/06/2011 21:46:38


oאטמארער » 2/6/2011 21:38

אוי נעבעך נעבעך
בלאט: 1 2