היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » נייע תקנה ביי דזשיגאן: גבאי מוז איבערקוקן בילדער!

נייע תקנה ביי דזשיגאן: גבאי מוז איבערקוקן בילדער!

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2894271

פישער_גאבע » 19/5/2011 21:36

אין א פרישע תקנה וואס איז ארויסגעגעבן געווארן פון דעם דזשיגאן עם הארץ'נס שטוב, לויטעט אז אזוי ווי דעם בילדער קענען דאך ברענגן געוואלדיגע בזיונות, ווי שוין פאסירט אין די פארגאנגענהייט, אלזא וועט מהיום והלאה דער גאבע פישער זעלבסט איבערקוקן די בילדער איידער זיי גייען צום דרוק אדער זיי ווערן ארויסגעשיקט דורך בחצרות פיקטשערס.

צו אונזערע הענט איז אנגעקומען א בילד וויאזוי דער גבאי קוקט איבער מיט אגנסט און ערענטסקייט די בילדער פונעם דזשיגאן עם הארץ, וואס זענען געכאפט געווארן מיטן הויז בחור'ס קאמערע, איידער זיי זענען געשיקט געווארן צו צושפרייט ווערן אין די גאנצע וועלט.

[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי פישער_גאבע ב- 19/05/2011 21:37:30

משהלע » 19/5/2011 21:45

וואס איז דען? זעט אויס אז דער גבאי ארבייט פארן בלאט, און וויל זיכער מאכן אז דארט איז נישטא קיין בילדער פון צורתו הקדושה פונעם גז''ל, ער וויל זיך נישט איינרייסן מיט מחילתו הגדולה פונעם גז''ל בזה וובבא.

פריש » 20/5/2011 00:15

פישער גאבע [בילד – נישט אפגעהיט]

מלך_מלכים » 20/5/2011 00:20

פישער גאבע, גיב זיך אכט, די חברה ווילן דיך צירייסן

משהלע » 20/5/2011 00:28

קיינער וויל קיינעם נישט צורייסן, ער קיקט דאך נישט 'קיין טעלעוויזאן ווי קיטשי זאלי ר' זלמן לייב פיליפ האט געקיקט ביים עיר פארט,

פריש » 20/5/2011 00:41

מלך_מלכים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פישער גאבע, גיב זיך אכט, די חברה ווילן דיך צירייסן


דער ניק אדער דער עכטער?..

סטראבערי » 20/5/2011 01:29

אה!
דאס איז הייסע ווארע!

עםהארץל » 20/5/2011 01:45

וועם פרובירט דער פישער אנצוכאפן מיט זיין רעכטע האנט?

עפעס פעלט פונעם בילד

איך מיין אז דזשיגאן איז אויך געשטאנען דארט און פישער גבאי האט אים געגעבן א ציפ מיט זיין רעכטע האנט

ספרינטער » 20/5/2011 07:02

גייט נאך אלץ רויעך דערפון
סטראבערי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אה!
דאס איז הייסע ווארע!

_________________

ספרינטער » 22/5/2011 08:53

די תקנה גייט אן מיטן פולן קראפט.
 
יואל בן ישראל חיים ווייס האט צושמעטערט קאמערעס און סעלפאונס היינט ביים שאו אין ק"י.

_________________