היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » דרשת ל"ג בעומר בעניני הדלקה מאת רבן של ארונים במאנרא

דרשת ל"ג בעומר בעניני הדלקה מאת רבן של ארונים במאנרא

47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2894047

123news » 19/5/2011 07:31


http://youtu.be/htlLLDSxV0A



תוקן על ידי 123news ב- 19/05/2011 07:35:04

משהלע » 19/5/2011 19:54

ע"פ תקנות הפורום איז נישט ערלויבט ארויפצולייגן קיין בילדער פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. ההנהלה


תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 22/05/2011 08:50:14

מלך_מלכים » 19/5/2011 20:55

למעשה וואס טוט זיך מיט אזא היפאקרעסי, לאכט אפ פון הדלקות, דערנאל ציט מען ארויף א ברייטן ביבער היט אין מיט פארגלייזטע אויגן מאכט מען אן הדלקה, האסט אן ענפער אויף די היפאקריסי? 

_________________

משהלע » 19/5/2011 20:59

אלעס וואס דער טאטע (זאל זיין געזונט) זי''ע הייסט, זאגט ער נישט הדלקה איז נישט הדלקה, זאגט ער יא הדלקה איז יא הדלקה, וואס דער טאטע הייסט אזוי טיט מען.

מלך_מלכים » 19/5/2011 21:03

א שאד אז זיין זון ר' מענדעלע האט זיך נישט געלערנט כיבוד אב ואם ביי זיין טאטע, מען דארף זיך מאכן צושפאט אין צו שאנד, אפילו מען האט שוין א חודש פריער מודיע געוועהן אז דער טאטע ווייסט נישט וואס טוט זיך, דארף מען ווייטער פאלגן

_________________

געלעכטער » 19/5/2011 21:15

משהלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אלעס וואס דער טאטע (זאל זיין געזונט) זי''ע הייסט, זאגט ער נישט הדלקה איז נישט הדלקה, זאגט ער יא הדלקה איז יא הדלקה, וואס דער טאטע הייסט אזוי טיט מען.


פארוואס ווען דער טאטע הייסט אים בעטן פון זיין ציבור די אבג דרשה, און איינס פון זיי אז ער האט געמאכט ר' זלמן לייב פאר רב אין וויליאמבורג, איז דער זעלבער טאטע פון די הדלקה נישט אקוטעל? פארוואס ווען דער זעלבער הדלקה טאטע בעט איינמאל און נאכאמאל מ'זאל ארויסגיין פון קארט איז דער זעלבער הדלקה טאטע אויסגעוועפט און פארפירט?

משהלע » 19/5/2011 21:26

מסתמא האט דער טאטע נישט געבעטן,

פישער_גאבע » 19/5/2011 21:30

מ'שטיינס געזאגט ר' אהרן איז א שקרן? ער האט דאך אליינס געזאגט אז דער טאטע האט אים געבעטן.

תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 22/05/2011 08:51:26

משהלע » 19/5/2011 21:42

הפה שאסר הוא הפה שהתיר, ווען דער טאטע האט נישט געלאזט מאכן קיין הדלקה, איז קיין הדלקה נישט געווען, ווען דער טאטע האט געזאגט, יאלא, קענסט שוין מאכן הדלקות, מאכט מען הדלקות, דאס הייסט געפאלגט א טאטן!!!

עםהארץל » 19/5/2011 23:52

משהלע זיין טאטע האט געזאגט ער זאל מאכן א הדלקה? אהער מיטן טעיפ

משהלע » 20/5/2011 00:23

אופפפסססס!!! יודעלע וויינשטאק האט אויפגעוועקט דעם עם הארץל פונעם שינת צהרים!, זאג נאר עם הארל, וויאזוי איז דער וועטער אין קווינס קעמפ?, עפעס האסטו אראפ געסלאט זייט ביסט געפארן אויף אפרוה אין קווינס קעמפ, איז אמת אז דער DSL קאנעקשאן איז נאך זייער שוואך דארט?, זיי גאראנטירן אז זומער וועט דער DSL ווייטער ארבייטן נארמאל און מיר וועלן ווייטער נהנה זיין פון דיר ווי אמאל.

אגב, האט דער ברך משה געאסערט הדלקות? אהער מיטן טעיפ... 

מלך_מלכים » 20/5/2011 00:27

נישט דער ברך משה האט עס געאסערט, דער ברך אהרן האט עס געאסערט, וטעות לעולם חוזר, דער טעיפ איז דא אויבן

משהלע » 20/5/2011 00:33

און ער האט דאס דערנאך מתיר געווען, הפה שאסר הוא הפה שהתיר, נאר דער עירוב, סקול דיסטריקט, בני יואל, בג''ץ, אריזאנא ווייץ, יאשקע וואלדמאן, מעג אמאל זיין אסור און אמאל מותר??? 

מלך_מלכים » 20/5/2011 00:35

ניין, דער אינטערנעט אויך, אין שניידן די בארד אויך, אין די לאנגע שארט קאטס אויך, אין די פלייש פון מיל מארט אויך. 

_________________

רשכבהגולם » 20/5/2011 00:38


רבן ומאורן של ארונים האט זיך אמאהל אויסגעדריקט, דאכט זיך עס איז געווען און נאהעמפשיר, אז ער האט געהאט א פעטער און ווילימסברג א אייניקל פון דברי חיים, ער האט שטארק חרטה אז ער איז נישט אריין געגאנגען נהנה זיין מאורו וד"ל, פון דעם דאזיגן פעטער זאגט מען נאך, ומותר האדם מן הבהמה אין, איז טייטש, אז א בהמה טוט א יעדן טאג די זעלבע זאך, אבער א מענטש קען היינט טון אזוי און מארגן זאגן "אין" היינט וויל איך אנדרשט, 



איך האב מורא די אינגעלייט ווייסן נישט פון וועלעכע פעטער מען רעדט

תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 20/05/2011 00:39:29

פריש » 20/5/2011 00:46

גייט היי יאר זיין מוזיק טראץ וואס דער דזישגאן עם הארץ איז אין יאר נאך זיין מאמע?

רשכבהגולם » 20/5/2011 01:07

עס גייט זיין, אבער דאס מאהל גייט ער זיך נישט אנכאפן און די עמוד, און אויב עפעס א אויפגעקלערטע ארוני וועט פרעגן , די רבי איז דאך און יאהר, וועט מען עם ענטפערן, וואס הייסט, האסט נישט געזעהן, ער האט זיך דאך נישט אנגעכאפט און עמוד, דאס וועט שוין מער ווי געניג אז דער אויפגעקלערטע ארוני זאהל זיך באראיגן.

_________________



תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 20/05/2011 01:09:14

משהלע » 20/5/2011 01:12

פריש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
גייט היי יאר זיין מוזיק טראץ וואס דער דזישגאן עם הארץ איז אין יאר נאך זיין מאמע?

ביי דזשיגאן עם הארץ איז טאנצן מיט מוזיק נישט מעלעריש, ער גייט געהעריג און טאנצט אויף חתונות, זעט אויס אז דער מלוחים מאוד רבי איז מתיר צו טאנצן מיט מוזיק אויף חתונות.

רשכבהגולם » 20/5/2011 01:18

פארוואס זאל נישט זיין קיין מזוק? 
הפה שאסור הוא הפה שהיתר

_________________

עםהארץל » 20/5/2011 05:19

זיס צו הערן ווי דער שוטה לייגט עס אראפ ווי א פלפול

ער זאגט אז ער פארשטייט נישט די תאוה פון מאכן א פייער, זעט אויס אז היינט צוטאגס האט ער שוין יורד געווען לסוף דעתו פונעם בחור

רבי שמעון בן עקשיא אומר, זקני עם הארץ כל זמן שמזקינין דעתן מטרפת עליהן.

סקאטמאלען » 20/5/2011 07:07

ס'דא אזא מין מושג פון "צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם",

פאר תלמידי רבינו יואל זצ"ל דארף זייער גרינג זיין צו פארשטיין דעם מושג, ווי ער ערקלערט איבער דעם ענין פון זיך באזעצן אין ארץ ישראל, אויב גייט מען מיט די ריינע כוונה איז עס א דבר גדול מאוד, ווידער אויב גייט מיט די מחשבה זרה צו מחזק זיין די פורקי עול איז עס ממש עבודה זרה, און מעכב גאולתינו ופדות נפשינו

די זעלבע לענינינו אוואדי איז נישט שייך צו זאגן אויף א מנהג וואס גדולים וקדושים מדורי דורות האבן געטון אז ס'א עפעס שלעכט, אדרבא מה טוב ומה נעים, אבער אויב טוט מען עס לשם שוואויל טאג, און באופן מסוכן, ווי ליידער א בחור האט פארלוירן א פינגער כידוע איז עס נאר א כשלון ודבר בזוי ומשוקץ

ממילא איז קיין שום סתירה, נאר צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם,

דאס איז נאר יא א סתירה און א פלא, אז אויף אזא איינעם וואס דער ברך משה האט געזאגט אז ווען ער וואלט נישט געקאנט זיין פאטער וואלט ער נישט געגלייבט אז ער איז מזרע ישראל, זאל זיין זוהן זיך מדבק זיין באהבה מסתרת, דאס איז שוין א פלא, צו דעם וועט מען לכאורה מוזן ציקומען צום טיפזינגן ווארט פון קלויזנבורגער ז"ל, אז א בהמה טוישט זיך נישט די מיינונג,


תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 20/05/2011 07:08:08

גוגל טאלק: mollen.hydepark@gmail.com
Only available when actively writing on hydepark 

רשכבהגולם » 20/5/2011 16:29

גדולים וקדושים מדורי דורות האבן און חוץ לארץ נישט געמאכט קיין הדלקה,

רשכבהגולם » 20/5/2011 16:36

און חוץ לארץ צי מאכן א הדלקה, איז פינקט ווי מען זעל איינפירן, אז איין אטג און יאר, למשל ט באב, זאל מען גיין און פיטשאמעס,

רשכבהגולם » 20/5/2011 16:37

און אמעריקע איז אריבער געקומען די מנהג דורך פארשידענע קהילות וואס זענען א סניף צי ארץ ישראל'דיגע מוסדות, ווי למשל קארלין, וויזשניץ, וכדומה, דאס האט נאך עפעס א פשט אלס געפיל אויס צי זייערע מנהגים פון זייער חצר, נישט אלס מנהג,

וואלןסח » 20/5/2011 17:16

רשכבה"ג
קודם שרייבסטו אז מאכן א הדלקה איז ווי אנטון פיזשאמעס
און נאכדעם שרייבסטו אז אין אמעריקא איז דא אזא מנהג פון חצרות וואס האבן מוסדות אין א"י, נו זיי דיך מסביר, אויב האט מען מוסדות אין א"י מעג מען יא, ערלעדיגט, סאטמאר האט אויך מוסדות אין א"י, זאת ועוד יותר די גאנצע התייסדות פון מוסדות סאטמאר אין די וועלט איז מכח א"י כידוע אז דער רבי איז דאן געקומען נאך געלט פאר די מוסדות אין א"י, ממילא וואס איז די פראבלעם.

זאת ועוד אחרת, לפי דברי מהרי"ץ דושינסקיא וואס איז לעצטענס געווען פארשפרייט אז ער האט געזאגט פאר זיינע תלמידים נישט צו פארן קיין מירון ווייל ר' שמעון איז דא, מיינענדיג אין ישיבה ווען מען לערנט זיינע מאמרים, איז דאך ווי מען לערנט תורה און די מאמרים פון ר"ש איז מען זיך מקשר מיט אים, ובפרט אז ביי רוחניות איז נישטא קיין ריחוק מקום, ס'איז בכלל נישט תופס, אין ערגעץ ווערט נישט געברענגט אז די שמחה פון די הילולא פון ר"ש איז נאר אין א"י, 

אומזיסט » 20/5/2011 18:33

וואלן ביסט דאך הייליג גערעכט. דער פראבלעם איז אבער, אז דיין רבי במתק לשונו לאכט אפ און מאכט אוועק דעם גאנצן ענין?

(גראדע דו אלס בהמה חסיד קענסט ענטפערן א פשוטע תירוץ אויף די קשיא: זינט תשמ"ח איז שוין רבינו הק' שליט"א שטארק געשטיגן אין זיינע מדרגות, און משיג געווען קדושת הרשב"י כי גדול הוא גם בחו"ל. [ועיין בהערה בשולחן מלכים מראי מקומות לזה]...)

_________________

אויטענטיש » 20/5/2011 18:45

כפי מיטב ידיעתי האט די הדלקה נישט צו טוהן מיט ארץ ישראל בכלל, עס האט צוטוהן מיט'ן ציון הרשב"י. וואס דארט האט מען געמאכט א הדלקה באתרי' דמר מפני כבודו של ר' שמעון.
פאקט: אין ארץ ישראל אליינס איז קיינמאל נישט געווען איינגעפירט צו מאכן א הדלקה אין קיין שום פלאץ חוץ פין ציון הרשב"י אין מירון. 
עס איז נישט ווייל "די ארץ ישראל יודן האבן חלילה נישט קיין שייכות מיט ר' שמעון'ס שמחה", נאר די הדלקה האט נישט קיין שייכות מיט קיין שום מקום אויסער מירון.

רשכבהגולם » 20/5/2011 19:49

עס קען זיין אז איר זענט גערעכט,
אבער גערעכט נאר ביז פאר 50 יאר צירוק,
ווייל די לעצטע 50 יאר פירט מען זיך און גאנץ ארץ ישראל צי מאכן הדלקת

_________________

רשכבהגולם » 20/5/2011 20:08

וואלןסח כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
רשכבה"ג
קודם שרייבסטו אז מאכן א הדלקה איז ווי אנטון פיזשאמעס
און נאכדעם שרייבסטו אז אין אמעריקא איז דא אזא מנהג פון חצרות וואס האבן מוסדות אין א"י, נו זיי דיך מסביר, אויב האט מען מוסדות אין א"י מעג מען יא, ערלעדיגט, סאטמאר האט אויך מוסדות אין א"י, זאת ועוד יותר די גאנצע התייסדות פון מוסדות סאטמאר אין די וועלט איז מכח א"י כידוע אז דער רבי איז דאן געקומען נאך געלט פאר די מוסדות אין א"י, ממילא וואס איז די פראבלעם. 


די קשיא וואס די פרעגסט דא זאגט מיר אז,
אדער ביסטו א תמים - אדער מאכסטו דיך פאר א תמים - אדער האסטו נישט אזא שארפע קאפ - און אפשר איז עס אויך אביסל פארשטויבט,
במילא ווינדער איך מיך פארוואס עס איז דיר נישט בייגעפאלן סאך א בעסערס, היות דיין רבי איז א איידעם און ארץ ישראל און ער האט אויך אביסל געוווינט דארט ................................

_________________

וואלןסח » 20/5/2011 20:59

רשכבהגולם כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
עס קען זיין אז איר זענט גערעכט,
אבער גערעכט נאר ביז פאר 50 יאר צירוק,
ווייל די לעצטע 50 יאר פירט מען זיך און גאנץ ארץ ישראל צי מאכן הדלקת

_________________


אויב האט מען תש"י געמעגט איינפירן אין א"י וואס מען האט קיינמאל זיך דארט נישט אזוי געפירט, האט מען תש"ס געמעגט איינפירן אין חו"ל וואס מען האט זיך קיינמאל נישט אזוי געפירט

סקאטמאלען » 22/5/2011 05:51

דער זאך איז אזוי, למבקשי האמת,

דאס אז מ'מאכט א הדלקה לכבוד ל"ג בעומר איז קיין שום עוולה טראץ וואס דער רבי ז"ל האט עס נישט געטאן, ווייל א מנהג טוב וואס האט נאר א ריינער און א הייליגער מקור איז קיין שום עוולה איז מ'אדאפטירט עס מיט די ריינע כוונה, איבערהויפט אין סאטמאר האט מען דאך נישט מקפיד געווען אויף מנהגים, [אזוי לאנג מ'איז נישט מבטל א אלטער מנהג אדער מ'טוט א מנהג וואס דער רבי האט געהאט א קפידא דייקא נישט צו טאן], ס'איז א טיפשות צו שפעקולירן אז דער רבי איז געווען דערגעגן אז אידישע קינדער זאלן זיך א ביסל אנווארימען און אויפהייבן לכבוד התנא האולקי,

דאס איז איינס,

דאס איז אויך קיין שום פעלער אז ר' אהרן טוט א מנהג וואס ער איז לשעבר געווען דערגעגען, ווייל ווי געשמועסט איז עס אן ענין פון צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם,

די איינציגע גרויסער פראבלעם מיט ר' אהרן'ס דרשה, לפענ"ד, איז די סטייל פון די דרשה, אפי' ער זאל ווען נישט מאכן א הדלקה יארן שפעטער, איז דער וועג וויזוי ער חוזק'ט אפ דערפין איז זייער נישט דיפלאמאטיש און אומטאקטפול, די זעלביגע איז מיט וויזוי ער האט אזוי מזלזל געווען אין די ספרדים לגבי שחיטות ב"י, האב איך אויך געהאלטן אז ער וואלט געקענט עס זאגן אויף א מער דיפלאמיטיש וועג,

נאר וואס דען, יעדער וואס קען אביסל ר' אהרן'ס כאראקטער, ווייסט שוין גוט אז "כן בנות צלפחד דוברות", אזוי "רעט" ר' אהרן, דאס איז זיין סטייל, און עס איז נישט נישט דברים כהוויתן דיבר הכתוב,

_________________

גוגל טאלק: mollen.hydepark@gmail.com
Only available when actively writing on hydepark 

לאעליכם » 22/5/2011 11:36

ווען מהר"א ט"ב שליט"א האט געפרעגט דערוועגן דעם פאטער מרן בעל ברך משה זצ"ל, האט ער געענטפערט דערויף בלש"ק "מ'מאכט דאך נישט קיין ברכה אויף דעם".

צווייטענס (דאס איז נאר געזאגט געווארן פאר די ארונים וואס דרייען זיך דא) ווער ס'וועט מדייק זיין וועט זעהן, אז ווען מהר"א שליט"א רעדט וועגן דעם ענין פון הדלקה און זאגט א טעמא דמילתא דערויף ביי די דב"ת נאך די הדלקה, זאגט ער "ס'איז א מנהג ישראל אנצוצינדן אין ארץ ישראל אן הדלקה" (אזוי איז שוין געווען כמ"פ אין די פארגאנגענע יארן). פשט איז אז אין ארץ ישראל איז עס געווען א מנהג משנים קדמוניות, און דא האט מען דאס אויך געמאכט למען הציבור, און ווי מ'זאגט איז נישט דא קיין שום עוולה דערביי, אבער זאגן א טעמא במילתא איז דאס נאר אויף די הדלקה וואס ווערט געמאכט אין אר"י.

אויטענטיש » 22/5/2011 21:02

וואלןסח כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

אויב האט מען תש"י געמעגט איינפירן אין א"י וואס מען האט קיינמאל זיך דארט נישט אזוי געפירט, האט מען תש"ס געמעגט איינפירן אין חו"ל וואס מען האט זיך קיינמאל נישט אזוי געפירט


עס איז נישט קיין פראגע פון 'מעגן' אדער 'נישט מעגן'.
א באזעסענער מענטש פרעגט נישט "פארוואס נישט"? ער פרעגט "פארוואס יא"?
דא איז דער תירוץ ווייל דער עולם האט ליב צו זעהן א גרויסע ריזיגע פייער און טאנצן ארום דעם. און אנדערע ווערטער 'פאר ענטערטעינמענט פוירפעסעס', נא, נישט קיין עולה, קיינמאל קיין ערגערס.
(איי עם סארי, כהאב פארגעסן עס איז דא אמוראדיגע התעוררות ביים פייער און דער עולם קאכט זיך בקדושתו של ר' שמעון, ואתכם הסליחה)

עםהארץל » 22/5/2011 21:22

קיינער זאגט נישט אז ער מעג נישט, אדרבה, פון מיין זייט קען ער מאכן די גרעסטע און שענסטע הדלקה

עס איז נאר אינטערעסאנט צו הערן ווי אזוי ער חוזקט אפ פונעם מנהג און ווען מען קען באקומען אביסעלע אטטענשאן (עקספערדזשערס סינדראם...) טוט ער עס אליינס

משהלע » 22/5/2011 21:42

יא עם הארץ'ל, זיי נאר ביזי מיט סאטמארער רבי שליט''א, דער רבי האט דאס געזאגט, דעמאלטס האט ער יענץ געזאגט, און וואס ער האט געזאגט אייער נעכטן שטימט דיר נישט מיט וואס ער האט געזאגט נעכטן, זיי נאר ביזי מיט עם, וואס דיין שטריק הגדול האט געזאגט ווייסטו נישט און קיינער ווייסט נישט און קיינעם אינטרעסירט דאס נישט, כא... כא... כא...

ביידען » 22/5/2011 23:10

אה משהלע וויזוי איז געווען?
א ריזיגע פייער? 

סענעטאר » 22/5/2011 23:50

מוזיק איז געווען?

משהלע » 23/5/2011 17:24

ביידען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אה משהלע וויזוי איז געווען?
א ריזיגע פייער? 


גרויס איז נישט דאס ווארט!
מען האט דאס אנגעצינדען אין קרית יואל, און ס'האט געפלאקערט אין ראדני...

אומזיסט » 23/5/2011 21:23

די אהרונים האבן ארויוסגעגעבן א שיינע ווידעא פון די הדלקה. (תו"א איז ברוגז). מארק מיי וארדס: ברענען די הענט איז אויפן וועג.

_________________

בחצרסטאמאר » 23/5/2011 21:35


נו מאכן ליצנות פון תולדות הארון? ער וואפט גירא'ס בעיניא דשיטנא

ספרינטער » 24/5/2011 00:00

איך הער ווען ר' אהרן איז ארויפגעגאנגען די לייטער אנצוצונדען דעם פייער האט ער אראפגעשריגן פאר פישער ער זאל אנהאלטן שטארק דעם לייטער אלץ מורא אז ער וועט אראפפאלן די שטיגן.

_________________

לאעליכם » 24/5/2011 01:51

בערך אזא מעשה וואס עטס האטס געהאט ביי די חופה ביי די אשכנזי חתונה אין קר"י בנוגע די סידור קידושין פון כ"ק גאב"ד מעלבוירן שליט"א. געדענקסט נאך?...

עםהארץל » 24/5/2011 04:50

זעט אויס אז עקפערדזשערס סינדראם האט אויך אן עפעקט ווען מען גייט אויף הויכע פלעצער

עםהארץל » 24/5/2011 04:53

דער בחור כאפט אן די הענט פארן בעיבי עם הארץ ער זאל נישט ציטערן
http://img2.ymlp83.net/x9q2_LBHadluka577101.jpg


תוקן על ידי עםהארץל ב- 24/05/2011 04:54:33


קנאקעדיק » 25/5/2011 21:46

עםהארץל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
משהלע זיין טאטע האט געזאגט ער זאל מאכן א הדלקה? אהער מיטן טעיפ


די שמועס איז געווען געדריקט אין די אמאליגע פרי תמרים וואס פלעגט ארויס אדורך צד מהרז"ל איז דארט געשטאנען די גאנצע שמועס וואס מהר"א האט געהאט מיטן טאטען זי"ע דער רבי האט אים געזאגט אז ער זעט נישט קיין שום פראבלעם דעראין, ווען ער האט געפרעגט דעם טאטן אז אפשר זאל מען נישט מאכן ווייל די עלטערן האבן זיך נישט אזוי געפירט, האט אים דער רבי זי"ע געענפערט אז בל תוסיף איז מען נישט עובר אויב מען לייגט צו, אזאלעכע זאכן.
עיין שם עוד. הודאת בעל דין.

לאעליכם » 25/5/2011 22:24

דער רבי ז''ל האט דאן געזאגט פאר בנו הגדול מהר''א שליט''א אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם זאגנדיג בלש''ק "מ'מאכט דאך נישט קיין ברכה אויף דעם''

ספרינטער » 25/5/2011 22:33

IT LOOKS LIKE HE IS MAKING A SNOW MAN
עםהארץל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
http://img2.ymlp83.net/x9q2_LBHadluka577101.jpg


תוקן על ידי עםהארץל ב- 24/05/2011 04:54:33


_________________